כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

הרב ותלמידו האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 12:49 pm א בילד וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער!
מען קען זעהן אויף זייערע טראמאטיזירטע אויגן וואס שפיגלט אפ עפעס שרעקליך וואס זיי זעהן מיט די אויגן,
איינער קען עס אנטשיידן?

הורד.jpg
איך קען דער בילד פון ערגעץ, געדענקסט פון וואו?

אה!

דאס איז אין קאנאדא (15 יאר צוריק?) ווען זיי האבן גענומען די קינדער. ס'גראדע אויך דא א קליפ ווי זיי וויינען, נישט נאר א בילד.

אויפ'ן דער קליפ הערט מען אויך דער רבי ליגנט זאגן אז מ'נעמט אויך קליינע בעיביס, און די קינדער פרעגן צו ס'רעקארדירט נאך...
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 98

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 11:50 am
צום טיש האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 11:35 am וואס איז די תועלת פון פאסטען די בילדער פון די יוצאים?
אמת איך האב געקענט באשטיין צו זען די בילדער, און כפארשטיי מען האט גענומען רשות פון זיי אבער וואס קען עס זיי העלפן אויב עפעס פיל איך עס וועט זיי שטערן דאון די ראוד?

דו מיינסט די בילד מיט די סמארטפאונס?
כ'מיין אז זיי זענען נאכנישט קיין יוצאים...
ווען זיי גייען ארויס לאזן זיי די סמארטפאונס דארט (לכאורה)
ניין כרעד נישט פון די וואס זענען נאך משועבד. טעקנינקלי דארף מען נישט פרעגן קיין רשות פארן מפרסם זיין ווייל (הער די לומדות) זיי בעלאנגען דאך אינגאנצען פאר די הנהלה און די הנהלה איז דאך א רבים איז אויס א פריוואטע זאך.. :twisted:

סאיז גראדע א גוטע נקודה דאס אז די עסקנים אינפארמירען דער עולם מיט פרטים (כאטשיג כפיל סקען זיין אביסעל אומבעטעמ'ט צו ארויפקומען ברבים און צושמירען רשעות) ווייל נאר אזוי איז דא א ווארעמקייט צו די נושא, ווען סוואלט געווען א שטילקייט גלייב איך סוואלט געווען שווערער צו רעיזן געלטער עניוועי נאכאלץ איז מיין עפניאן אז א יוצא לחירות זאל זיך נישט פראטאגאפירן,

כוויל נאר פארשטיין צוויי זאכען אין די מסכת
איינער האט געטענה'ט אז פון די חוה''מ פאנעל זעט מען אז די עסקנים פארשטיין נישט צו די מענטעל חלק, ווי זעט מען עס?

נאכדעם פארוואס ביי א טעלעפאן קאנפרענץ האט דער יוצא נישט געוואלט אראפרייסען אפען לב טהור?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

דרינגענדע ווענדונג פון די געטרייע עסקנים מיט א הארציגע בקשה צו אחינו בני ישראל!
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

לב טהור האט ליידער היינט צוריקבאקומען איין קינד
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

בילד
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2751
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13088

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

IMG_20250507_141723_786.jpg
IMG_20250507_141723_786.jpg (248.86 KiB) געזען געווארן 1916 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 2975

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
ר' הרוצה בעילום שמו הי"ו


בעבור שנדב
$20
לשמי ולכבודי
ולמען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א

שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן

...
טייערע אידן:
עס איז עטוואס א בושה, אז עס איז אריינגעקומען דערווייל אזוי ווייניג געלט. מיר האלטן אצינד אונטער 200 דאלער, פאר א איד, וואס אין זיין זכות פירן זיך צענדליגע יוצאי לב-טהור, בחורים און יונגעלייט, על פי דרך התורה והמסורה. ער האט זיי געהאלטן ביי אידישקייט. אין זיין זכות זענען ארויסגעגאנגען פילע אידן פון דארט. די געלט ווערט גענוצט אויף וויכטיגע צוועקן, און כלל-ישראל דארף צוקומען צו זיינע פעולות.

דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם און שטיצן די פעולות פון אבד"ק כנישתא חדא שליט"א, און אין דעם זכות וועט איר זען רפואות און ישועות בכל הענינים.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:52 am א באריכט פון די נעכטיגע טאג אין גוואטעמאלא.

נעכטן איז פארגעקומען צוויי געריכט הירינגס איבער צוויי באזונדערע פאמיליע קעיסעס.

די ערשטע הירינג איז געווען איבער די קינדער פון ר' יואל מארקוס (שוין א לענגערע צייט אינדרויסן פון לב טהור) וואס האט געוואלט ארויסנעמען זיינע קינדער פונעם שעלטער ארויס פון גוואטעמאלא, און אין די זעלבע צייט האט אוריאל גאלדמאן, וואס איז די זיידע פון די קינדער און פאטער פון ר' יואל'ס געוועזענע ווייב, צוזאמען מיט זיין פאמיליע, געוואלט ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער צו זיי אין לב טהור דורכ'ן טוהן די זעלבע שמוציגע אקט פון איבערגעבן קאסטעדי פאר א גויאישע פארפאלק.
די דאזיגע הירינג האט געזאלט זיין די לעצטע הירינג אויף די קעיס און זיך געדארפט ענדיגן מיט די באפרייאונג פון די קינדער צו איינע פון די צדדים, למעשה האט זיך געמאכט א פראבלעם אז טייל פון די קינדער ליידן אויף טשיקן פאקס, און די רעגירונג פארלאנגט אז די קינדער ברויכן זיין אין בעסטן צושטאנד ביים אריבערגיין צו די משפחה מיטגלידער, ממילא האט מען אפגעשטופט די פיינעל הירינג.
די עסקנים האבן אויפגענומען דעם אורטייל מיט פארלייכטערונג, נאכדעם וואס זיי האבן נאך געדארפט האבן אביסל צייט צו באפעסטיגן זייער קעיס פאר די פיינעל הירינג, זיכער צו מאכן אז די קינדער קומען טאקע אן צום טאטנ'ס הענט בעז"ה.

די צווייטע הירינג איז געווען איבער די קינדער פון יואל ראזנער חתן נחמן העלבראנץ, ווען א קרוב משפחה זיינער האט געפיילט קאסטעדי אויף זיינע קינדער און פארלאנגט ארויסצונעמען די קינדער צו זיך אהיים קיין אמעריקע.
דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס יואל ראזנער האט זיך געבראכן און געקומען צום געריכט הירינג, נאכדעם וואס ביז היינט האבן ער און די אנדערע עליטע לב טהור מיטגלידער בויקאטירט די גאנצע געריכט סיסטעם און די PGN, אבער זעענדיג אז ס'איז צרות ווי א בארג און ער גייט אט אט פארלירן זיינע קינדער, האט ער געמוזט קומען צום הירינג.
די לויער וואס פארטרעט לב טהור האט זעלבסט פארשטענדליך פארלאנגט אז מ'זאל נישט איבערגעבן קאסטעדי פאר די קרוב משפחה, אבער די ריכטער האט קלארגעשטעלט אז ער פלאנירט יא צו געבן קאסטעדי רעכט פאר די קרוב ביים ענדגילטיגן הירינג וואס גייט נאכפאלגן, אויף אזוי ווייט אז ער האט תיכף געגעבן די גרינע ליכט אז דער דאזיגער קרוב איז ערלויבט אריינצוגיין אינעם שעלטער צו באזוכן און רעדן צו די קינדער, אזױ אז ווען די לעצטע הירינג וועט פארקומען און ער וועט קענען ענדגילטיג ארויסנעמען די קינדער, זאלן זיי אים שוין קענען פון פאראויס, אז ס'זאל זיי זיין גרינגער די איבערגאנג.


אין אנדערע נייעס קומט היינט פאר א געריכט הירינג איבער די קינדער פונעם דע פאקטא לב טהור פירער חיים צבי מלכא.
וואס איז געווארן מיט די קינדער וואס ל"ט האט ליידער צוריקבאקומען דורך געבן קאסטעדי פאר גוי'אישע פארפעלקער, גייען די קינדער למעשה טעגליך אין פאבליק סקול? שטייען זיי אין די אנדערע תנאים וואס קארט האט פארלאנגט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7824
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18801

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 6:49 pm חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גוואטעמאלא ארויסגעגעבן די ענדגילטיגע אורטייל צו אויטאריזירן די באפרייאונג פון די צוויי האראוויטץ בחורים, ישראל און זאב וואלף (זיין בר מצוה סעודה איז פארגעקומען אינעם שעלטער עטליכע וואכן צוריק), מיט די קאסטעדי פון זייער עלטערע שוועסטער פון טאהש!

די גאר פרייליכע נייעס קומט נאכדעם וואס אין א פריערדיגע געריכט הירינג איז די זעלבע פלאן דורכגעפאלן נאכדעם וואס די מאמע האט גע'טענה'ט אז איר טאכטער איז גייסטיש אומסטאביל און האט נישט די מעגליכקייט צו קענען ערציען אירע יונגערע ברודער אין נארמאלע געזונטע אומשטענדן, אבער אצינד האבן די עסקנים בס"ד באוויזן צו באאיינפלוסן די מאמע און זי האט זיך געבראכן און אונטערגעשריבן קאסטעדי פאר איר טאכטער, און מיט דעם ענדגילטיג ערלויבט די באפרייאונג פון אירע צוויי קינדער ארויס פונעם שעלטער.

(בייגעלייגט א בילד פון די צוויי ברודער מיט זייער רשות).

ישראל האראוויטץ
IMG_20250506_181741.jpg


זאב וואלף האראוויטץ
IMG_20250506_174352.jpg
IMG_20250506_182238.jpg


אין נאך א גאר פריידיגע אנטוויקלונג האט א געריכט היינט געגעבן ערלויבעניש פאר די קאנאדישע רעגירונג צו באקומען קאסטעדי אויף א בחור און אים ארויסנעמען און איבערגעבן פאר א היימישע פאמיליע אין קאנאדע!

די רעדע איז פון א זון פון מאיר יואל מלכא וועלכע באהאלט אויס ביי זיך די אכט פארלוירענע יונגע פרויען, און היות קיין איין פאמיליע מיטגליד איז נישט געקומען פיילן קאסטעדי אויף זיין בחור, האט די געריכט נאכגעגעבן די פארלאנג פון די קאנאדישע רעגירונג ארויסצונעמען דעם בחור פונעם שעלטער צוליב זיין קאנאדישע בירגערשאפט, און ער וועט ווערן איבערגעגעבן צו א היימישע פרומע משפחה אין קאנאדע.
איש טוב מבשר טוב!

יישר כח פאר די פרייליכע נייעס! ויה"ר אויף ווייטער.
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

א פרישע גאנצע משפחה, מאמע מיט אירע 7 קינדער, האבן היינט פארלאזט דעם פארשאלטענעם מקום.


הודו לשם.
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 10:46 am
אלעמאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:05 am
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 6:49 pm חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!



די רעדע איז פון א זון פון מאיר יואל מלכא וועלכע באהאלט אויס ביי זיך די אכט פארלוירענע יונגע פרויען,
ווער באהאלט וואס באהאלט?

ביז יעצט האב איך נאר געליינט, אז די אכט פרויען זענען בעסער אז מ'רעדט נישט, עס זאל נישט שאטען די הענט פון די מלאכי חבלה, חכמים המה להרע, הייליגער סדומיים פון ל"ט.

יעצט זעה איך אז איינער האט זיי אפיצעיל באהאלטן.

ווען איז דאס ארויס ברבים?
ווער איז דער?
ווי איז ער?
און פארוואס האט דאס געשטערט אז ער זאל נישט גיין נעמען זיינע קינדער?

אדער רעדט מען טאקע דא פון זייער'ס א שליח, א שליח לדבר עבירה, א ידא אריכתא פון דעם צורר אליין, וואס דארף אכטונג געבן אויף די אכט נפשות זאלן נישט אנטלויפן פון די קולט?
איז פארוואס האט איהם געלוינט מוותר זיין פאר דעם אויף זיין אייגענע קינד?

כ'בין צומישט.

