טראמפ 47 אדמיניסטראציע

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 890
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1225

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך הדסים »

טראמפ האט פארארדענט צו שיקן נאך 1,115 טרופן צום מעקסיקאנעם גרעניץ פירנדיג צו א סך הכל פון קרוב צו צען טויזנט אקטיווע מיליטערישע באאמטע ביים גרעניץ.
בימי ביידען איז עס געווען צוויי אהאלב טויזנט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער פרעזידענט סטראשעט ארויפצולייגן א 25 פראצענט טאריף אויף עפל פראדוקטן וואס ווערט פראדוצירט אין אינדיע.
פיילס
IMG_20250523_073115_430.jpg
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3131

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך אנדערער »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:41 pm מענטשען ארום דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער שפירן אז נתניהו האט פארלוירן זיין איינפלוס ביים אמעריקאנער פרעזידענט
א נאמען?
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ רעקאמענדירט א 50% טאריף אויף פראדוקטן אימפארטירט פון דער אייראפעישער פאראיין, אנהייבענדיג דעם 1טן יוני 2025.
פיילס
IMG_20250523_081812_186.jpg
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

מאירוואלף האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 8:19 am טראמפ רעקאמענדירט א 50% טאריף אויף פראדוקטן אימפארטירט פון דער אייראפעישער פאראיין, אנהייבענדיג דעם 1טן יוני 2025.
קריפטאו טראסקעט נאך די נייעס...
פיילס
IMG_20250523_084034_809.jpg
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

פאליטיקא: "טראמפ הערט מער און מער געמישטע עצות וועגן ווי אזוי ער זאל זיך אויפפירן מיט מדינת ישראל. סעקרעטערי מארקא רוביא, סטיווען מילער און סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ראטקליף האבן ענליכע פרא-מדינת ישראל מיינונגען, בשעת די דירעקטארין פון נאציאנאלע אינטעליגענץ טולסי גאבארד האט פארגעשלאגן א מער געמאסטענעם צוגאנג מיט מדנ"י.

אלס רעזולטאט פון די חילוקי דיעות, איז טראמפ געווען שטילער איבער מדינת ישראל אין די לעצטע וואכן."
פיילס
Screenshot_20250525_081924_Chrome.jpg
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

וואל סטריט זשורנאל:
טראמפ איז גרייט צו רעדוצירן די 50% טאריפן וואס ער האט געמאלדן אויף דער אי.יו. אויב די אי.יו. רוקט ארויף די טאריפן אויף סחורות פון כינע.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אנגעזאמלט רייכטום שנעלער ווי יעדער פון זיינע פארגייער, לויט די ניו יארק טיימס.

אין די לעצטע חדשים האבן די פרעזידענט'ס פאמיליע און ביזנעס שותפים פארדינט ארום $320 מיליאן דורך קריפטא-וואלוטע אפעראציעס און אונטערגעשריבן מולטי-ביליאן-דאלאר אפמאכן אין אינטערנאציאנאלע ריעל איסטעיט.

דערצו, גרייט מען זיך אין וואשינגטאן צו עפענען אן עקסקלוסיוון קלוב מיטן נאמען "עקזעקוטיוו ברענטש", פארבונדן מיט טראמפ'ס אינערליכן קרייז. די מיטגלידערשאפט פרייז איז באשטימט צו $500,000.
פיילס
20250526_093812.jpg
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5759

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך ווער »

פרעזידענט טראמפ זאגט אז אמעריקע האט געמאכט שטארקע פארשריט ביי געשפרעכן מיט איראנער דיפלאמאטן‎
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5759

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך ווער »

טראמפ מעלדט אז ער האט נאכגעגעבן פאר אייראפעאישע יוניאן און טאריפס וועלן אריינגיין אין אפעקט שפעטער‎
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3131

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך אנדערער »

מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 9:39 am דערצו, גרייט זיך וואשינגטאן צו עפענען אן עקסקלוסיוון קלוב מיטן נאמען "עקזעקוטיוו ברענטש", פארבונדן מיט טראמפ'ס אינערליכן קרייז. די מיטגלידערשאפט פרייז איז באשטימט צו $500,000.
וואשינגטאן גרייט זיך?
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 482
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 742

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:16 am
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 9:39 am דערצו, גרייט זיך וואשינגטאן צו עפענען אן עקסקלוסיוון קלוב מיטן נאמען "עקזעקוטיוו ברענטש", פארבונדן מיט טראמפ'ס אינערליכן קרייז. די מיטגלידערשאפט פרייז איז באשטימט צו $500,000.
וואשינגטאן גרייט זיך?
דאנאלד דזשוניאר גרייט זיך

האנטער ביידן 2.0
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5759

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך ווער »

טראמפ קלערט צו נעמען די 3 ביליאן דאלאר גרענט געלטער צוגענומען פון הארווערד אוניוועריסטעט און עס שענקן פאר אנדערע שולעס איבער אמעריקא
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

רוסלאנד און צפון קארעא פארדאמען שטארק טראמפ'ס "גאלדענע דאמע" מיסיל פארטיידיקונגס פראיעקט. צפון קארעא רופט עס א "זייער געפערליכע געפארפולע איניציאטיוו" וואס קען פירן צו א וואפן-געיעג אין ספעיס, בשעת רוסלאנד זאגט אז עס אינטערמינערט סטראטעגישע סטאביליטעט און ריזיקירט צו מיליטעריזירן ספעיס.
פיילס
20250527_070814.jpg
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ קען מעגליך איינשטעלן נייע סאנקציעס אויף רוסלאנד די וואך — WSJ

לויט די וואל סטריט זשורנאל, קענען נייע אמעריקאנער סאנקציעס קעגן רוסלאנד ווערן געמאלדן אין עטליכע טעג.

אבער, קוועלער ווארענען אז טראמפ ווערט שוין מיד פון שלום פארהאנדלונגען און טראכט אוועקצושפאצירן פון די געשפרעכן אינגאנצן אויב דער לעצטער שטופ ברענגט נישט קיין רעזולטאטן.
פיילס
20250527_071955.jpg
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

NPR און אנדערע פאבליק ראדיא ארגאניזאציעס האבן געקלאגט פרעזידענט טראמפ איבער זיין עקזעקוטיוו באפעל צו ענדיגן פעדעראלע געלטער פאר NPR און PBS. די קלאגע באהויפטעט אז דער באפעל פארלעצט די קאנסטיטוציע און ערשטע אמענדמענט שוץ. עס אונטערשטרייכט אז "דער פרעזידענט האט נישט קיין אויטאריטעט אונטער דער קאנסטיטוציע צו נעמען אזעלכע אקציעס."

טראמפ'ס באפעל פרירט מער ווי $500 מיליאן אין יערליכע געלטער פון די קארפאראציע פאר עפנטליכע בראדקאסטינג. כאטש וואס נאר בערך 2 פראצענט פון NPR'ס בודזשעט קומט פון פעדעראלע גרענטס, שטיצן די געלטער לאקאלע סטאנציעס און פראגראמען.

טראמפ האט קריטיקירט NPR און PBS אלס "פארטייאיש," באהויפטענדיג אז שטייערצאלער געלט זאל שטיצן "גערעכטע, גענויע, אומפארטייאישע און נישט-פארטייאישע נייעס דעקונג." NPR'ס CEO, קעטערין מאהער, האט אונטערגעשטראכן די וויכטיקייט פון עפנטליכע מידיע אין די אמעריקאנער לעבן.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ מידיע טרייבט אויף 2.5 ביליאן דאלאר צו שאפן א ביטקאוין טרעזשערי, מיט 1.5 ביליאן דאלאר אין אקציעס (סטאק) און 1 ביליאן דאלאר אין באנדס. די אפמאך וועט זיך שליסן דעם 29סטן מאי, 2025, און האט די ציל צו באשיצן די פירמע פון ​​פינאנציעלע פראבלעמען.

ענקארידזש דידזשיטאל וועט אנפירן די ביטקאוין אקטיוויטעטן.
פיילס
Screenshot_20250527_093545_Chrome.jpg
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

סי-ען-ען באריכט: די יונייטעד סטעיטס און איראן זענען זייער נאנט צו א נוקלעארן אפמאך - און וועלן עס שוין מעגליך שליסן ביים קומענדיגן מיטינג צווישן די פארטייען. ווי עס קוקט אויס: די אפמאך וועט נישט פארלאנגען פון איראן צו אינגאנצן אפשטעלן אוראניום-בארייכערונג, און וועט ארייננעמען אמעריקאנער אויפזיכט אויף פאבריקן אין איראן. דערצו, וועט די איראן ראקעט פראיעקט און שטיצע פאר טעראריסטישע ארגאניזאציעס נישט זיין אריינגערעכנט אין די דיסקוסיעס.
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 890
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1225

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך הדסים »

מאירוואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 11:57 pm סי-ען-ען באריכט: די יונייטעד סטעיטס און איראן זענען זייער נאנט צו א נוקלעארן אפמאך - און וועלן עס שוין מעגליך שליסן ביים קומענדיגן מיטינג צווישן די פארטייען. ווי עס קוקט אויס: די אפמאך וועט נישט פארלאנגען פון איראן צו אינגאנצן אפשטעלן אוראניום-בארייכערונג, און וועט ארייננעמען אמעריקאנער אויפזיכט אויף פאבריקן אין איראן. דערצו, וועט די איראן ראקעט פראיעקט און שטיצע פאר טעראריסטישע ארגאניזאציעס נישט זיין אריינגערעכנט אין די דיסקוסיעס.
אויף פארבריקן אין איראן?! דער איז מיט אלעמען?? ער האלט באמת אז איראן מאכט זייער אוראניום אין פארבריקן וואס ער ווייסט דערפון?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

די טראמפ אדמיניסטראציע איז מבטל מער ווי $700 מיליאן אין פאנדן פאר מאדערנא וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט געגעבן פאר דער אנטוויקלונג פון א וואקסין קעגן די פויגל פלו ווירוס.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

די פירער פון סאודי אראביע, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן און קאטאר האבן געזאגט פאר טראמפ אז זיי זענען קעגן מיליטערישע אקציעס אויף איראן'ס נוקלעארע פאסיליטיס. (ברק רביד)
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

טאמעס באראק, טראמפ'ס ספעציעלער שליח צו סיריע, וועלכער איז היינט אנגעקומען אין דמשק: טראמפ וועט דערקלערן אז סיריע איז מער נישט באצייכנט אלס א שטיצער פון טעראר, די אדמיניסטראציע'ס שטעלונג איז אז די יונגע רעגירונג אין סיריע ברויך געגעבן ווערן א שאנס.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 844
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5082

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך מאירוואלף »

איראנער אויסערן מיניסטער אבאס אראקצשי: די מידיע שפעקולירט איבער אן אקטועלע אפמאך צווישן איראן און די יונייטעד סטעיטס- איך בין נישט אזוי זיכער אז מיר האלטן שוין דארט.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5759

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

פאוסט דורך ווער »

פרעזידענט טראמפ האט זיך געטראפן מיט פעדערעל ריזערוו פארזיצער דזשעראום פאול ביי די ווייסע הויז
שרייב פאוסט