אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 528

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך הדסים »

איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 2:39 pm
עריק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 2:25 pm
סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 10:25 pm

איר האט א נקודה, אבער ווי איך האב זיך מסביר געווען אין א פארמעקטע תגובה (אגב, האט די הנהלה געטון ריכטיג מיטן מעקן ווייל ס'געווען פערזענליך קעגן איינעם), אז ווען איינער בעט צו עפענען אן אשכול איבער און ארום קוק ימ"ש, וואלט עס געווען א שיין קאפיטל היסטאריע, אבער עפענען אן אשכול איבער די צוויי זייטן פון קוק, איז לענ"ד נישט ריכטיג.

מאכט סענס?
אויף א איד נישט קיין חילוק ווער און וועלעכע עבירות ער האט עוןבר געווען שרייבט מען קיינמאל ימ"ש , נאר אויב דארף מען עפעס שרייבען שרייבט מען שר"י
פון ווי נעמסטו דאס?

איך מיין ס'איז יא דא אויף געוויסע וואס מ'האט געשריבן ימ''ש אפי' במקורם זענען זיי געווען אידן
(כמדומה אז די רבי ז''ל שרייבט אויף רב קוק, ימ''ש אין איינע פון די תשו' אין שו''ת דברי יואל)
אין דברי יואל (קל"א-קל"ב) איז עס נישט געדרוקט, ס'פעלט נישט דארט קיין שיינע טיטלען אבער ימ"ש שטייט נישט.
געהערט אמאל אז אינעם כת"י שטייט עס יא מ'האט עס נאר ארויסגענומען ביים דרוקן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 528

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך הדסים »

עריק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 2:25 pm
סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 10:25 pm
איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 10:11 pm

במחילת כבודך

אבער רב קוק מיט די התנגדות קעגן אים איז א חלק פון כלל ישראל'ס היסטאריע

די רבי האט נישט געשריבן קעגן די קריסטן, און יא קעגן אים, פאר א סיבה!
ווייל פונקט ווי בחירות, וואס די רבי איז מבאר אז ס'איז אסור, און קיינער האט נישט געהעריג אפגעפרעגט די רבי'ס ווערטער, אעפ''כ די מנהיגים וואס הייסן גיין, מ'רעדט פון זיי דא, געהעריג
זיי זענען א חלק פון אונזער כלל ישראל
יעצט רב קוק איז נישט ממש דומה, ווייל סוף כל סוף האט די רבי געשריבן קעגן די מענטש אליין, אבער למעשה האבן אנדערע גדולי הדור נישט אזוי אנגענומען
ר' שלמה זלמן אויערבאך ז''ל איז געווען זיין תלמיד, און ברענגט אים אראפ אסאך מאל אין זיינע ספרים
אפי' הגאון האדיר מרא דארא קדישא ר' משה שטערנבוך שליט''א ברענגט זיינע פסקים

סא, ער איז נישט ממש גלייך צו די קריסטן, וואס ווער ס'איז א איד איז א סתירה צו דעם
איר האט א נקודה, אבער ווי איך האב זיך מסביר געווען אין א פארמעקטע תגובה (אגב, האט די הנהלה געטון ריכטיג מיטן מעקן ווייל ס'געווען פערזענליך קעגן איינעם), אז ווען איינער בעט צו עפענען אן אשכול איבער און ארום קוק ימ"ש, וואלט עס געווען א שיין קאפיטל היסטאריע, אבער עפענען אן אשכול איבער די צוויי זייטן פון קוק, איז לענ"ד נישט ריכטיג.

מאכט סענס?
אויף א איד נישט קיין חילוק ווער און וועלעכע עבירות ער האט עוןבר געווען שרייבט מען קיינמאל ימ"ש , נאר אויב דארף מען עפעס שרייבען שרייבט מען שר"י
"יהיו ימיו מעטים, בניו יתומים ואשתו אלמנה" איז געשריבן אויף א איד,
און יא, דערנאך שטייט "יהי אחריתו להכרית ימח שמם".
(תהלים ק"ט)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 528

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

מ'האט מיר געמעקט אינעם שמועסן ארום בלומינגראוו אשכול?
כ'האב נישט קיין טענות, כ'פרעג נאר ווייל איך בין נישט זיכער אז ס'האט זיך געשיקט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
טיפע חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:57 pm
x 144

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך טיפע חשבונות »

מ'האט מיך געמעקט דא
viewtopic.php?p=162595#p162595

כ'באללי מיך :lol: :lol:
אויף א אנדערע סייט האב איך 1204 תגובות
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 495
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 403

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך תינוק הבורח »

טיפע חשבונות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:38 pm מ'האט מיך געמעקט דא
viewtopic.php?p=162595#p162595

כ'באללי מיך :lol: :lol:
גא"מ
אוועיטער
טיפע חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:57 pm
x 144

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך טיפע חשבונות »

אויב מען קען ביטע מסביר זיין פארוואס מען האט מיך געמעקט אין לב טהור אשכול וואלט איך עפרידיעטעט.

אויב די פראבלעם איז נאר געווען מיטן ספוילער בילד דאן אפשר קען מען צוריקלייגן דאס אנדערע 3?

ישר כח
אויף א אנדערע סייט האב איך 1204 תגובות
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 528

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

איז פארהאן א מעגליכקייט צו ענדיגן די נאנסענס אין לב טהור טעמע?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:00 am איז פארהאן א מעגליכקייט צו ענדיגן די נאנסענס אין לב טהור טעמע?
גם אני מצרף.
גם אני מצרף.
גם אני מצרף.

איך ווייס נישט גענוי וואס אייער פראבלעם איז דארט, אבער די מוסרח'דיגע טעמע האט אנגעברענגט א געפערליכע פארפוילטע לופט דא אויפן פארום.

צא ובדוק. אויב האט איינער געמיינט אז דאס וועט אויפבויען אידטיש האט ער א גרויסן טעות געהאט. איך האב שוין מעורר געווען דא ברבים, און ווי אויך ביי די הנהלה באישי. דערווייל קוקט אויס זיי זענען מחולק מיט מיר. אדרבה, אויב זענען דא נאך וואס זענען מסכים מיט מיר, זאל ער זיך נישט זיך באגניגען מיטן לייקן מיין פאוסט, נאר דאס ארויסשרייבן.

עס איז נישט דא נאך א טעמע וואס האט געפירט צו אזעלכע פערזענליכע עקעלהאפטיגע פליקערייען צווישן זיך ווי די נערישע טעמע. עס איז נישטא נאך א טעמע וואס אזוי פיל וואסער ווערט געמאלן טעגליך ברחיים של יד און דא הנהלה טוט דערצו גארנישט מער ווי איבערשטעלן א ווארענונג יעדן טאג פון פריש. עס איז נישט דא נאך א טעמע מיט אזוי פיל היציגע אויסברוכן פון אינטעלעגאנטע באזעצענע ניקס.

בקיצור הדברים, איך קען מאריך זיין דא גאר אסאך, איך האלט אז די טעמע ברענגט שאדן פאר דעם סייט יעדן טאג וואס דאס גייט אן אויף דעם אופן. דאס גיסט זיך אריבער צו אנדערע טעמעס אויך, שימעל וואקסט, עס שטעלט זיך נישט אפ.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2248
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5160

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווער »

איך האלט אז א ניק וואס האט נישט 100 תגבות זאל נישט מעגן שרייבן אין די לב טהור אשקול
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 528

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 10:13 am
הדסים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:00 am איז פארהאן א מעגליכקייט צו ענדיגן די נאנסענס אין לב טהור טעמע?
גם אני מצרף.
גם אני מצרף.
גם אני מצרף.

