חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זבולון שטיינקלאץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 16

חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

חיימ'קע קרעמער'ס קליינטשיג געשעפט'ל איז געווען די ריכטיגע אפטייטש פון א כל בו געשעפט…

חיימ'קע, א ברייטער און א דיקליכער, האט געהאט צו פארקויפן פון אלץ און פון אלעמען, פון זייף און האנטוכער ביז ברויט און גרינצייג, פון טעפ און נעגל שניידערס ביז פריש געצייטיגטע פייגן, נארוואס געברענגט פון פעלד. יעדער אין שטעטל האט שוין פון קליינווייז אן געוויסט אז פאר סיי וואס מ'זיכט נאר צו קויפן, גייט מען אריבער צו חיימ'קע, ווייל דארט קען מען עס טרעפן. א קלייניקע קלייטל האט ער געהאט, אבער דערינען איז געווען צו געפונען פון אלדאס גוטס. חיימ'קע אליין איז געווען א געשמאק'ליכע אידל, א קלוגער און א יודע ספר, אלץ האט ער געהאט א גוט ווערטל אויף זיין צונג מיט וואס זיינע קונדן פלעגן זיך פאסמאקעווען.

ויהי היום, און ירחמיאל דער ראש הקהל פון שטעטל, - איינער פון חיימ'קעס בעסטע קונדן וואס פלעגט כסדר אריינקומען צו אים אין קלייטל איינקויפן זיינע געברויכן. - האט חתונה געמאכט א קינד. פארשטייט זיך אז די גאנצע שטעטל האט זיך מיטגעפרייט מיט די גרויסע שמחה. אלע פרויען פון שטעטל האבן געארבעט רונדע דעם זייגער ביי די גרויסע טעפ און אפגעקאכט א חתונה סעודה ווי ס'פאסט זיך פאר די באליבטע ראש הקהל ירחמיאל.

ווער עס האט זיך געקענט ערלויבן, (און ווער נישט, נישט.) האט אריבערגעברענגט אין שטוב פון ירחמיאל א מתנה פאר דרשה געשאנק ווי די מנהג איז געווען. אויך חיימ'קע האט געקויפט א דרשה געשאנק פאר די נייע פארפאלק, פאר וואס ער איז ספעציעל אריינגעפארן אין די דערנעבנדיגע גרויסע שטאט. וואו נאכ'ן נישטערן אין אלע געשעפטן און קוקן אויף פארשידענע אפציעס איז ער געקומען צו די החלטה צו קויפן, פאר צוואנציג רענדלעך, א טייערע פאר עסצייג און מיט דעם ארויסווייזן זיין הכרת הטוב צו זיין בעסטע קונד.

א שטיק צייט שפעטער האט חתונה געמאכט איינע פון די אנדערע קביעות'דיגע איינקויפער ביי חיימ'קע, שרוליק דער וועשער.

שרוליק איז געווען א בלוטיגן ארעמאן, קוים וואס ער האט דורכגעלעבט א טאג נאך א טאג, זיין מאגערע פרנסה האט ער געצויגן גייענדיג פון הויז צו הויז אפנעמען די קליידער וואס ער האט געלייגט אין זיין אלטע וועגעלע און זיך געשלעפט דערמיט צום טייך ווי ער האט געארבעט ביטער שווער אינטער די הייסע זון אפצורייבן און רייניגן די וועש פון די פארמעגליכע, וועלכע האבן זיך געקענט ערלויבן די פאר גרייצער וואס ער בעט פאר די סערוויס. א שווער לעבן האט שרוליק געהאט, די ווייב זיינע איז שטענדיג נישט געזונט געווען, און ער האט כסדר געווען פארנומען איר צו באדינען. געוואוינט האט ער ביים עק פון שטאט, מיט אלע שוסטערס און בעלי עגלות. אבער זיין הייזקע איז נאך געווען אין די שוואכסטע צושטאנד פון אלע אנדערע הייזקעס, די דאך פון זיין ארעמע הייזקע - וואס עס וואלט מער געפאסט עס אנצורופן כאטקע ווי איידער הייזקע - איז געווען מער לאך ווי דאך, כסדר האט אריינגערעגנט, און די ווענט זענען געשטאנען קרום און שיעף אזש ס'האט אויסגעקוקט ווי א לעבעדיגע אילוסטראציע פון א דופן עקומה.

