שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 84

שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך רעגנדיג »

Yidtish-Contast5783-Logo41.jpg
Yidtish-Contast5783-Logo41.jpg (182.68 KiB) געזען געווארן 1123 מאל


די לאנג ערווארטעט מאמענט איז ענדליך אנגעקומען, מיט א קלאפנדיג הארץ און געמאסטענע טריט מאכט בערל דעם וועג אריין אינעם פרעכטיגן פאלאץ אין באגלייטונג פון ר' משה, וואו ער וועט אים ארומפירן איבעראל און ווייזן די שווערע ארבעט וואס איז אריין דערין און די הערליכע תוצאות דערפון. בערל האלט איין דאס אטעם און פרובירט צו באהאלטן זיין אנגעצויגנקייט, ער האפט אז דער גביר וועט טאקע זיין אנטציקט פון זיין ארבעט און וועט אים באלוינען ווי עס דארף צו זיין. אבער ער נעמט עס נישט צו שטארק צום הארצן, ער איז פארט גאנץ רואיג ביי זיך וויסנדיג אז ער האט געטון דאס מאקסימום וואס איז געווען אין זיינע הענט, און ער האט טאקע אהערגעשטעלט א געלונגענע ארבעט וואס די רייכסטע פאלאצן איבערן ערד קוגל קענען זיך פארשטעקן דערפאר.

ר' משה שפאצירט אריין מיט שטאלצע טריט קוים ווארטנדיג זיך צו באקענען מיט זיין נייעם באליבטן הויז און ענדליך זיך קענען אנזעטיגן פון איר שיינקייט. מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ באגלייט ער דעם קאנטראקטער און הערט זיך צו מיט אויפמערקזאמקייט צו זיינע ערקלערונגען, און דאן באמערקט בערל צו זיין גרויס שאק ווי ר' משה'ס צופרידענע פנים ווערט איבערגעדעקט מיט א קרומע גרימאסע. ער האט געשפירט ווי ער פאלט אוועק, וואס האט דער גביר שוין געטראפן שלעכט אין דעם הויז וואס ער האט אריינגעלייגט אזויפיל ארבעט איר אהערצושטעלן מיט א שלימות'דיגן פראכט?


*


אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט אומגעפער דריי יאר פריער, ווען אין איין שיינעם טאג באקומט בערל דער קאנטראקטער א טעלעפאן רוף פון ר' משה דער באקאנטער גביר. בערל איז געכאפט געווארן אין שאק פון דעם אומערווארטעטן כבוד, אבער האט זיך אנגעשטרענגט צו צולייגן קאפ צום גביר'ס פארלאנג און נישט פארפאסן קיין ווארט פונעם שמועס. די פארשלאג וואס ר' משה האט פאר אים פארגעלייגט האט אים געכאפט אין גענצליכע איבערראשונג, און זיין פרייד און עקסטאז איז געשטיגן מיט יעדעס ווארט וואס דער גביר האט ארויסגעזאגט פון מויל. מיט ציטערדיגע הענט לייגט בערל אראפ דעם טעלעפאן, זיין פנים שטראלט פון גליק, אבער אין די זעלבע צייט שפירט ער דעם שטארקן עול פון די געוואלדיגע אחריות וואס איז נארוואס געפאלן אויף זיינע פלייצעס. ער קען נישט גלויבן זיין גוטן מזל, פון אלע קאנטראקטערס אינעם גאנצן שטאט האט ר' משה דער גביר פונקט אים אויסגעקליבן אז ער זאל שטיין אין שפיץ פון די בוי ארבעט פון זיין נייעם גיגאנטישן פאלאץ אין צענטער פון שטאט. בערל איז גליקליך ביז גאר, חוץ פון די שיינע אפותיקי מיט וואס ער וועט ארויסגיין פון דעם געשעפט, וועט עס אים אויך ברענגען א שטארקע פרעסטיזש, און וועט אים העלפן דערגרייכן פיל העכער און ווייטער.

