לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי!
דער אמת איז אז ל"ג בעומר ברענגט מיר אביסל טשילס, הויפטזעכליך צוליב’ן טראגעדיע אין מירון מיט אפאר יאר צוריק וואס איך האב נאכנישט אראפגעשלינגען, און דער טאג ל"ג בעומר איז אין מיין מח באגלייט מיט דראמא.
אבער די פייערליכקייט פון דעם טאג קען נישט צושטערט ווערן צוליב דעם.
היי יאר מחמת רוב טירדות איז נישט אויסגעקומען צו מיטהאלטן די הכנות צום מעמד הדלקה געהעריג, און חוץ פון די רייבערייען מיט @דער תהלים איד איבער די פאריעריגע טראנספארטאציע דא אויף אידטיש, בין איך אנגעקומען צום הדלקה ווי א האן אין די סוכה.
אלזא, פאלגנד זענען מיינע רויע אבזערוואציעס, און נעמט אין באטראכט אז מיין ווייב איז היי יאר נישט געגאנגען צו די הדלקה, זי האט א פיצל בעבי און ס’וואלט געווען צו שווער אפילו אויב איז דא געהעריגע גוטע טראנספארטאציע. סא ערווארט נישט אין דעם ארטיקל קיין פארזעצונג פון מיין פאריעריגע העצעריי...
ארום 7:45 זעמיר געגאנגען צו באר שבע קארנער ש.מ. ראזנער כאפן די באס, און איך מוז זאגן אז ס’האט זיך דערקענט גלייך די געניטע קאארדינאציע, באסעס זענען געקומען און געגאנגען, און זיך געשטעלט אין א שורה איינס נאכן אנדערן, אזוי אז ס’געפארן ווי א באן.
היי יאר בין איך געגאנגען צום הדלקה מיט מיין 4 יעריגע צדיק’ל, אים האט זיך אויסגעצאלט רבי שמעונ’ס זיין אין די מערה און זיך שפייזן אויף באקסער פאר 13 יאר, בלויז צו זען זיין גרויסע טאטע זיצן מיט אים אין א סיט אויף זיין געלע באס...
די וועג איז געווען סמוד. כהאב נישט געקענט געהעריג זען ווייל מיין צדיק’ל האט געכאפט די פענסטער... אבער ס’האט אויסגעקוקט אז מהאט דעזיגנירט א ספעציעלע לעין פאר די באסעס, און נאך א קורצע וועג האמיר זיך געטראפן אראפשפאצירן גארפיעלד צום שטח ההדלקה.
מיין צדיק’ל האט באשלאסן ער וויל גיין אויף די פארענטשעס. געוואלדיג. האמיר אים געפארקט אויף די פארענטשע אינגאנצן צו רעכטס פונעם שטח, פשוט ווייל די אנדערע קינדער פארענטשעס זענען שוין געווען געפאקט מיט די כתה ח’ רייסערס וואס זיצן שוין און ספלינטערן די הויזן אויף די פארשווייסטע העלצער פון 6 אזייגער אדער פריער. ס’גוט, דער עיקר ער האט געקענט זען דעם פייער.
אנקומענדיג האב איך כדרכי קודם איין מאל ארומגעראולט דעם גאנצן שטח, און געטראפן גוטע פריינט וועלכע שלאפן אגאנץ יאר און נאר ביים הדלקה קען איך זיי טרעפן. צווישן אנדערע האב איך געטראפן @לעכטיג וועמען איך האב שוין חזקה צו טרעפן יעדע יאר ביים הדלקה. ער קומט ספעציעל צופארן פון בארא פארק צו טיילן וואסער נאכ’ן הדלקה - זיין מצוה פון די יאר.