איך ווייס נישט גענוי וואס אייער פראבלעם איז דארט, אבער די מוסרח'דיגע טעמע האט אנגעברענגט א געפערליכע פארפוילטע לופט דא אויפן פארום.

צא ובדוק. אויב האט איינער געמיינט אז דאס וועט אויפבויען אידטיש האט ער א גרויסן טעות געהאט. איך האב שוין מעורר געווען דא ברבים, און ווי אויך ביי די הנהלה באישי. דערווייל קוקט אויס זיי זענען מחולק מיט מיר. אדרבה, אויב זענען דא נאך וואס זענען מסכים מיט מיר, זאל ער זיך נישט זיך באגניגען מיטן לייקן מיין פאוסט, נאר דאס ארויסשרייבן.

עס איז נישט דא נאך א טעמע וואס האט געפירט צו אזעלכע פערזענליכע עקעלהאפטיגע פליקערייען צווישן זיך ווי די נערישע טעמע. עס איז נישטא נאך א טעמע וואס אזוי פיל וואסער ווערט געמאלן טעגליך ברחיים של יד און דא הנהלה טוט דערצו גארנישט מער ווי איבערשטעלן א ווארענונג יעדן טאג פון פריש. עס איז נישט דא נאך א טעמע מיט אזוי פיל היציגע אויסברוכן פון אינטעלעגאנטע באזעצענע ניקס.

בקיצור הדברים, איך קען מאריך זיין דא גאר אסאך, איך האלט אז די טעמע ברענגט שאדן פאר דעם סייט יעדן טאג וואס דאס גייט אן אויף דעם אופן. דאס גיסט זיך אריבער צו אנדערע טעמעס אויך, שימעל וואקסט, עס שטעט זיך נישט אפ.
כ'וואלט נישט געזאגט אז מ'דארף עס פארשפארן, אבער דער סייט האט זיך גע'עפנט מיט א מהלך פון האלטן נאר אזעלכע וואס פארשטייען אן א ווינק,
אויב בין איך נישט דער איינציגסטער וועם דער צוגאנג דארט שטערט, פארוואס נישט איינשטעלן א מהלך פון אן איינמאליגע ווארענונג אין אישי און דערנאך פארלירן רשות כתיבה לכה"פ אין יענעם טעמע?
די היציגע אויסברוכן פון באזעסענע ניקס איז אין דירעקטער רעזולטאט פון אן איבערגעטריבענער מאס פייערדיגע הבלים וואס ווערן דארט געקייט,
► Show Spoiler
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 3:49 pm

איך קען גארנישט טוהן מער ווי מסכים זיין נאך דריי מאל צו וואס דו זאגסט. הלואי הלואי זאל זיך די הנהלה דא אויפכאפן, און זעהן די שיפט וואס די סייט האט גענומען בכלליות ובפרטיות. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו זעהן די חילוק פון יעצט און א יאר צוריק. די מציאות איז אז די איינציגע טעמעס וואס זענען אקטיוו זענען די בלומינגראוו, מצילי אש, לב טהור, וכו' וכדו'. און די שמועסן וואס ווערן געפירט דארט זענען זייער זייער פערזענליכע און אטאקירענדע. בכלל נישט ווי אן ערוואקסענע שמועס דארף צו אויסזעהן.

עס זענען געווען דא אין די פארגענגענהייט אסאך היציגע טעמעס וואו עס זענען דיבאטירט געווארן מערערע נושאים. אבער איז ע''פ רוב געגאנגען בדרכי נועם , אויסשמועסנדיג די צדדים אויף אן אינטעליגאנטער אופן. דאס איז כמעט נישטא היינט. די סיבה דערצו איז אך ורק וויבאלד די לופט ווערט אנגעווארעמט פון נערישע קריגערישע מלחמות וואס האבן נישט קיין ציל חוץ די עצם פייט.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

פאלגענד איז אן אויסצוג פון איינע פון מיינע מעסעדזש אין וואס איך האב מיך געבעטן צו די הנהלה באישי זיך צו בארעכענען פאר עס איז צו שפעט.