בערל קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן קיין איין איבריגן מינוט, ער האט זיך גלייך גענומען צו די מלאכה, וויסנדיג אז ער מוז זען פאר יעדן פרייז צופרידנצושטעלן דעם גביר, און דאס הויז דארף זיין אזוינס און אזעלכעס אז די גאנצע שטאט זאל שמועסן דערפון. ער האט זיך תיכף געזעצט צום טעלעפאן און אנגעהויבן אראנזשירן מיט די נויטיגע פירמעס אז זיי זאלן אהערשטעלן פון דאס בעסטע און שענסטע וואס איז דא. ער האט געוואוסט אז יעצט קוקט מען נישט אויף קיין געלט, מ'דארף איבערדרייען יעדן שטיינדל צו פארזיכערן אז דאס הויז ווערט געבויט אויפן שענסטן און פרעכטיגסטן פארנעם, און ער האט טאקע נישט געשפארט קיין צייט און כח זיכער צו מאכן אז דאס וועט ארויסשטארן אלס די שענסטע פאלאץ איבערן גאנצן שטאט.

אונזער געשיכטע איז זיך פארלאפן שוין מיט פיל יארן צוריק, ווען די וועלט איז נאך ווייט נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט, אבער עס איז דאן פונקט געווען אין די עפאכע ווען די וועלט איז צוביסלעך געווארן מער פארגעשריטן. פילע נייע מאדערנע פראדוקטן זענען דאן ערשינען אויף די מארקעט, און עס האבן זיך כסדר אנטוויקלט פילע פארגעשריטענע מיטלען און סאפיסטיקירטע געצייגן. טראץ וואס אין אלגעמיין איז נאך דאן נישט געווען צו געפונען די פארגעשריטענע איינריכטונגען וואס ווערן היינט אריינגעלייגט אין יעדן הויז, האט עס אבער שוין דאן אנגעהויבן צו ערשיינען אויף א קלענערן פארנעם, און בלויז גאר רייכע לייט האבן זיך ערלויבט דאס צו איינהאנדלען ביי זיך אינדערהיים.

בערל דער קאנטראקטער האט פארלייגט אומגעהויערע כוחות צו דערגרייכן און פארשאפן די מערסט פארגעשריטענע איינריכטונגען וואס זענען דאן געווען צו באקומען, ר' משה האט אים באאויפטראגט צו אויסרישן דעם הויז מיט די נייעסטע סארט טעכנאלאגיע און מערסט מאדערנע איינריכטונגען, און ער האט טאקע נישט געשפארט קיין צייט און מיה נאכצוגיין און פארשאפן דאס בעסטע וואס איז דא צו באקומען, איבער די לענג און ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן האט ער ארומגערייזט צו פארזיכערן אז דער גביר וועט נישט אנטוישט ווערן, און ער האט געוואוסט אז ער וועט גוט באלוינט ווערן פאר זיין ארבעט.

און זיין ארבעט איז טאקע נישט געגאנגען לטמיון, עס איז אים געלונגען אהערצושטעלן א פרעכטיגן פאלאץ, אהערגעשטעלט אויף א אויסנאם אויגפארכאפנדן פארנעם, אז יעדער וואס האט נאר געכאפט א בליק דערויף איז ארויס פון התפעלות. פון איבערן גאנצן לאנד האט ער צוזאמגעשלעפט די מערסט מאדערנע איינריכטונגען וואס זענען דאן געווען צו באקומען, און אויף יעדן ריר האט זיך אנגעזען די שווערע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט צו אויסצירן דעם הויז. איר אויסטערלישע שיינקייט האט אנטציקט יעדן וואס האט דאס באטראכט, און איר מאיעסטעטישע פראכט האט אויסגערופן רייכטום און שעצונג פון נאנט און ווייט. אין יעדן צימער האט זיך אנגעזען די פרעכטיגע הענגלייכטער וועלכע האבן זיך געשלענגט פונעם דאך און באלאכטן דעם פאלאץ, שאפנדיג דערביי א פראכטפולן איינדרוק מיט דעם ספעציעלן שיין און גלאנץ וועלכע זיי האבן ארויסגעגעבן.

אבער בערל האט זיך נישט באגנוגנט מיט די אויסערליכע שיינקייט, ער האט זיכער געמאכט אז עס ווערט אויך געבויט אויף א גאר פראקטישן און צוגענגליכן פארנעם, אז עס זאל זיין א געשמאק צו לעבן דערין. פיל מיה און פלאג האט ער אריינגעלייגט צו ערלעדיגן אז די הויז זאל זיין אויסגערישט מיט פארגעשריטענע טעכנעלאגיע און סאפיסטיקירטע איינריכטונגען לויט די דעמאלטדיגע השגות אז די איינוואוינער זאלן זיך געפונען גאר באקוועם אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

עס האט גענומען גאר א לאנגע צייט, פיל לענגער ווי בערל האט זיך אריגינעל געראכטן, אבער ענדליך נאך עטליכע יאר איז אנגעקומען די גליקליכע טאג און דער פאלאץ איז פולשטענדיג פארענדיגט געווארן צום גרויס פרייד און הנאה פון דער בעל הבית ר' משה און זיין הויז געזינד, און פארשטייט זיך דער קאנטראקטער בערל וועלכער האט שוין אזוי ארויסגעקוקט אויף דעם גליקליכן מאמענט ווען ער וועט באגאסן ווערן מיט געלט און כבוד אויף די הערליכע ארבעט וואס ער האט אהערגעשטעלט, און די גאנצע שטאט וועט רעדן פון אים מיט התפעלות און שעצונג, ארויפברענגענדיג דערמיט זיין פרעסטיזש צו גאר הויכע שטאפלען.

און ענדליך האלט מען שוין דא, אלעס איז שוין פיקס פארטיג, און יעצט גיבט ער א טור פאר ר' משה ארום דעם הויז אים צו ווייזן די הערליכע רעזולטאטן פון זיין שווערע ארבעט. אבער אויף דעם האט ער זיך נישט געראכטן, שוין ביים אנהייב קרומט דער גביר מיט די נאז, וואס קען דאס באדייטן, וועלכע איינצלהייט האט ער פארפעלט וואס נעמט אזוי ארויס דעם נגיד פון די כלים?

אבער ר' משה לאזט אים נישט צו לאנג זיך וואונדערן, ער דרייט זיך אויס אין זיין ריכטונג און צייגט מיטן פינגער אויפן דאך ווען אויף זיין געזיכט איז קענטיג זיין גרויס כעס און פרוסטרירונג; "וואס האסטו מיך דא קאליע געמאכט? וואס זענען די מאדנע לעכער אויפן דאך?" שרייט ער מיט א רויטן געזיכט . "איך האב ערווארטעט זאלסט מיר אהערשטעלן א הערליכע הויז וואס זאל זיין די שענסטע וואס איז נאר מעגליך, קומסטו און דו מאכסט ריזיגע לעכער אין יעדן צימער, דערביי קאליע מאכנדיג דעם גאנצן שיינקייט?! ביסטו אויפן קאפ געפאלן?!"

בערל שטייט דארט אינגאנצן שאקירט און פארלוירן און וויל עפענען זיין מויל צו ערקלערן פארן גביר וואס די לעכער באדייטן. אבער נאך איידער ער האט געטראפן זיין פארלוירענעם צונג ריכט ר' משה מיטן פינגער צו א צווייטן ארט אויפן דאך און זעצט פאר מיט זיין אויסברוך; "וואס לייגסטו מיר דא ארויף ריזיגע שטיקער וועלכע פאר'מיאוס'ן דעם גאנצן אויסזען פונעם הויז, האסט נישט געקענט לאזן דעם דאך שיין גלאט אן די גרויסע לעכער און די ריזיגע שטיקער וועלכע הענגען אראפ פון אלע זייטן? מיט וואספארא רעכט לייגסטו צוגרינד מיין הויז פון וואס איך חלום שוין אזויפיל יארן?!" שוימט ער מיט אן אויפגערעגטן שטימע וואס הילכט אפ איבער דעם גאנצן הויז.

בערל ווייסט נישט צי ער זאל וויינען אדער לאכן, ער האט באמת נישט גע'חלומ'ט אז דער גרויסער גביר איז אזוי אומוויסנד, אבער זעט אויס אז טראץ זיין גרויס רייכטום און פילע באקאנטשאפטן וואס ער פארמאגט איבערן לאנד, איז ער נישט באהאוונט מיט די פארשריט וואס די וועלט האט געמאכט אין די לעצטערע יארן, און ער הייבט נישט אן צו כאפן אז אט די איינריכטונגען אויף וואס ער רעגט זיך אזוי, דאס זענען די בעסטע און שענסטע וואס איז דא צו באקומען לויט די לעצטע מאדעס, און די אלגעמיינע באפעלקערונג קען בלויז חלומ'ען דערפון. די איינציגסטע וואס קענען זיך עס ערלויבן זענען טאקע די גרויסע עשירים א שטייגער ווי ר' משה.

ער זוכט די פאסיגע ווערטער צו ערקלערן פארן הויכגעשעצטן גביר וואס די זאכן זענען, אן דעם וואס עס זאל אויסקוקן ווי ער טוט חלילה גרינגשעצן אין אים, אבער נאך איידער ער האט געפונען די ריכטיגע ווערטער האט אים ר' משה געגעבן צו הערן אז ער איז נאך ווייט פון פארטיג; "און וואס איז דאס?" האט ער אויסגעשריגן מיט א הייזעריגע שטימע ווייזנדיג אויפן דאך ביים אריינגאנג צום צימער. "וואס איז די מאדנע דיקע געגנשטאד וואס איז פלאצירט דא אויפן דאך? וואס האסטו געטון דא צו מיין דאך? פיל מיט לעכער איבעראל און מאדנע שטיקער הענגען פון אלע זייטן, און דו קלערסט נאך אז איך וועל דיר באצאלן דערפאר?! וויאזוי שעמסטו זיך נישט צו ווייזן דאס פנים פאר מיר נאכן אזוי קאליע מאכן דעם גאנצן דאך פון מיין פרעכטיגן פאלאץ?!" האט ער אים פארגעהאלטן מיט א שטרענגן שטימע.

בערל האט ענדליך געטראפן די ריכטיגע ווערטער, און מיט אן איידעלן שטימע הייבט ער אן ערקלערן פארן גביר אז דאס זענען די סאמע מאדערנסטע איינריכטונגען וואס ווערן בלויז אריינגעשטעלט אין גאר רייכע הייזער. די לעכער וואס ערשיינען אויפן דאך זענען טייל פונעם גאר סאפיסטיקירטן צענטראל עיר קאנדישן סיסטעם וועלכע איז נישט לאנג צוריק ערשינען אויף די מארקעט און ער האט אריינגעלייגט שווערע כוחות צו ערמעגליכן אז דאס זאל קענען ווערן אינסטאלירט אין דעם הויז. "עס וועט טאקע זיין פיל שענער ווען די דאך איז גענצליך גלאט, אבער דאן וועט מען נישט קענען וואוינען אין דעם הויז, אין די זומער וועט מען דערשטיקט ווערן פאר היץ. פון די לעכער קומט אריין די לופט וואס קילט אפ דאס גאנצע הויז און מאכט אנגענעם זיך צו געפונען אין איר." ערקלערט בערל בטוב טעם ודעת, בשעת ר' משה הערט זיך צו מיט אינטערעסע און באטראכט מיט התפעלות דעם וואונדערליכן סיסטעם.

דאן איז בערל מסביר אז די גרויסע קלעצער וועלכע הענגען אראפ פון דאך, דאס זענען די פראכטפולע הענגלייכטער וואס באלייכטן דעם הויז, אן זיי וועט דא זיין טונקל, און כדי צו נאך מער פארשענערן דעם פאלאץ האט ער ערלעדיגט אז מ'זאל ספעציעל אהערברענגען פון די מרחקים הערליכע הענגלייכטער לויט די לעצטע מאדעס, און אין די זעלבע צייט וואס עס וועט דינען דעם צוועק פון באלייכטן דעם צימער, וועלן זיי גלייכצייטיג באצירן און צוגעבן פיל שיינקייט און גלאנץ צום גאנצן הויז. עס קען זיך אפשר דאכטן אז עס וואלט געווען בעסער ווען די דאך איז שיין גלאט אן קיין ארויסשטארנדע געגנשטאדן, אבער אז מ'באטראכט די פרעכטיגע הענגלייכטער זעט מען אז פארקערט, זיי טוען גאר באלייכטן און פארשענערן דעם גאנצן הויז.

און צום לעצט ערקלערט ער אז די געגנשטאדן וועלכע שטארן ארויס ביים אריינגאנג צו די צימערן, דאס זענען סמאוק דעטעקטארס, א נייע ערפינדונג וועלכע איז געאייגנט אויפצוכאפן רויך און אלארמירן די איינוואוינער איבער דעם. טראץ וואס זיי טוען מעגליך עטוואס פאר'מיאוס'ן דעם שיינעם דאך, טוען זיי אבער דינען דערביי א גאר וויכטיגן צוועק, און באהיטן די איינוואוינער אז אין פאל עס ברעכט חלילה אויס א פייער, וועלן זיי זיך הילכיג צוקלינגען צו ווארענען באצייטנס איבער דעם געפאר. אלזא איז מעגליך אז די דאך וואלט שענער געווען אן דעם, אבער עס לוינט זיך זיכער צו פארציכטן אויף אביסל שיינקייט כדי צו פארמאגן דעם נויטווענדיגן מיטל וועלכע קען העלפן ראטעווען לעבנס.

ר' משה הערט זיך צו מיט אויפמערקזאמקייט, אויף זיין געזיכט איז קענטיג די שטארקע התפעלות וואס ער כאפט הערנדיג די קלארע הסברים וואס בערל ערקלערט אים בטוב טעם ודעת. אויף איין מאל כאפט ער שוין פונקטליך וואס איז די באדייט פון די פילע לעכער און ארויסשטארנדע געגנשטאדן וואס זעען זיך אן איבעראל אויפן דאך ארום דעם גאנצן פאלאץ. ער באדאנקט זיך פון טיפן הארצן פאר בערל אויף זיין אויסערגעווענליך געטרייע ארבעט, און זעצט זיך אראפ אויסשרייבן דעם פעטן טשעקל וואס עס קומט אים פאר די איבערמידליכע כוחות וואס ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן דעם פאלאץ אין איר פולן פראכט.



***



יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט א נאטורליכן ווילן דורכצוגיין דאס לעבן לייכט און געשמאק, יעדער מענטש אין זיין מצב, אפגעזען די אומשטענדן ארום, קוקט ארויס צו האבן א פערפעקט לעבן אן קיין שוועריגקייטן און נסיונות, אלעס זאל זיין גוט און געשמאק, זאכן זאלן פארן גלאט און געשמירט, און קיינער האט נישט ליב ווען מ'טרעפט זיך אן מיט שטיינער אין וועג.

אבער, עס ווייסט און פארשטייט יעדער איינער אז למעשה גייט עס נישט אזוי, דאס לעבן איז נישט קיין לוסט רייזע, און ביי יעדעם מאכט זיך פארשידענע שוועריגקייטן דורכאויס די לעבנס יארן. בײ איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, אבער הצד השוה שבהן אז יעדער טרעפט זיך אן מיט פילע לעכער אין וועלכע מ'קען אפט אריינפאלן, מיט ארויסשטארנדע געגנשטאדן וועלכע פארשווערן דעם וועג, און מיט פילע מושטענישן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

דער באשעפער זאל אוודאי העלפן אז יעדער איד זאל האבן א גליקליך לעבן אן קיין שום פראבלעמען, אבער דאך האט דער באשעפער אוועקגעשטעלט די וועלט אויף אן אופן אז יעדער מוז דורכגיין עפעס אנצוקומען צו זיין תכלית, עס איז נאך נישט באשאפן געווארן דער מענטש וואס אייביג האט אלעס פאר אים געגלאנצט. טראץ וואס צומאל קען זיך דאכטן אויף געוויסע מענטשן אז אלעס גייט זיי גוט, איז אבער קלאר אז באמת האט זיך יעדער זיין פעקל.

די לעכער און שוועריגקייטן מאכן טאקע דאס לעבנס רייזע אויסקוקן אומבא'טעמ'ט און אנגעלייגט מיט פילע שטערונגען, אבער באמת איז דאס פונקט ווי די לעכער אויף יענעם דאך, אן דעם קען א מענטש נישט אנגיין אין לעבן, דאס איז וואס גיבט חיות פאר א מענטש זיך צו דערהאלטן. טאקע די לעכער וואס שטייט אין וועג און ברענגט דעם מענטש צו שטרויכלונגען, אט דאס איז וואס בלאזט אריין חיות אינעם מענטש, דאס גיבט אים דעם שטופ ווייטער אנצוגיין, צו קעמפן פאר זײן הצלחה.

א מענטש וואס האט א גלאטן געשמאקן לעבן אן קיין שום שטער, איז פונקט ווי די הויז וואס האט א גלאטן דאך. זיין לעבן האט נישט קיין שום ציל און צוועק, ער שטייט אויף יעדן טאג נישט האבנדיג דעם מינדעסטן אנונג פארוואס ער איז בכלל געקומען אויף דער וועלט, און ער פארלירט זייער שנעל דעם מוט און חשק צו לעבן. דוקא די מענטשן וואס שטויסן זיך אן אין שוועריגקייטן, זיי לעבן מיט אן אמת, די שטיינער אין וועג גיבט אריין לעבהאפט אין א מענטש, און שטופט אים פאראויסצוגיין צו זיין ציל.

אפטמאל טרעפט זיך א מענטש אן מיט א פלוצלינגדיגע שטער וואס פארשטעלט אים דעם וועג, ער פארשטייט נישט וואס מ'וויל פון אים, אים דאכט זיך אז ס'וואלט פיל בעסער געווען ווען אלעס גייט געשמירט און ער קען מארשירן אן קיין שום פראבלעם. אבער די אמת איז אז די מאדנע שטערונגען אינמיטן וועג, זיי זענען דוקא די וואס באלייכטן זיין וועג, עס קוקט אויס ווי א פראבלעם, עפעס א אומגעוואונטשענע גאסט, אבער אין פאקט טוט דייקא דאס ווארפן א ליכט און גלאנץ אויף פאראויס און פארשענערט דעם לעבן פילפאכיג.

זייער אסאך מאל טוט זיך א מענטש פלוצלינג אנטרעפן מיט א פרעמדן געגנשטאד וועלכע שטארט ארויס אין זיין לעבנסוועג און פארשאפט אים פיל צער, ער וויל דאס נישט, ער קלערט אז דאס לעבן וואלט פיל בעסער געווען ווען עס גייט גלאט. אבער ער ווייסט נישט אז די פרעמדע געוואוקס טוט אים אין פאקט באהיטן און באשיצן פון פיל גרעסערע שוועריגקייטן, און טראץ וואס דאס איז אומבאקוועם אויפן מינוט, טוט עס אין די זעלבע צייט ראטעווען און אפהיטן פון פיל גרעסערע סכנות.

פונקט ווי א מענטש פארשטייט אז א גלאטן דאך אן קיין שום זאך וואס שטעקט זיך ארויס דערפון איז מעגליך טאקע זייער שיין, אבער מ'קען אין אזא הויז נישט לעבן. אזעלכע זאכן ווי עיר קאנדישאן, לעקטער, און סמאוק דעטעקטארס זענען קריטיש וויכטיג פארן וואוילזיין פון די איינוואוינער, און אנדערש איז נישט מעגליך זיך אויפצוהאלטן אין איר, דערפאר איז מען גרייט צו פארציכטן אויף דעם וואס די דאך איז נישט אזוי שיין. דאס זעלבע איז מיט א מענטש'ס לעבן, עס קוקט טאקע אויס שיין און געשמאק ווען אלעס גייט געשמירט און עס מאכט זיך נישט קיין פראבלעמען, אבער מ'קען אזוי נישט לעבן, עס איז פונקט ווי א גלאטן דאך. כדי א מענטש זאל קענען אנגיין אין לעבן מוז ער האבן די לעכער, די שטיינער אין וועג, די כסדר'דיגע שוועריגקייטן, און דוקא דאס זענען די זאכן וואס בלאזן אין אים אריין א חיות און טוען באלייכטן זיין לעבנסוועג, און טוען אים אפטמאל אויסהיטן פון פיל גרעסערע צרות.


דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.

די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1356

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2 אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

הייליג און ריין! ציכטיג און שיין! לעכעריג און פערלערהאפטיג!....

דיין שריפט איז פראפעסיאנאל, און דיין געדאנקענגאנג איז לויטער!