אינטערסאנט איז געווען אז אין די פאר מינוט ווען כהאב זיך ארומגעדרייט אויפ’ן שטח, האבן נאנט צו 20 מענטשן מיט אפגעשטעלט פרעגן "נו, האסט געהאט א באס?...", הערשט ביים פופצנטן האב איך געכאפט אז א רגע, יעדער ליינט אידטיש? און יעדער ווייסט אז איך בין פופציגער?! - מיין שוואגער, וועלכע האט מיר אויך געפרעגט דערוועגן און כהאב אים דערציילט איבער מיין שאק, זאגט מיר אז פופציגער קען שוין כמעט ווערן אן אראנדזשע ניק... (וזאת למודעי, דאס איז נאר א וויץ, אסער באמת ערלויב איך נישט מזאל מיר מגלה זיין!)
ס’מוז געזאגט ווערן, די עסקנים האבן געטון א פענאמענאלע דזשאב! אלעס האט געקלאפט, צום זאך, פראפעסיאנאל, און צו די דיטי-דיטעילס. קודאס! זיך ארומדרייענדיג און באטראכטנדיג אלעס האב איך זיך נישט געקענט גענוג אפווינדערן.
אין ביהמ"ד האט געגראגערט אין קאפ א ספיקער וואס האט ברעינ-וואשד דעם ציבור עסערס אז זיך משתתף זיין מיט זכותים אדירים פאר די עסן און טרונקען לכבוד התנא אלוקי, איז ממש א גאלדענע געשעפט. רמזים און פלפולים האט ער געשאסן, און שטייף ערקלערט אז בני ישראל יוצאים ביד רמ"א, סא היינט וכו’ וכו’.
כ’בין בס"ה אריינגעקומען כאפן א גלאז קאלצע סעלצער, אבער ס’האצעך טראגיש געענדיגט ווען כהאב מיט א פעסטקייט געעפנט דעם באטל און כהאב געכאפט א היסטאריש-ווילדע שפריץ, אזש כהאב אויסגעקוקט ווי א שפאצירנדע מדורה באגאסן מיט אויל.
צוריק ארויס, געגאנגען זיכערמאכן אז מיין צדיק’ל איז אקעי און ער דארף נישט פונקט אין טוי-סטאר נאכן האלטן זיין פלאץ שוין פאר א האלבע שעה, און געגאנגען. גיימיר זיך אוועקשטעלן ערגעץ.
אזוי ארומגייענדיג זינגען די מנגנים "מדת הרחמים עלינו התגלגלו". איך האב אין מיין באזיץ א ווידיאו וואס כהאב גענומען איין יאר שטייענדיג אויפ’ן דאך פון ביהמ"ד, דער ווידיאו זומט אריין אינעם ציבור ביי דעם ניגון, און מ’זעט מענטשן גיסן דמעות שליש. ס’נישט פשוט די התעוררות אין די לופט בשעת מען זינגט די שטייטע ניגונים. איך גיי דורך שורות שורות מיט מענטשן וואס שטייען מיט פארמאכטע אויגן און זינגען מיט, זיך ווישנדיג טרערן. זאל מען פועל’ן אלעס גוטס.
נאכ’ן דאווענען מעריב האב איך זיך הויך געוואונדערט פארוואס דער רבי האט געווארט אפאר מינוט און בשעת די הונדערטער מנינים האבן שוין געדאוונט שמו"ע האט דער מנין פון רבי’ן הערשט אנגעהויבן. כ’האב קודם געמיינט אז ווייל מ’האט געדארפט אויפשטעלן א גאנצע מזרח וואנט אויפ’ן סטעידזש, און כ’האב זיך שוין גערעגט אז מאכן צען טויזנט מענטשן ווארטן עקסטערע 5 מינוט צו האבן שיינע בילדער איז א פארברעך, ס’איז א סך הכל פון 50 טויזנט מינוט... מיין שוואגער זאגט מיר אז היות כהאב נאכנישט געטראפן קיין אנדערע קריטיק היי יאר האט מען דאס ספעציעל געטון איך זאל האבן וואס צו שרייבן, אבער שפעטער האמיר געכאפט אז דער רבי האט לכאורה דעמאלס געטוישט בעקיטשע. אקעי, מסכים.