צופיל נחת האט שרוליק נישט געזען אין זיין לעבן, אבער ער האט אנגענומען זיין באשערטע פעקל באהבה, און זיך נישט באקלאגט אויף זיין שפל המצב. און אט, האט אויך ער זוכה געווען צו האבן אביסעלע נחת מיט די חתונה פון זיין איינציג טאכטער בשטו"מ.

און חיימ'קע האט אויך פאר שרוליק געגעבן א דרשה געשאנק. א פעקעלע מעל, וואס ער האט געהאט אין זיין געשעפט אונטן אין קעלער, און מסתמא האט עס אים נישט געקאסט מער ווי אפאר קאפיקעס.

א וואך נאך שבע ברכות, חיימ'קע זיצט ביי זיך אין געשעפט סערווירנ'דיג זיינע קליענטן, ווען שרוליק קומט אריין מיט א זויערע פנים און איז מלא טענות. "היתכן פאר ירחמיאל וואס ער האט אזויפיל געלט קויפסטו אזא טייערע מתנה, און פאר מיר וואס איך לעב קוים אויף א מאגערע פרנסה גיסטו נישט מער ווי א ארעמע פעקל מעל?" - האט ער געפרעגט חיימ'קע, מיט א פארווייטאגטע מינע אויף זיין געזיכט...

* *


דער דובנער מגיד איז אמאל געווען באזוכן דעם הייליגן ווילנער גאון. ווי באקאנט, האט דער ווילנער גאון שטארק מחשיב געווען דער דובנער מגיד, זיי פלעגן זיך שרייבן בריוון. און דער גאון האט געפרעגט פונעם מגיד ווי לאנג עס דויערט אים צו מאכן זיינע משלים. האט אים דער דובנער מגיד געזאגט אז ער זאל אים זאגן א פסוק, און ער וועט אים אויפן פלאץ פרעגן אויף די פסוק א קשיא מיט א משל און דערנאך וועט ער זאגן א משל וואס וועט פארענטפערן די קשיא. האבן זיי אויפגעמישט א סידור, און עס האט זיך אויפגעמישט ביי סליחות לעשרה בטבת ביי די ווערטער, 'עננו כמו שענית לאברהם אבינו בהר המוריה'...

האט דער דובנער מגיד אויפ'ן ארט, דערציילט די משל מיט חיימ'קע און אויסגעפירט...

* *

חיימ'קע האט רוהיג אויסגעהערט שרוליק'ן, און אים געלאזט אויסרעדן אלעס וואס דריקט אים אויף זיין ביטער הארץ, דערנאך האט ער אים געענטפערט מיט א שמייכל אויפ'ן פנים.

"וואס פארשטייסטו נישט?" - האט אים חיימ'קע געזאגט. "ירחמיאל איז מיין בעסטע קליענט, פון אים אליין, - פון אלעס וואס ער קויפט אלס איין ביי מיר און גיט מיר צו לייזן, - קען איך אויפהאלטן דאס גאנצע געשעפט, קומט זיך טאקע פאר אים, אז איך זאל אים קויפן א טייערע מתנה. משא"כ ביי דיר, קוים וואס דו קויפסט יא עפעס, און ווען יא איז עס אפאר ביליגע חפצים, און אזוי אויך קומט עס מיר אן שווער, דו קויפסט אויף בארג און איך דארף דיר נאכלויפן פאר די פאר פרוטות, און פילע מאל ענדיגט זיך עס ביי דעם אז דו באצאלסט בכלל נישט.

"פארשטייסטו שוין פארוואס אים קומט זיך צו קויפן א טייערע מתנה, מער ווי פאר דיר?" - האט חיימ'קע געענדיגט זיינע ווערטער.