האקעלע נושאים מיין איך נישט ספעציפיש דאס וואס דו טראכסט אז איך מיין, האקעלע נושאים מיין איך נושאים וואס ברענגן געוויסע צו ווערן ווילד און היציג און מאכן דעם שמועס אומערוואקסען און אומאינטעליגאנט.

וויפיל דו ענדזשויסט א דיבאטע, גלייב איך אבער נישט אז די ענדזשויסט סתם היציגע ריטארישע שמועסן. עכ"פ אין מיינע אויגן איז א דיבאטע וואס פארט רואיג מיט סאליד טענות צו יעדע זייט אזוי פיל מער געשמאק און באלערענד ווי א דיבאטע וואס שיסט היץ. אבער דאס איז נישט מעגליך צו דערגרייכן ווען יעדע מאן דהוא, וואס קען זיין א בחור'ל פון פופצען יאר (אדער א פופציג יעריגער מיט שכל פון א פופצען יעריגער) האט א ווארט. עס דארף קענען זיין א פלאץ ווי נאר ניקס מיט א רעפיוטאציע פון קענען פירן א שמועס נארמאל קענען אריינרעדן.

איך פארשטיי אז מצד אחר וועט אזא זאך פירן אז די טרעפיק אויפן סייט זאל ווערן געשניטן אויף האלב, און דאס וויל איך דאך אויך נישט. אבער פון די אנדערע זייט כאפ א בליק ווי אזוי אידטיש האט זיך געטוישט, כאפ א בליק וואס די טרעפיק שטעלט צו כמו שהוא. פון א פארום וואו מען שמועסט פריעדליך צווישן זיך אין מערערע נושאים, איז עס געווארן א פאליטישע וועבזייטל וואו עס ווערט געליפערט היץ און ריטאריק. די איינציגע אקטיווע טעמעס זענען די בלאמונגראוו, וויזניץ, מאנסי מצילי אש, מיט נאך עטליכע טעמעס וואס אייוועלט לאזט נישט. אלעס אנדערש איז טויט! ועל כולם האט אידטיש יעצט געגעבן א פלאטפורמע פאר לב טהור וואס וועט קיין שום טובה פאר אידטיש נישט ברענגן. דאס וועט נאר שאדן מאכן.

אני הקטן פלעג נישט ליינען און כל שכן נישט שרייבן אין גאר אסאך טעמעס, אבער די וועג ווי אזוי אידטיש איז געפארן די לעצטע שטיק צייט האט מיר געמאכט טוהן זאכן נישט ווי אזוי איך וויל. איך בין דא אויף אידטיש זייט די גרונדונג, און איך האב א שטארקע געפיל פאר דעם פלאץ און איך וויל דאס נישט פארלאזן בשום אופן. זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געליינט און געשמועסט אויף אייוועלט ליין איך אבער יא דא. ווייל די מקום איז מיר באליבט בבחינת מוטב יהיו מזונותי מרורין כזית ובידו של אידטיש, ואל יהוי מתוקים כדבש ביד אייוועלט.

אני הקטן האב אויפהערט שרייבן דא נארמאלע פאוסט, נאר ענדערש מער קליינע קאמענטארן וויבאלד וואו מיר שטייען יעצט איז די פארום נישט געאייגנט פאר א נארמאלע שמועס. איך בין נישט די איינציגער, גיי קוק וויפיל אקטיווע ניקס וואס פלעגן אסאך צולייגן צון מקום דרייען זיך מער נישט דא קיין סך ווייל די פלאץ איז געווארן א צענטער פאר פליקערייען און פאליטיק.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2408
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5662

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך בין זייער איינשטימיג מיט @נקודות טובות. און אויך איך בין שוין דא זייער די אנהויב - אדער ממש כמעט אנהויב - פון די פארום. איך האלט נישט אז דער פראבלעם איז די טעמעס איבער וואס מען רעדט, אדרבה יעדער זאל רעדן פון וואס ער וויל, נאר די געדשולד וואס מען צייגט ארויס פאר מענטשן וואס זענען נישט דא צו שמועסן אדער דורכטון א זאך נאר צו טריצן און שטיפן געוויסע פוינטס עד הסוך ועד בכלל אן קיין סענסעבל שמועס.