האסטע נישט פארשטאנען. די אכט פרויען זענען פארכאפט געווארן דורך לב טהור, וועלכע האט זיי אריבערגעשמוגלט קיין בעליז. די עסקנים זאגן בסך הכל אז מען האלט אן אויג אויף די סיטואציע מיט די פרויען אבער מען וויל נישט אריינמישן די רעגירונג פון גואטעמאלא פשוט ווייל מען ארבעט אז די רעגירונגען פון אמעריקע און קאנאדע זאלן ווערן אינוואלווד, און אויב וועלן די קינדער אנקומען קודם קיין גואטעמאלא וועט עס צולייגן נאך אסאך צייט און פארשלעפטע פראצעדורן ווי מ'ווייסט שוין היינט.
איז דען נישט די מצב אין די שעלטערס א גן עדן אין פארגלייך צו די אומשטענדן אין וואס מ'האלט זיי אין ל''ט??? זאל עס ענדערש זיין פארשלעפט אין די שעלטערס ווי איידער ביי די רשעים ניין?
ב) וואו איז דער מאיר יואל יעצט? ווי אזוי האלט ער א אויג אויף זיי? פארוואס קען מען אים נישט ארעסטירן אזוי ווי די אנדערע שמוגלערס?
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:48 pm א פרישע גאנצע משפחה, מאמע מיט אירע 7 קינדער, האבן היינט פארלאזט דעם פארשאלטענעם מקום.


הודו לשם.
פרטים אויב מעגליך?
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 2:13 pm לב טהור האט ליידער היינט צוריקבאקומען איין קינד
פרטים אויב מעגליך?
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

קען איינער אביסל מרחיב זיין ווען האט רעב יואל העניך פארלאזט לב טהור?
וואס איז געווען די מעשה
לאגיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:24 pm
x 105

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאגיק »

@סאלי,
פאר א טויזענטער קענט איר פרעגן די פראגן פון ר' יואל העניך פערזענליך אבער איך מיין אז עס איז נישט פאסיג צו פרעגן וויאזוי מען האט איבערגעצייגט די רעבעצין.
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 8:39 pm איך בין געבעטן געווארן איבערצוגעבן, אז פאר די סכום פון $1000, וועט דער רב שליט"א מקדיש זיין מזמנו און כאפן א פערזענליכע יישר כח שמועס מיטן נדבן, וואו ער וועט האבן די געלעגנהייט אויסצופרעגן אלע שאלות וספיקות, וואס מענטשן האבן איבער די גאנצע נושא.
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 325

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

סאלי האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:56 pm קען איינער אביסל מרחיב זיין ווען האט רעב יואל העניך פארלאזט לב טהור?
וואס איז געווען די מעשה
ווי אזוי האט ער משכנע געווען זיין רעבעצין זי איז דאך א טאכטער פינעם ריש מתיבתא
ווי עס ווייזט אויס דייקא די נאנטע צום חכם און צום הנהלה האבן גרינגער פארלאזט דאס פלאץ עיין רוב פון העלבראנץ קינדער אייניקלעך און נאך.
די סיבות קען זיין צווייפאכיג אדער האבן זיי מיטגעהאלטן די רשעות פון די נאנט אדער האבן זיי געווען ווייניגער קאנטראלירט געבנדיג מאמענטן פאר די מוח צו טראכטען.
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:10 pm
סאלי האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:56 pm קען איינער אביסל מרחיב זיין ווען האט רעב יואל העניך פארלאזט לב טהור?
וואס איז געווען די מעשה
ווי אזוי האט ער משכנע געווען זיין רעבעצין זי איז דאך א טאכטער פינעם ריש מתיבתא
ווי עס ווייזט אויס דייקא די נאנטע צום חכם און צום הנהלה האבן גרינגער פארלאזט דאס פלאץ עיין רוב פון העלבראנץ קינדער אייניקלעך און נאך.
די סיבות קען זיין צווייפאכיג אדער האבן זיי מיטגעהאלטן די רשעות פון די נאנט אדער האבן זיי געווען ווייניגער קאנטראלירט געבנדיג מאמענטן פאר די מוח צו טראכטען.
אויב עפעס איז געווען פונקט פארקערט, זייט די וויינגארטן'ס זענען אריינגעקומען אינעם בילד האבן זיי אנגעהויבן גאר שטארק אינטערדריקן די העלבראנץ משפחה, ונתן העלבראנץ יוכיח, און דאס איז נאר ערגער געווארן ווען נחמן איז געווארן טיפש (כקען מיך נישט ברענגען אים צו רופן חכם....), האט ער ממש טעראריזירט זיינע אייגענע געשוויסטער, ומרת לאווער הי''ד יוכיח,
ובכלל, איז גארנישט גרינג געווען פאר זיי צו פארלאזן דאס פלאץ, איך האב פערזענליך געהערט פון אידן וואס האבן גערעדט מיט זיי שעות ע''ג שעות זיי צו העלפן ארויסקומען.
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:48 pm א פרישע גאנצע משפחה, מאמע מיט אירע 7 קינדער, האבן היינט פארלאזט דעם פארשאלטענעם מקום.