* *


"עס איז דאך דא א שווערע קשיא" - האט דער דובנער מגיד געפרעגט. "מיר זאגן עננו כמו שענית לאברהם אבינו. וואספארא געבעט איז דאס אז דער באשעפער זאל אונז ענטפערן אונזערע בקשות אזויווי ער האט געענטפערט אברהם אבינו? אמער, אברהם אבינו האט דאך געדינט דעם אייבישטער אויף אזעלכע הויכע מדריגות, און געשאפט פארן בורא אסאך שטערקערע נחת רוח, מער ווי אונז קענען אפילו שטרעבן אנצוקומען אין אונזערע בעסטע צייטן. אויב אזוי פארוואס זאל זיך אונז קומען די זעלבע גוטס ווי פאר אברהם אבינו? פון אים האט דער באשעפער באקומען אסאך מער צו לייזן, ווען אונזער ביסל עבודת השם וואס מיר טוען שוין יא, קומט עס אויך אן פיל מיט מניעות און נגיעות און קוים וואס א מצוה ווערט געטון בשלימות און אסאך מאל ליידער בלייבן מיר גאר איבער א בעל חוב. טא וואס איז די חוצפה פון אונז זיך צו ווילן פארגלייכן צו אברהם אבינו?"

די ארומיגע האבן זיך שטילערהייט צוגעהערט צו וואס דער דובנער מגיד זאגט, וואונדערנ'דיג זיך וויאזוי ער גייט פארענטפערן די קשיא.

"לאמיר אייך דערציילן נאך א משל" - האט ער געזאגט נאכ'ן שטיל בלייבן פאר א וויילע...

* *


אין א געוויסע שטאט האט געוואוינט א איד'ל מיטן נאמען "בערטשע", א געזונטער עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן איז ער געווען. נישט געוויסט גארנישט, ניטאמאל ליינען קר"ש האט געקענט. א ריכטיגן פויער כמו שכתוב. אבער א חוש צו דערשנאפן א גוט געשעפט האט ער פיין געהאט, און ער האט געהאנדלט און געוואנדלט מיט וועלדער און פעלדער, שיפן און פאבריקן און אלעס אינדערצווישן. און אזוי איז ער טאקע געווארן א שיינער עושר.

געהאט האט ער א אינג בחור'ל וואס איז נישט געווען צופיל בעסער פונעם טאטן, א פוסטע ליידיגע כלי אן קיין שום וויסנשאפט אין לערנען אדער יר"ש. אבער ווען בערטשע'ס חברים האבן אים כסדר דערמאנט אז באלד דארף מען שוין א שידוך טאן און אזוי וועט קיינער אים נישט ווילן נעמען, האט ער באשלאסן אז ער גייט שיקן זיין נחת'ל לערנען אין א ישיבה וואו ער זאל לערנען תורה און ווערן א גרויסע תלמוד חכם.

און אזוי, האבן זיך טאטע און זוהן געזעגנט איינער פון צווייטן און דער בחור'ל האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו די ישיבה.

דער בחור האט קע"ה געהאט א פעסטן קעפל אויף די פלייצעס, און אנקומענדיג אין ישיבה האט ער זיך אריינגעזעצט אין ביהמ"ד און האט אנגעהויבן שטייגן אין לערנען, ביז ער איז געווארן פון די סאמע בעסטע בחורים פון די ישיבה. אזוי איז אדורך א פאר יאר, און דאן האט עס פאסירט...

דער אלטער ראש ישיבה איז נסתלק געווארן. און די הנהלה האט אנגעהויבן זוכן א פאסיגן קאנדידאט פאר א נייע ראש ישיבה. די חברי ההנהלה זענען געזעסן ביי אן א שיעור זיצונגען און דורכגעגאנגען פילע נעמען פון מעגליכע קאנדידאטן. א גרויסע חלק פון די באהערדע האבן געוואלט אויפנעמען נישט קיין אנדערער ווי אונזער תכשיט'ל וועלכער האט שוין אינדערצווישן חתונה געהאט און איז שוין היינט צוטאגס געדינט ווי א שטיקל שואל ומשיב אין די ישיבה, און ארויסגעהאלפן די שוואכערע בחורים מיט די לימודים. אבער געוויסע האבן גע'טענה'ט אז ווי אזוי קען מען דען אויפנעמען איינעם וואס קומט פון אזא שוואכע שטוב? מיינענדיג די פאקט אז זיין טאטע האט נישט געהאט די שענסטע יוחס, נאר פארקערט גאר, ער האט געהאט א נאמעו אלץ א פראסטאק און באמת וואלט זיך געפאסט אז מ'זאל אויפנעמען איינער מיט א שענערע אפשטאם.

