ממעמקים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 30, 2025 2:22 am
אינטרעסאנט איך מיין אז אלע ווידיאוס און רעקארדינגס ווען מ׳הערט א מאמע וויינען אדער שרייען הערט מען דאס זעלבע געשטיקטע קול.. איי געס די ״ארז בייבל״ ערלויבט נאר די איינע גרויסע נעבעכדיגע (קינדער׳ס) מאמע רעדן בשם אלע אנדערע פרויען, אין קעיס ח״ו זיי גייען זאגן עפעס וואס שטומט נישט מיט זייער פארפוילטע קרומע אידעלאגיע…
אדער קען גאר זיין אז זי איז די איינציגסטע וואס קען זיך מאכן ווי זי וויינט…
אדער איז זי די איינציגסטע פרוי וואס האט געהאט א חיים טובים דארט מיט גענוג עסן און טרינקען אין איר באזיס משא״כ אנדערע פרויען זענען שוין פשוט אויסגעטרינקנט און דיהיידערעטעד אז זיי האבן שוין פשוט נישט קיין טרערן בקנקנם
בדרך אגב גיי דערצייל איר אז העסקן הק׳ הרב בלום זאל זיין געזונט האט שוין פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם ברבים ״״וניכרים דברי (בכיות) האמת
נאך איין מאל ובזה יצאתי ידי חובת מחאה
ר' יוד, אונטער יעקב נחום'ס נעגל האט מען קיין חיים טובים! אין ל"ט האט א פרוי געווענליך קיין חיים טובים! דו פארשטייסט נישט וואס מיינט אביוז און השי"ת זאל העלפן זאלסט קיינמאל פארשטיין, עס איז דא פיזישע און גייסטישע אביוז, גייסטישע אביוז איז פיל ערגער, פיזישע אביוז ווערט גענוצט פשוט צו שטארקן גייסטישע אביוז ,דער וויקטעם איז אן אביעקט אינעם אויגן פונעם אביוזער נישט קיין מענטש, דער אביוזער האקט אים אפ פון יעדע נאנטע קשר, ער וועט טרעפן א יוצא דופן מעשה'לע צו איבערצייגן אז קיינער מיינט נישט זיין טובה א חוץ ער, דער אביוזער בויט אויף א מוראדיגע הויכע בילד ארום זיך ער ווארפט חכמה און טיפע טראכטן, און איז מסביר פארן וויקטעם ווי ווייט דער וויקטעם האט נישט די שכל און פארשטייט נישט, און דער וויקטעם ווערט נהפך מיט די צייט און טרענירונג און דערהייבונג/דערניגערונג צו נידריגער ווי אן אמאליגע קנעכט, ער זעהט זיין אביוזער אלטס זיין העלד! דער וואס האלט אים ביים לעבן! דער וואס מיינט נאר זיין גוט'ס! די גאנצע וועלט, משפחה, חברים וידידים האבן אים פארלאזט און נאר זיין אביוזער 'פון גרויס גוטסקייט העלפט אים...' ער באדאנקט זיך נאך ווען ער ראטעוועט אים פון ווערן חלילה באקירעוועד דורך די דרויסענדע וועלט, ער וועט טאן אלטס און אלעמען וואס דער אביוזער וויל ווייל ער מיינט דאך נאר זיין טובה, ער גלייבט זיין אביוזער אויף יעדע זאך, ער מיינט דאך נאר די טובה סאו וואס דארף איך נאך טראכטן?
דאס איז ווייניגער ווי אויפן שפיץ גאפל די יסוד פון א נארסעסיסט (קולט אויך געווענליך און ל"ט קלאר) אביוזער און וויקטעם
יעצט קודם איז זייער שווער צו צונעמען א בנין פון יארן ארבעט אין א שנעלע צייט, נאכמער, אויב דער בנין הייבט אָן צוזאמפאלן איז פשט דער וויקטעם האט זיך יארן גע'נער'ט, ממילא גייט ער קודם נישט לאזן אזא מחשבה אפ' דורכקומען, ער גייט פרובירן מיט אלע כוחות עס אוועקשטופן און זיך האלטן ביים אלטן, ביטער און זויער איז נאכדעם וואס ער זעהט אבער איין דעם טעות, מען רייסט די האר פון קאפ, דעמאלסט מוז מען צוקומען צו עכט הילף צו פארשטיין אט דאס "דו ביסט נישט שולדיג! דער אביוזער איז אלעס שולדיג!" דו האסט אין יענעם מצב "גארנישט געקענט טאן" דו האסט עס נישט געקענט פארשטיין לפי המצב
יעצט שטיי מיר דא, שרייבן מענטשן מיט טענות, היתכן די וויקטעם'ס האבן נישט מוחה געווען???
טראכט איין מינוט פאר די שרייבסט! די קענסט גורם זיין שפיכת דמים ממש!
ואקוה שבזה יצאתי, ואדרבה, אם יש כאן אחד שיש לו מידע נוספת בהענין נא לכתוב יותר