ווען @על פי תורה שמועסט זיך אויס מיט @סוחר איבער די מהלך מיט לב טהור, אדער ווען @דער תהלים איד שמועסט זיך אויס מיט @הלבלר בקולמסו אויף חינוך און אויף בלומינגראוו, אדער ווען @מסתמא שמועסט זיך אויס מיט @איך געדענק שוין נישט ווער איבער שייטלען, איז עס א סופער נארמאלע שמועס כאטש די מיינונגען זענען כרחוק מזרח ממערב. און דאס קען נאר זיין ווען די פארום בלייבט קליין און דולדעט נישט קיין איין מעמבער וואס האט נישט די שכל וויאזוי צו שמועסן נארמאל.
סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 142

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך סוחר »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:49 pm איך בין זייער איינשטימיג מיט @נקודות טובות. און אויך איך בין שוין דא זייער די אנהויב - אדער ממש כמעט אנהויב - פון די פארום. איך האלט נישט אז דער פראבלעם איז די טעמעס איבער וואס מען רעדט, אדרבה יעדער זאל רעדן פון וואס ער וויל, נאר די געדשולד וואס מען צייגט ארויס פאר מענטשן וואס זענען נישט דא צו שמועסן אדער דורכטון א זאך נאר צו טריצן און שטיפן געוויסע פוינטס עד הסוך ועד בכלל אן קיין סענסעבל שמועס.

ווען @על פי תורה שמועסט זיך אויס מיט @סוחר איבער די מהלך מיט לב טהור, אדער ווען @דער תהלים איד שמועסט זיך אויס מיט @הלבלר בקולמסו אויף חינוך און אויף בלומינגראוו, אדער ווען @מסתמא שמועסט זיך אויס מיט @איך געדענק שוין נישט ווער איבער שייטלען, איז עס א סופער נארמאלע שמועס כאטש די מיינונגען זענען כרחוק מזרח ממערב. און דאס קען נאר זיין ווען די פארום בלייבט קליין און דולדעט נישט קיין איין מעמבער וואס האט נישט די שכל וויאזוי צו שמועסן נארמאל.
דזאסט פאר די רעקארדס... איך בין נישט מחולק מיט כבוד @על פי תורה כרחוק מזרחק ממערב, איך גלייך פשוט צו אויסשמועסן און לאזן די אנדערע צד רעדן, אפי‘ זיי זענען באמת לב טהור מיטגלידער. כל זמן זיי קומען מיט זאכליכע נקודות, נישט ווען מען פרובירט זיך צו רייצן נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין פרישע פוינטס וכדו‘

לעצם הענין בין איך 100% איינשטימיג מיט דעם רעספעקטירטן עסקן @על פי תורה איבער די רשעות און אכזריות וואס ווערט דארט אפגעטון ביתר שאת זינט שלמה איז געגאנגען... און כ‘האב אפי‘ פרובירט ארויסצוהעלפן ביים קאמפיין.

אבער בנוגע די מהלך וואס יא צו טון, האלטעך אז עס איז באמת נישטא קיין לעזונג און איך וויל נישט מכמה טעמים מסביר זיין אויף א פובליק פלאץ פארוואס. אבער איך האלט אז מען דארף מחזק זיין די וואס טוען ווייל זיי מיינען גוטס און קיין אנדערע מהלך איז סיי ווי נישטא. ואכמ”ל.

אז די פינג‘סט מיר, זאג איך דיר...