שטייענדיג דארט צושטופט האביך זיך אודאי געטראפן באטראכטן דעם אלעמען באקאנטן ספעטאקל ווען די "קרו" בחורים, וועלכע האבן ביז יעצט גערייכערט אדער וואס, רוקן זיך אריין צום שטח ההדלקה, און מוזן פראוון אז זיי זענען בחורים - האלאו... זיי קענען זיך דערשטופן ביז’ן סאמע פראנט אפילו די לעצטע מינוט.
סא ס’גייט אלעמאל אויפ’ן זעלבן שטייגער... געווענליך ראולן זיי אריין אין א שורה, איינער הינטער’ן צווייטן... דער ערשטער בחור איז דער בולדאזער, ער ברעכט אויף די וועג, אבער קוקט אגאנצן צייט צוריק אומזיכער. דער צווייטער בחור איז מער דער מענעדזשער טיפ, ער שרייט פאר’ן ערשטן "גיי-גיי-גיי-גיי! האניש מורא!". דאן קומט דער דריטער, ער איז מער דער מלך פאר וועמען מאיז פורץ גדר, געווענליך מאכט ער זיכער בשעת’ן זיך דורכשטופן אלע אויפגעברויזטע מענטשן, צו אריינציען פון זיין אי-סיג - דוקא דער סארט וואס מאכט גראאאבע רויך - און ארויסבלאזן ווי א זאמד-טראק מאפלער, ווי צו זאגן "כ’געניש קיין דעקל, האלא"... דאן קומען די גאנצע טשערעדע רייסערס, און געווענליך צום לעצט לויפט דער גראבער בחור מיט די אפענע שיך-בענדלעך וואס שרייט צום גאנץ ערשטן "האסט געקאלט יאסי זאגן וואו אונז גיימיר שטיין?? ער האט נישט קיין סערוויס מיינעך!".
אויב וויל איינער הערן מיין מיינונג איבער די מוזיק העליך זאגן, און ווער נישט קען דרוקן פאונד. די מוזיק דא ביי די הדלקה איז מעכטיג! עמרם איז די סאמע בעסט פאר דעם! הגם איך בין געשטאנען אויף א פלאץ וואו די סאונד איז נישט אזוי גוט געווען, אבער כ’האב באמת הנאה געהאט.
אבער למען השם, דאס איבערלויפן די שטייטע ניגונים פלעי-ליסט הארט איידער’ן אנצינדן די הדלקה איז סתם צער בעלי חיים... קיינער איז שוין נישט אין די מוד פון וויינען, מ’האלט שוין די קינדער אויף די אקסלען, מ’בארואיגט שוין די קינדער אז "אקעי, דער רבי גייט שוין צינדן!", און ס’פעלט ממש נישט אויס קיין שטייטע ניגונים. כ’ווייס, ביסט גערעכט, פרוק ית ענך, ס’טאקע וויכטיג צו פרוקן דעם ענך, אבער נישט יעצט.
דער רבי האט זיך כנראה איבערגעשטרענגט צו צינדן דוקא גאנץ אויבן. עפעס א חשבון איז געווען דערביי ולא זכיתי להבין.
אהה, די ריקודין לכבוד התנא אלוקי... עפעס נישט צום באשרייבן! עס איז א באזונדערע מתנה וואס מיר האבן אז דער רבי הייבט דעם ציבור, און דער רבי איז אזוי ביי די כוחות - זאל דער אויבערשטער אונז שענקען אז דער רבי זאל האבן די כוחות פאר נאך לאנגע געזונטע יארן.
הינטער מיר איז געשטאנען איינער, דער טיפ מענטש וואס עסט נישט קיין סאוער דאו ווייל "סטע געהערט אזאנס, די אינגעלייטלעך... מע-שע-גאַסן..." און ווען מ’האט אנגעהויבן זינגען פתחו לי שערי צדק האט ער הילכיג פראטעסטירט און מיר הויך אריינגעזינגען "לכבוד התנא אלוקי, ררררררררבי שמעון בר יוחאי!!" פרובירנדיג איבערצושרייען די מוזיק.