הודו לשם.
details ?
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

סאלי האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:36 pm
כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:48 pm א פרישע גאנצע משפחה, מאמע מיט אירע 7 קינדער, האבן היינט פארלאזט דעם פארשאלטענעם מקום.


הודו לשם.
details ?
בקרוב.

טאטע קען נישט ארויס פון גואטעמאלא.

מאמע ושבעה בניה פארלאזן דאס פלאץ.
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:40 pm
סאלי האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:36 pm
כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:48 pm א פרישע גאנצע משפחה, מאמע מיט אירע 7 קינדער, האבן היינט פארלאזט דעם פארשאלטענעם מקום.


הודו לשם.
details ?
בקרוב.

טאטע קען נישט ארויס פון גואטעמאלא.

מאמע ושבעה בניה פארלאזן דאס פלאץ.
פין לב טמא קען ער יא ארויס?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 2975

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
ר' הרוצה בעילום שמו הי"ו


בעבור שנדב
$5

למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א

שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן

...
טייערע אידן:
עס איז עטוואס א בושה, אז עס איז אריינגעקומען דערווייל אזוי ווייניג געלט. מיר האלטן אצינד אונטער 200 דאלער, פאר א איד, וואס אין זיין זכות פירן זיך צענדליגע יוצאי לב-טהור, בחורים און יונגעלייט, על פי דרך התורה והמסורה. ער האט זיי געהאלטן ביי אידישקייט. אין זיין זכות זענען ארויסגעגאנגען פילע אידן פון דארט. די געלט ווערט גענוצט אויף וויכטיגע צוועקן, און כלל-ישראל דארף צוקומען צו זיינע פעולות.

דער עולם ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווארעם און שטיצן די פעולות פון אבד"ק כנישתא חדא שליט"א, און אין דעם זכות וועט איר זען רפואות און ישועות בכל הענינים.

די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:40 pm
סאלי האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 4:36 pm
כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:48 pm א פרישע גאנצע משפחה, מאמע מיט אירע 7 קינדער, האבן היינט פארלאזט דעם פארשאלטענעם מקום.


הודו לשם.
details ?
בקרוב.

טאטע קען נישט ארויס פון גואטעמאלא.

מאמע ושבעה בניה פארלאזן דאס פלאץ.
העמיר ווארטן אויף ווען מ'וועט קענען מפרסם זיין
(בעצם זאגן די ראשי עסקנים געווענליך אז ווילאנג א פאמיליע לאנדעט נאכנישט אין ניו יארק איז קיינמאל נישט גוט מפרסם צו זיין, צוליב לעצט מינוטיגע טעראר פון לב טהור)
אבער מ'רעדט פון גאר א סטראטעגישע פאמיליע, פון די סאמע העכסטע, און וועט בס''ד ווארשיינלעך נאכשלעפן אסאך אנדערע משפחות...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

image000000 (1).jpg
image000000 (1).jpg (260.75 KiB) געזען געווארן 1108 מאל
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 5:23 pm העמיר ווארטן אויף ווען מ'וועט קענען מפרסם זיין
ETA?
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

כבוד מלכים האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 5:46 pm image000000 (1).jpg
אמר''ש פון שמחות, א (פארשפעטיגטע) מז''ט פאר משפחת הורוויץ צו די געבורט פון זייער געשוויסטערל.
(דוכט זיך שוין 2 וואכן צוריק)
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
שרייב פאוסט