נאך פיל היציגע דעבאטעס איז געבליבן ביי די הנהלה אז מען גייט שיקן א שליח צום טאטע'ן וואס זאל אים זאגן אז אויב גיט ער א נדבה פון צוואנציג טויזנט רובל פאר די ישיבה, וועט מען אויפנעמען זיין זוהן פאר ראש ישיבה. אז נישט, וועט מען טרעפן א צווייטער וואס זאל איבערנעמען דאס אמט פון ראש ישיבה.

בערטשע האט נישט געזען קיין שום פראבלעם, אדרבה, ער האט זייער הנאה געהאט אז מ'וויל גאר אויפנעמען זיין תכשיט'ל פאר ראש ישיבה. און אן מאכן א לאנגע דין ודברים האט ער ארויסגענומען צוואנציג אלפים און עס אהינגעגעבן פאר'ן שליח פון די ישיבה. און מען האט טאקע אויפגענומען דעם זוהן פאר ראש ישיבה.

יארן זענען געלאפן - פארציילט דער דובנער מגיד ווייטער - און עס איז געקומען די צייט פון די נייע ראש ישיבה צו גיין פון די וועלט. און די ישיבה האט געוואלט אויפנעמען די זוהן פון די ביז יעצטיגע ראש ישיבה, וואס איז דאך געווען געראטן אין זיין פאטער און אויך געווען א גרויסע תלמוד חכם און א שואל ומשיב אין די ישיבה, און ער איז געווען די מערסטע פאסיג אריינצוגיין אין די גרויסע שיך פון זיין טאטע'ן און ווערן זיין ממלא מקום.

זענען אבער געקומען געוויסע מיט א טענה און געזאגט, פונקט ווי ווען זיין טאטע איז געווארן ראש ישיבה האט מען אים נישט אויפגענומען נאר נאכדעם וואס ער האט געברענגט צוואנציג טויזנט רובל פאר די ישיבה, אזוי אויך זאל דער זוהן אויך ברענגען א צוואנציגער אויב וויל ער ווערן ראש ישיבה...

האט זיך איינע פון די עלטערע אידן פון די הנהלה אנגערופן. וואס פארשטייט איר נישט? דער אלטער ראש ישיבה'ס טאטע איז געווען זייער א פראסטער איד, האט מען אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר ראש ישיבה נאר אויב ער ברענגט אריין געלט. אבער מיט די היינטיגע קאנדידאט איז די מעשה אינגאנצן אנדערש, ווייל ער האט דאך יא געהאט א פאטער א תלמוד חכם, און ער האט שוין שיינע יוחס, דערפאר דארף ער נישט ברענגען קיין געלט, נאר אדרבה עס איז א כבוד צו האבן אלץ ראש ישיבה אזא איינער.

"מיט די משל קען מען זייער שיין פארענטפערן די קשיא" - האט דער דובנער מגיד אויסגעפירט מיט א שמייכל. "די קשיא וויאזוי בעטן מיר פון באשעפער ער זאל אונז ענטפערן די זעלבע ווי ער האט געענטפערט פאר אברהם אבינו, איז בכלל מער נישט שווער. ווייל אברהם אבינו האט דאך געהאט א טאטע, א תרח, א עובד עבודה זרה און דערצערנט דעם אייבערשטן, דערפאר האט ער געדארפט ברענגען אסאך נחת פארן בוכ"ע. אבער פון דער אנדערע זייט, אונז אידעלעך אונז האב מיר געהאט א טאטע'ן אברהם אבינו! אונז זענען גרויסע מיוחסים! פון אונז פארלאנגט מען נישט אזויפיל ווי מען האט פארלאנגט פון אברהם. ממילא קענען מיר טאקע יא בעטן פון באשעפער אז ער זאל אונז ענטפערן פונקט אזוי ווי ער האט געענטפערט פאר אברהם אבינו".


* *

עס איז טאקע שיינע משלים, אבער מיר דארפן דאס גוט ארייננעמען אין קאפ און נישט פארגעסן ווער מיר זענען. אפילו א מענטש טראכט אמאל, ווער בין איך דען? ווער קומערט זיך מיט אזעלכע קליינע מצוות וואס איך טוה אמאל יא און אמאל נישט? וואס עפעס זאל ער זיך אפגעבן מיט מיר וואס גיב אים קוים די מינימום וואס עס פארלאנגט זיך פון מיר, ווען ער פלעגט בימים הראשונים באקומען אסאך גרעסערע נחת רוח פון די צדיקים וואס האבן אים געדינט אויף העכערע מדרגות?

די תירוץ איז אז ניין! פון אונז פארלאנגט מען בכלל נישט אז מיר זאלן דינען דעם באשעפער ווי אברהם אבינו, ער האט טאקע געדארפט, ווייל ער איז געווען א זוהן פון תרח. אבער מיר האבן דאך געהאט א טאטע'ן אברהם, מיר זעמיר גוט מיט וויפיל מיר טוען, אפילו אויב ס'איז נישט אויף די העכסטע מדרגה.

אונז שטייען יעצט אין די ימי הספירה ווי מיר זעען אז די תלמידים פון ר' עקיבא זענען געשטארבן שלא נהגו כבוד זה בזה. האב איך געטראכט אז מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז טאקע געווען זייער חסרון.. זיי האבן זיך אליין נישט מכבד געווען און מחשב געווען צו טון מצוות לויט זייער אייגענע מדריגה און געטראכט וואס איז דען ווערד מיין פשוטע דאווענען, מיין פשוטע לערנען, מיין תהלים זאגן ווען ניטאמאל פארשטיי איך די טייטש פון די ווערטער ווער רעדט נאך פון אינזין האבן די הויכע כוונות.

אבער די אמת איז ווי געשמועסט, מיר דארפן געדענקען אז אונז האבן א חשיבות אפילו בלויז פאר דעם וואס מיר זענען בני האבות, און וויפיל מיר טוען איז גענוג חשוב אין הימל.
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך יוחנן כהן »

נייס!

האסט א הערליכע שריפט!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3925
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5097

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך שמח »

@זבולון שטיינקלאץ כ'גלייך זייער די מסודר'דיגקייט, נישט געהאט די צייט יעצט צו ליינען, אבער געשמאקע אויסשטעל.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1208

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך הדסים »

זייער שיין, א שטארקע התחלה.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך פופציגער »

כהאלט אינמיטן, העמיר דארפן ממשיך זיין נאך שבת.

גוט געשריבן!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
זבולון שטיינקלאץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 16

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 6:36 pm @זבולון שטיינקלאץ כ'גלייך זייער די מסודר'דיגקייט, נישט געהאט די צייט יעצט צו ליינען, אבער געשמאקע אויסשטעל.
עס ווערט געטון דורך align=justify
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4846
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14466

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הערליך אראפגעלייגט, א פרוכטבארע פאנטאזיע און געשמאקע פעדער!

ייש"כ.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1976
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3542

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך פשוט און גראד »

Master piece
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3925
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5097

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך שמח »

זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 2:09 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 6:36 pm @זבולון שטיינקלאץ כ'גלייך זייער די מסודר'דיגקייט, נישט געהאט די צייט יעצט צו ליינען, אבער געשמאקע אויסשטעל.
עס ווערט געטון דורך align=justify
יא יא, כ'האב געקוקט וואס דו האסט געטון.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: חיימ'קע קרעמער און דער ראש ישיבה'ס זוהן...

פאוסט דורך טיפע טאשן »

זייער שיין!
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט