העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 3:53 pm
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 3:45 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 3:32 pm
געענפערט אויף וואס איך האב פארשטאנען דיין שאלה, אויב דיר נישט קלאר פארענפערט פרעג איבער קלארער וואס באדערט דיר
שאלה 1. פון וואו נעמסטו אז קיינער נעמט נישט קעיר פון די קינדער'ס מענטל העלט?
שאלה 2. דאס אז די קינדער דארפן גיין צו טעראפי איז נישט אונזער דאגה קעיר צו נעמען דערפון, זיי האבן משפחה און באקאנטע וואס זארגן פאר זיי
זאגן אז די קינדער גייען אין אונזערע מוסדות ווייל ס'איז נישטא קיין בעל אחריות איז מופרך ווי מ'האט געזען בעבר משפחות וואס זענען ארויסגעקומען (דהיינו מיט עלטערן און ארומיגע וואס נעמען אחריות) האבן געטון דאס זעלבע.
1: איך זאג נישט אז מען נעמט נישט קעיר נאר אז מען דארף טאקע קעיר נעמען ,און נישט עפעס א זייטיגע זאך נאר דאס איז פון די עיקר זאכן.
2: אינזער דאגה איז בעצם גארנישט אויך נישט לאזן לב טהור אנגיין אבער אויב מען דאגה"ט יא און מען וויל ראטעווען די קינדער דארף מען לייגן א שטארקע דגוש אויף נאך די הצלה זיי צו היילן און איינגלידערן דא ווייל אז נישט לא הועילו חכמים בתקנתם פון זיי ראטעווען. (און עגעין די אלע משפחות קענען האבן די בעסטע גוטע ווילן און נאך אלץ זיין א עם הארץ און מענטעל העלט אפי' זיי פארשטייען בעצם אין חינוך איז אבער דא דארף מען שטארקע מענטעל העלט עקספערטן אינוואלווד)
און ווען איך זעה אז מען לייגט אריין די קינדער אין די מוסדות איז זייער א נארמאלע זאך צו פרעגן צו מענטעל העלט חברה האבן דאס עפראווד
מענטעל שמענטעל עפעס א מין נייע גלאבעל ווארמינג געווארען דא מיט די ווארט,
איך געדענק נאך ווען א איד האט געוואלט מאכען פרנסה אין מחדש געווען קורסעס פאר סעלף קאנפידענץ סאיז געווען הימעל און ערד מיט די ווארט, יא קאנפידענץ נישט קאנפידענץ. מען ברויך גיין אין קאלעזש פאר קאנפידענץ, אלע שלום בית פראבלעמען איז געקומען פון לאו קאנפידענץ, משיח איז נישט געקומען ווייל מען האט נישט קאנפידענץ, מענטשען האבען זיך געסווינגט אויף טירען אין גרופעס ווייל מען ברויך באקומען קאנפידענץ איינער איז אפילו געגאנגען אין קרית יואל שאפינג סענטער בעטען א חבר זאל אים שטופען אין א שאפינג וועגעלע פאר קאנפידענץ (אסאך קרית יואלע פרויען אין שאפינג סענטער וואס האבען דעס צוגעזען האבען נאכדעם געדארפט גיין צי טערעפי..)
בקיצור דער מענטש האט צוזאם גענומען פאר געלט אסאך בהמות און זיי געגעבען קאנפידענץ א זאך וואס מען ליידט נאך עד היום הזה...
יעצט טוט זיך מיט הענטעל מענטעל הימעל און ערד דערמיט ווי מען דרייט זיך יעדער איז אווער יעדער איז א עקספערט יעדער רעדט, יעדע פארשטופטע נושא איז מענטעל
דא איז דא היימישע אידען וואס זענען אין א צרה אין מען ברויך זיי העלפען אונז האמיר יעצט אויפן מינוט א חיוב עריבות זיי קומען פון היימישע משפחות, זיי זענען נישט דארט און קענען נישט גיין אין פאבליק סקול , יעצט אויף מינוט אוינען מיר זיי
----
די קינדער ברעכען אונטער די מוסדות? זיי האקען אונטער הנהלה? האקען אונטער די נשיאות פון די מוסדות?
זייערע טאטעס פארפירען? זייערע מאמעס פארפירען?
דעס איז די נושא און דעס וואלט מען געמעגט אפשר דן זיין סאיבריגע איז נישט רעלעוואנט דא