א פאסיגער צושטעל, און א מורא'דיגער נקודה למחשבה. גאר גאר שטארק.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 152

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2 אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך בינת הלב »

זייער שיין!
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 235

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2 אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך מיילעך »

איך טראכט נאך...
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1466
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2287

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2 אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך טיפע טאשן »

שיינע געדאנק! פיין אראפגעלייגט צום פינטל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
פענסטער
חבר המערכת
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:21 pm
x 4

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2 אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך פענסטער »

הערליכע געדאנק

אראפגעלייגט קורץ און שארף און צום פינטל

א גוטע שרייבער דער
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2 אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך המברך יתברך »

מושלם'דיג איז נישט דאס ווארט!! מיר באגעגענען דא א 5 שטערנדיגער שרייבער וואס פארמאגט אלערליי סארטן טאלאנטן וואס ס'פאדערט זיך כדי צו אהערשטעלן דעם אויסגעצייכנסטן קוואליטעט פון א פראדוקט. תוכן, אינטערעסאנט, באלערנד, געשמאק, ציענד, אויסגעהאלטן, דקדוק, און וואס נישט? ער לייגט נישט אריין קיין איבעריגע ליידיגע ווערטער, אבער דאך האלט ער עס גענוג שיטער אז עס זאל פליסן. בקיצור, איך האב נישט קיין ווערטער.

וואויל פאר דער אויסגאבע וואס וועט אים אויפנעמען אלס שרייבער!!

הוספה: עס איז מורא'דיג גוט באלאנצירט און אפעלירט צו יעדן סארט לייענער!!
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך אלף טויב »

ב"ה מאמער מיט וועם צוגיין צום טיש.

הערליכע סחורה געברענגט!!! מעגליך געקליבן ווערן פאר "סענטער פיס"!!!

ממש אלע טעמים, מיטן טעם העליון שטייצך!!!
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 36

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך אהרן זאב »

WOW!! זייער שיין און אינהאלטס-רייך!!!

גוט געשריבן. פיין אראפ געלייגט!!

א גאלדענע פעדער!
אוועיטער
אינגערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:06 pm
x 57

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך אינגערמאן »

שטארקע ארטיקל דאס.

ווערט שוין א שווערע פארמעסט פאר וועם צו שטימען...
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 358

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך Headquarters »

טשיהא ריעל ביזנעס. ווערי פראפעשאנעל געשריבן זעט אויס א עכטע פרא
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך ווירקליך »

מאסיוו!!!!

קומען שווערע וואלן דא!

גאר גוט!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 268

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך באשיינפערליך »

וואפא!! מורא׳דיג!!

די גרעסטע מגידים ברויכן זיך נישט שעמען נאכצוזאגן אזא ווארט!!

איך גיי גאגא סיי פאר דיין שריפט, און בעיקר פאר דיין געדאנקנגאנג, וויזוי די ברענגסט ארויס די פוינט!!


יעצט הייבט די פארמעסט אן אריינצוגיין אין א ערנסטע פאזע! לאמיר זעהן וואס די קומענדיגע האבן צו פארקויפן!
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 74

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך שכל הישר »

פיינע נייעס... די עולם קומט אריין שארף...
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1946

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך ווינטעלע »

וואו!
איך דארף נישט קיין בערל זאל מיך מסביר זיין די שיינקייט פונעם ארטיקעל...

לייייק
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
שעפטל נחום
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:24 pm
x 39

R*****e: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך שעפטל נחום »

מייסטער'האפטיג געשפינט.

האסט שעפטי'ס וואוט!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך העלדיש »

וואו וואו וואו!!!
אח לצרה
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:47 am
x 1

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך אח לצרה »

הערליך געשריבן, און נאך מיט א שטארקע מוסר השכל.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 84

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך רעגנדיג »

א הערצליכן דאנק פאר אלע לייקערס און קאמענטירער!
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1606

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך פארפאלענער »

געוואלדיגע ארטיקל!

די וואלן שוין פארפאסט אבער ליינען האב איך נאך געקענט
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
נאכנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:51 pm
x 85

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #2: אויסגערעכנטע לעכער

פאוסט דורך נאכנישט »

געוואלדיג געוואלדיג
שרייב פאוסט