דער אנלויפעניש פון דראונס האט מיר גראדע געשמעקט, כהאלט אז דער אנטי דראון מערכה איז געווען זינלאזץ און קוק, היי יאר איז עס שוין געווען אזוי נארמאל אז ווייניג האבן בכלל געקוקט דערויף. דער בחור מיט’ן לעיזער פוינטער וואס האט געשיינט אויפ’ן רבי’ן איז א גרעסערע פראבלעם.
נאכן טאנצן אביסל זעמיר געגאנגען אפנעמען מיין צדיק’ל פון די פארענטשעס, און אביסל געטאנצן מיט אים, מה נהדר היה המראה ווען ידידי @פנחס דוד לעבאוויטש האט געמאכט א קאדאטשקע אינמיטן א רינג, און טראצדעם וואס איינער האט אים פרובירט צו אפשטעלן האט ער מיט זיין בארימטע שבע יפול וקם’דיגע עקשנות דקדושה זיך נישט געלאזט.
דער סענזאציע ווי דער בימה ווערט אוועקגעפירט פון פארנט פון די מדורה ביז ווייסעכוואו, איז אייגנארטיג איז זיס... צענדליגע פלעשלייטס עפענען א וועג, און מאסן בחורים שטופן זיך אנצוכאפן דעם מיטה - כמיין דעם בימה, דרייוונדיג דאס צווישן רינגען און גערעגטע זיידעס, מיט ערנסטע מינעס און פארקנייטשטע געזיכטער ווי מ’וואלט דא געטראגן דאס געביין פון עוג מלך הבשן. איינער נעבן מיר, צוזעענדיג דעם קאמאוציע מורמלט מיר אריין "יושב בסתר עליון...", נו גוט.
גראדע טענה’ט מיין חבר אז ער גלייכט צו זען ווי די בחורים האלטן זיך פארנומען מיט די הדלקה ארבעט. ער איז פון די וואס באוויינען דאס אז בחורים האבן מער נישט קיין "מערכה", און מאכט זיכער עס אויפצוברענגען ווי עס וואלט געווען ממש דער מכת הדור, וואו אימער און ווען אימער ס’קומט יא אדער נישט אריין.
נאכ’ן טאנצן אביסל איז מיין צדיק מיד געווארן און מזעמיר געגאנגען צום באס. ווידער א גאר מייסטערהאפטיגע סיסטעם, זיך שנעל געטראפן אויפ’ן באס, און שנעל אינדערהיים.
נאכאמאל, א ריזן דאנק פאר די עסקנים! ס’געווען נעקסט לעוול!
פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 188
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 444
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
הערליך שיין באשריבן!!!
ש'כח פארן דערמאנען די קאדאטשקעס...
ש'כח פארן דערמאנען די קאדאטשקעס...
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 498
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 766
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
ר' נפתלי משה, צו אפעלירן פאר געלט דארף מען האבן א מעסידש פון מאקסימום דרייסיג סקונדעס, א איד קומט אריין נעמען וואסער בלייבט ער נישט אויסהערן די זיבן מינוטיגע דרשה....
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
@פופציגער

איינער האט מיר געפרעגט דארט אין ביהמ"ד פארוואס ר' נפתלי משה גייט נישט דאווענען מעריב, ער רעדט און רעדט.....
ער האט פיין גערעדט, אבער ווי געזאגט, דער עולם הערט נישט אויס קיין לאנגע דרשות, מאך עס קורץ און שארף
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה



אנגעהויבן האטסכעס מיט א שמייכל, אריבער צו א לאכעריי, און ביי דעם שורה פלאצתי בגדול...
