נעבעך נעבעך...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 22, 2025 7:23 pm אין א זייטיגע נאטיץ, בין איך שטארק נתפעל געווארן פון די ערוואקסנקייט און מעטשור וועג פון רעדן, פון די צוויי אינגע יוצאים ביים לעבעדיגן הארצרייסענדער אינטערוויו.
קוקט אויס אז זיי האבן שוין אזויפיל מיטגעמאכט נעבעך, אז זיי זענען שוין געווארן אויסגעריבן. זיי רעדן ליידער זייער זייער צום זאך.
ליידער זעט מען אויך די ווייעכקייט ווי זיי רעדן אויף די רוצחים וואס שפיגלט אפ אז זייער זעלבסט זיכערקייט, און סעלף עסטיעם איז נעבעך צוקלאפט געווארן ביזן אפגרונט.
דער בחור'ל פארציילט מיט א פשטות וויאזוי נחמן האט בייזוויליג דערהרג'ט זיין מאמע, אנדעם וואס ער זאל שרייען ימח שמו, רוצח! איך ווייס נישט וואס נאך! וואס איינער מיט אביסל זעלבסט זיכערקייט צו זיך און אביסל סעלף עסטיעם, אביסל לעבעדיגע געפילן, וואלט אדער געוויינט אדער געשריגן ביים פארציילן אזעלכע געשיכטעס.
ליידער זענען זייערע געפילן נאך היבש פארקלאפט, עס וועט נאך נעמען לאנג ביז זיי וועלן זיך ערהוילן פון די רשעים.
אבער מיר אלע שלומי אמוני ישראל וואס זענען אויפגעוואקסן אינטער נארמאלערע אומשטענדן שרייען אויף די אלע.
פוי פוי פוי פוי!
פעך פעך פעך!
אינטער א שלייער פון קדושה טוט איר רציחה.
איר האט פאר'יתום'ט קינדערלעך, איר האט געצאפט אידיש בלוט!
מיר קענען דאס נישט פארגעבן!
דאס מענטשהייט ערלויבט עס נישט.
אפשר כלפי שמיא יא!
אבער מיר קענען דאס נישט....
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר......