פרייער פויגל האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 30, 2025 1:33 am
נא? זי קען זיי זייער גרינג צוריק באקומען.
פשוט גיין אין געריכט און זאגן איך בין גרייט צו פארלאזן די כת!!!
זי באקומט זיי צוריק אויפן פלאץ!!...
די רשעות איז פון די מאמע! (טאקע די וואס וויינט אזוי ביטערליך...) אז זי לאזן אירע קינדער שמאכטן אין שעלטער בשעת וואס זי האט א ברירה זיי
היינט ארויסצונעמען!!!
ריין רשעות!! קומט מיר צו וויינען....
@ראובי לאמיר וויינען צוזאמען...
ערעב יוד, איר פארשטייט וואס מיינט א וויקטעם פון אביוז? דעיס פרוי האט לכאורה אין איר לעצטע 20 יאר נישט געזען קיין נארמאלע לעבן, זי קען נישט אוועקגיין שנעל! עס ארבעט נישט אזוי ביי קיין אדאלט וויקטים, וויפיל מענטשן מאכן מיט ביי אביוזער'ס דא און קענען נישט אפלאזן? עס גייט נישט אין איין טאג, טראכט א מינוט איר פערספעקטיוו, מען האט איר איינגערעדט (פארגעס נישט אז א וויקטעם פון א קולט טראכט נישט 1+1, נעמט אלעס אויף) אז די עסקנים האבן דא געארבעט צו פארכאפן די קינדער און די הנהלה איז דא צו ראטעווען פון שמד, ממילא ברויך מען מסירות נפש ממש און די עסקנים וואס זאגן אז מען קען צוריק האבן די קינדער דורך ארויסגיין זענען גאר סתם מאניפעלירער און אביוזער
נעם אביסל צייט, ליין דורך דעם ענין פון א קולט,נארסעסיסט, מאניפעלירער און וועסט אביסל פארשטיין מיט וואס די הייליגע עסקנים ברויכן זיך ספראווען
עס קומט באמת קרעדיט פאר די עסקנים ווי שטארק זיי האלטן זיך! מען קען צוריסן ווערן ווען א חולה שרייט אז די רפואה טוט אים וויי, די עסקנים זענען נישט קיין דאקטוירים פאר פרנסה, זיי פרובירן צו ראטעווען יודן לש"ש, לאמיר נישט אוועקמאכן יענעם'ס צער און בוודאי נישט זיין ווי איינער וואס שרייט אויפן דאקטאר הער אויף צו געבן מעדעצין ווייל דער חולה פארפירט