צריכין פרנסה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 7:01 pmמיין שאלה איז, ווי פארשטייט זיך, א כלליות'דיגע שאלה.יאנטשי האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 6:35 pmאיך פארשטיי נישט דיין שאלה, די ערב רב מוסדות פארלאנגט מען מוז זיך צושטעלן צו די ערב רב מיט אלעם, וואס איז דער סמארטפאון אנדערש?צריכין פרנסה האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 6:29 pm א אינערעסאנטע שאלה געקלערט, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך..
וואס טוט מען אויב מ'האט געהאט א סמארטפאון אין בבל, און בעזרת השי"ת קומט מען עווענטועל אן קיין אמעריקא מיט די קינדער, וועט די הנהלה רוחנית פון די לאקאלע מוסדות פון די ערב רב (לשעבר ) קענען פארלאנגט א ערב רב פילטער (משומר, גדר וכד')?...
איך האב נאר געטראכט פארקערט, איז אין בלל דער פליפ פאון א שמד פאון?
אביסל קלארער געפרעגט:
עס איז דא בחורים און אינגעלייט וואס קומען נעבעך ארויס אינגאנצן צוקאליטשט פיזיש און גייסטיש, נישט געהאט קיין גוטע טאג אין זייער לעבן נעבעך ל"ע, זיי האבן אין זייער לעבן נישט געפילט דער טעם פון זיין זאט אדער אויסגערוהט געהעריג.
אויף זיי איז דאך נישט קיין שום חשש, זיי וועלן אנהייבן פירן יעצט א נארמאלע געזונטע לעבנסשטייגער, און האפנטליך גרינג און געזונט זיך איינגלידערן צווישן די היימישע עולם.
אויף זיי איז דאך נישט דא קיין חששות, ווי הצדיק ר' יואל יהושע העשיל האט מסביר געווען ביים קרית יואל'ן פאנעל, און געבעטן דעם ציבור דאס צו פארשטיין.
דערנאך, איז אבער דא די פון די אנדערע זייט טיש, דהיינו, חברי הנהלה וכדו' לשעבר, איך רעד נישט פון די רוצחים אליינס, וואס זיי וועלן בלייבן דארטן האפנטליך, און וועלן קיינמאל אנקומען צו אונזערע געגנטער, ווי @על פי תורה האט שוין ערווענט נישט איינמאל.
אבער די א.ג. עסקנים פון די הנהלה, די וועט מען דאך יא העלפן ארויסקומען (ווי עס קומט אויס דא גאנץ קלאר).
זיי, האבן דאך גאנץ גוט געגעסן און געשלאפן, קיין פעטש האבן זיי נישט געכאפט, און אפענע סמארטפאונ'ס ה"י האבן זיי געהאט ליידער.
זיי האבן נישט געהאט קיין ספעציעל שווער לעבן דארטן, די גאנצע סיבה וואס זיי לאזן אפ דאס פלאץ איז צוליב וואס עס איז זיי "יעצט" שווער געווארן, דהיינו, ס'איז שוין נישט דא געהעריג אויף וועמען צו געוועלטיגן.
די אידן ווייסן דען וואס מיינט א שווער לעבן, אז זיי זאלן גארן און האפן גענוג אויף א נארמאלע אידישע ציוויליזירטע לעבנסשטייגער, און אין רעזולטאט זיך צושטעלן צו אונזער מהלך החיים, דארונטער אלע תקנות, געשריבענע און אומגעשריבענע?..
אין קורצן:
א איד וואס האט שולט געווען אויף אנדערע, (נישט בדרך רציחה ח"ו), וועט לאזן אנדערע האבן א ווארט אויף אים?!!
קלארשטעלונג:
דאס איז אלעס בגדר "שאלה", אלע צדדים וואס מ'קען קלערן דערינען.
איך קען נישט די באטרעפנדע, ווי אויך נישט די קלארע מציאות, איך פרעג תמימות'דיג.. (נאכן זעהן דא א בילד פון איינעם מיט א כלי אין די האנט, און אפאר וואכן שפעטער אלס א יוצא וואס די עסקנים האבן געהאלפן ארויסגיין, צוליב וואס זיין חלק אין די הנהלה איז נאר געווען עסקנות און נישט רציחה).
ווי איך פארשטיי עס, ווען מ'רעדט פון אן הנהלה מיטגליד נאר אלס עסקנות מיינט עס אז ער האט בכלל נישט געהאט קיין שום שליטה אויפ'ן ציבור, נאר זיין פאסטן איז באשטאנען פון שאפן געלט וכדומה.
די חברה האבן זיכער געהאט א בעסער לעבן ווי די איבריגע ציבור דארט, אבער כ'גלייב אז אפילו זיי האבן נישט געלעקט קיין האניג.