באמת א שכח @פופצי, שטארק הנאה געהאט.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 12:44 am
- Location: wb
- x 5
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
איך האב געמיינט אז נאר איך האב א פראבלעם מיטן סאונד צוליב די פלאץ וואו איך בין געשטאנען
אינטערסאנט אז א מייל ווייט פונעם שטח האב איך געהערט קלארער ווי אויפן שטח ממש
איך גלייב אז די סאונד האט מיט די וועטער און צוליב די הומידיטי אין די לופט איז נישט געווען קיין גוטע סאונד
אינטערסאנט אז א מייל ווייט פונעם שטח האב איך געהערט קלארער ווי אויפן שטח ממש
איך גלייב אז די סאונד האט מיט די וועטער און צוליב די הומידיטי אין די לופט איז נישט געווען קיין גוטע סאונד
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
די ניגונים נאך מערב האב זיך געשפירט ווי א ריפלעי פון משתה היין השתוקקות טרעק.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6579
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15120
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
יויש דיין שפראך!פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 16, 2025 2:07 am ווי א האן אין די סוכה
אים האט זיך אויסגעצאלט רבי שמעונ’ס זיין אין די מערה און זיך שפייזן אויף באקסער פאר 13 יאר
מיין צדיק’ל האט געכאפט די פענסטער...
די כתה ח’ רייסערס וואס זיצן שוין און ספלינטערן די הויזן אויף די פארשווייסטע העלצער
צו די דיטי-דיטעילס
א ספיקער וואס האט ברעינ-וואשד דעם ציבור עסערס אז זיך משתתף זיין מיט זכותים אדירים פאר די עסן און טרונקען לכבוד התנא אלוקי, איז ממש א גאלדענע געשעפט
כהאב געכאפט א היסטאריש-ווילדע שפריץ, אזש כהאב אויסגעקוקט ווי א שפאצירנדע מדורה באגאסן מיט אויל.
מאכן צען טויזנט מענטשן ווארטן עקסטערע 5 מינוט צו האבן שיינע בילדער איז א פארברעך, ס’איז א סך הכל פון 50 טויזנט מינוט...
די "קרו" בחורים, וועלכע האבן ביז יעצט גערייכערט אדער וואס
אריינציען פון זיין אי-סיג - דוקא דער סארט וואס מאכט גראאאבע רויך - און ארויסבלאזן ווי א זאמד-טראק מאפלער, ווי צו זאגן "כ’געניש קיין דעקל, האלא"...
האסט געקאלט יאסי זאגן וואו אונז גיימיר שטיין?? ער האט נישט קיין סערוויס מיינעך!
ס’טאקע וויכטיג צו פרוקן דעם ענך
עסט נישט קיין סאוער דאו ווייל "סטע געהערט אזאנס, די אינגעלייטלעך... מע-שע-גאַסן..."
זיין בארימטע שבע יפול וקם’דיגע עקשנות
א @פופציגער איז נאר דא איינס!
סופער פיינע נייעס...
דאס וואס דו וואונדערסט זיך אז "יעדער ליינט אידטיש", זאלסטע וויסן אז ס'הייבט זיך נישט אן. יענער האט סתם געכאפט א היטש און געהערט דארט קול מבשר און אגב געזען ווי איינער ליינט אידטיש...
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1741
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6509
Re: פופציגער’ס ברילן: הדלקה אין קרית יואל, ל"ג בעומר תשפ"ה
אזוי שיין באשריבן, ס'קומט זיך דיר א קניפ אין בעקל.
איך האב אויסגעפינען א נייע ווארט - "טוי-סטאר"...
א ריזן טענקס פאר די באריכט!
ווען איך האב ווען דיין זון יעצט נעבן מיר וואלט ער - כמעט - געכאפט א ציפ פון מיר פארן ענדיגן די באריכט אזוי פריצייטיג, אבער שוין.
@פופציגער
דו ביסט סופפער נייעס!
איך האב אויסגעפינען א נייע ווארט - "טוי-סטאר"...
א ריזן טענקס פאר די באריכט!
ווען איך האב ווען דיין זון יעצט נעבן מיר וואלט ער - כמעט - געכאפט א ציפ פון מיר פארן ענדיגן די באריכט אזוי פריצייטיג, אבער שוין.
@פופציגער
דו ביסט סופפער נייעס!
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 525
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1857