הצלחה
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:49 pm איך בין זייער איינשטימיג מיט @נקודות טובות. און אויך איך בין שוין דא זייער די אנהויב - אדער ממש כמעט אנהויב - פון די פארום. איך האלט נישט אז דער פראבלעם איז די טעמעס איבער וואס מען רעדט, אדרבה יעדער זאל רעדן פון וואס ער וויל, נאר די געדשולד וואס מען צייגט ארויס פאר מענטשן וואס זענען נישט דא צו שמועסן אדער דורכטון א זאך נאר צו טריצן און שטיפן געוויסע פוינטס עד הסוך ועד בכלל אן קיין סענסעבל שמועס.

ווען @על פי תורה שמועסט זיך אויס מיט @סוחר איבער די מהלך מיט לב טהור, אדער ווען @דער תהלים איד שמועסט זיך אויס מיט @הלבלר בקולמסו אויף חינוך און אויף בלומינגראוו, אדער ווען @מסתמא שמועסט זיך אויס מיט @איך געדענק שוין נישט ווער איבער שייטלען, איז עס א סופער נארמאלע שמועס כאטש די מיינונגען זענען כרחוק מזרח ממערב. און דאס קען נאר זיין ווען די פארום בלייבט קליין און דולדעט נישט קיין איין מעמבער וואס האט נישט די שכל וויאזוי צו שמועסן נארמאל.
כוואלט דיר ווען מנשק געווען על ראשך ווען איך ווייס ווען ווער דו ביסט. זייער שיין ארויסגעברענגט!

די סיבה פארוואס איך האב אנגעכאפט די טעמעס, איז ווייל בדרך כלל וועלן די ניקס וואס וואלטן מתחילה נישט געדארפט ווערן אנגענומען זיך באקוועם מאכן אין אזעלכע טעמעס. און דאס שלעפט אטעמאטיש אראפ אנדערע וואס וועלן בדרך כלל יא פירן א שמועס. און דערפאר האב איך מיך געבעטן נישט צו אנעמען פרישע ניקס, אין הייסע זמנים. אדער עכ''פ זאל זיין א סיסטעם אז נאר ניקס וואס האבן זיך געפראווט צו זיין פארשטענדליך זאלן קענען שרייבן אין אזעלכע פארומס. אבער דערווייל הערט נישט די הנהלה וואס איך זאג.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1223

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווירקליך »

איר זענט אלע גערעכט.

לאמיר זען צוריקצושטעלן זאכן אויף די רעלסן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 528

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 6:02 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:49 pm איך בין זייער איינשטימיג מיט @נקודות טובות. און אויך איך בין שוין דא זייער די אנהויב - אדער ממש כמעט אנהויב - פון די פארום. איך האלט נישט אז דער פראבלעם איז די טעמעס איבער וואס מען רעדט, אדרבה יעדער זאל רעדן פון וואס ער וויל, נאר די געדשולד וואס מען צייגט ארויס פאר מענטשן וואס זענען נישט דא צו שמועסן אדער דורכטון א זאך נאר צו טריצן און שטיפן געוויסע פוינטס עד הסוך ועד בכלל אן קיין סענסעבל שמועס.

ווען @על פי תורה שמועסט זיך אויס מיט @סוחר איבער די מהלך מיט לב טהור, אדער ווען @דער תהלים איד שמועסט זיך אויס מיט @הלבלר בקולמסו אויף חינוך און אויף בלומינגראוו, אדער ווען @מסתמא שמועסט זיך אויס מיט @איך געדענק שוין נישט ווער איבער שייטלען, איז עס א סופער נארמאלע שמועס כאטש די מיינונגען זענען כרחוק מזרח ממערב. און דאס קען נאר זיין ווען די פארום בלייבט קליין און דולדעט נישט קיין איין מעמבער וואס האט נישט די שכל וויאזוי צו שמועסן נארמאל.
כוואלט דיר ווען מנשק געווען על ראשך ווען איך ווייס ווען ווער דו ביסט. זייער שיין ארויסגעברענגט!

די סיבה פארוואס איך האב אנגעכאפט די טעמעס, איז ווייל בדרך כלל וועלן די ניקס וואס וואלטן מתחילה נישט געדארפט ווערן אנגענומען זיך באקוועם מאכן אין אזעלכע טעמעס. און דאס שלעפט אטעמאטיש אראפ אנדערע וואס וועלן בדרך כלל יא פירן א שמועס. און דערפאר האב איך מיך געבעטן נישט צו אנעמען פרישע ניקס, אין הייסע זמנים. אדער עכ''פ זאל זיין א סיסטעם אז נאר ניקס וואס האבן זיך געפראווט צו זיין פארשטענדליך זאלן קענען שרייבן אין אזעלכע פארומס. אבער דערווייל הערט נישט די הנהלה וואס איך זאג.
איך האב א נגיעה צו האלטן אנדערש ווייל איך בין אויך יעצט אנגעקומען...
איך מיין אז א רעפוטאציע פעלט נישט דוקא אויס און הייסע נושאים איז דוקא א גוטע וועג וויאזוי צו באקומען נאך 'פארשטענדליכע' ניקס,
אבער, כדי צו פארמיידן די אלע פראבלעמען, זאל פשוט ווערן איינגעשטעלט א מהלך אז א נייע ניק וואס האט (אנטשולדיגט) נישט קיין שכל, זאל פארלירן רשות כתיבה לכה"פ אין יענע טעמעס.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 260

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך מאיר שלום »

איך האלט נישט אז ס’איז אויסגעהאלטן צו פארשפארן די לב טהור ניקים.

ענדערש זאלן די וואס ווערן זייער צוהיצט פון ליינען די לב טהור תגובות, און שיסן צוריק מיט דירעקטע פולווער און קללות נמרצות, זיך אביסל בארואיגען און כאפן א טיפע אטעם.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 260

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך מאיר שלום »

אידטיש ארבעט אזוי.

עפעס א טראללער קומט אין אשכול פון מהרי’’י מיט א טראלל, מ’ענפערט אים כבחינת עם עקש תתפתל, למעשה דער ענטפער ווערט געמעקט און דער טראלל בלייבט. וכן נוהגין באשכול בלומינגראוו.

הצלחה וכל טוב.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6931

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 1:56 am איך האלט נישט אז ס’איז אויסגעהאלטן צו פארשפארן די לב טהור ניקים.

ענדערש זאלן די וואס ווערן זייער צוהיצט פון ליינען די לב טהור תגובות, און שיסן צוריק מיט דירעקטע פולווער און קללות נמרצות, זיך אביסל בארואיגען און כאפן א טיפע אטעם.
והיינו טעמא פארוואס אין אשכולות וואו כ'האב איינמאל געשריבן מיין מיינונג פרוביר איך נישט צו איבערחזרן אויב עס איז נישטא קיין חידושים, כ'האב נישט ליב קיין קארנפלעקס מיט מילעך.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

הדסים האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 1:07 am
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 6:02 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 5:49 pm איך בין זייער איינשטימיג מיט @נקודות טובות. און אויך איך בין שוין דא זייער די אנהויב - אדער ממש כמעט אנהויב - פון די פארום. איך האלט נישט אז דער פראבלעם איז די טעמעס איבער וואס מען רעדט, אדרבה יעדער זאל רעדן פון וואס ער וויל, נאר די געדשולד וואס מען צייגט ארויס פאר מענטשן וואס זענען נישט דא צו שמועסן אדער דורכטון א זאך נאר צו טריצן און שטיפן געוויסע פוינטס עד הסוך ועד בכלל אן קיין סענסעבל שמועס.

ווען @על פי תורה שמועסט זיך אויס מיט @סוחר איבער די מהלך מיט לב טהור, אדער ווען @דער תהלים איד שמועסט זיך אויס מיט @הלבלר בקולמסו אויף חינוך און אויף בלומינגראוו, אדער ווען @מסתמא שמועסט זיך אויס מיט @איך געדענק שוין נישט ווער איבער שייטלען, איז עס א סופער נארמאלע שמועס כאטש די מיינונגען זענען כרחוק מזרח ממערב. און דאס קען נאר זיין ווען די פארום בלייבט קליין און דולדעט נישט קיין איין מעמבער וואס האט נישט די שכל וויאזוי צו שמועסן נארמאל.
כוואלט דיר ווען מנשק געווען על ראשך ווען איך ווייס ווען ווער דו ביסט. זייער שיין ארויסגעברענגט!

די סיבה פארוואס איך האב אנגעכאפט די טעמעס, איז ווייל בדרך כלל וועלן די ניקס וואס וואלטן מתחילה נישט געדארפט ווערן אנגענומען זיך באקוועם מאכן אין אזעלכע טעמעס. און דאס שלעפט אטעמאטיש אראפ אנדערע וואס וועלן בדרך כלל יא פירן א שמועס. און דערפאר האב איך מיך געבעטן נישט צו אנעמען פרישע ניקס, אין הייסע זמנים. אדער עכ''פ זאל זיין א סיסטעם אז נאר ניקס וואס האבן זיך געפראווט צו זיין פארשטענדליך זאלן קענען שרייבן אין אזעלכע פארומס. אבער דערווייל הערט נישט די הנהלה וואס איך זאג.
איך האב א נגיעה צו האלטן אנדערש ווייל איך בין אויך יעצט אנגעקומען...
איך מיין אז א רעפוטאציע פעלט נישט דוקא אויס און הייסע נושאים איז דוקא א גוטע וועג וויאזוי צו באקומען נאך 'פארשטענדליכע' ניקס,
אבער, כדי צו פארמיידן די אלע פראבלעמען, זאל פשוט ווערן איינגעשטעלט א מהלך אז א נייע ניק וואס האט (אנטשולדיגט) נישט קיין שכל, זאל פארלירן רשות כתיבה לכה"פ אין יענע טעמעס.
מען פארציילט אז אמאל איז א איד געקומען צום גאון רבי עקיבא איגר, און געבעטן פון אים אן הסכמה אויף זיינס א חיבור (אזא הים ראה וינוס, בן נח בן ישראל סטייל...) האט רעק"א אים ג'ענטפערט איך געב נישט קיין הסכמה אויף די מיני ספרים. דער איד האט אבער גע'טענה'ט אז דער פרשת דרכים האט דאך אויך מחבר געווען אזא ספר, האט אים רעק"א גענטפערט מיט א משל.

אן ארעמאן איז אמאל געגאנגען אויפן וועג, און זייענדיג שטארק פאר'חלש'ט האט ער זיך אפגעשטעלט אין קרעטשמע זיך צו כאפן דאס הארץ. באשטעלט האט ער זיך דאס ביליגסטע ברוינפען, און נאכן טרינקען האט דער איד בטעות זיך געגעבן א ריק און עס זענען אראפגעפאלן אפאר גלעזלעך אויפן ערד און זיך צובראכן. דער בעל הבית איז תיכף געקומען צו אים מלא טענות און אים אנגעשריגען פארן נישט וואטשן וואס ער טוט און חרוב מאכן זיין געשעפט, און פארלאנגט פון אים צו באצאלן פאר די גלעזער וואס ער האט צובראכן.

רופט זיך דער איד אן צום בעל הבית איך פארשטיי נישט. פריער בין איך דא געזעצן און עס איז אריינגעקומען א נגיד און זיך געלאזט וואוילגיין און ער האט אויך צובראכן אפאר גלעזער און אים האסטו גארנישט געזאגט, און מיר ווארפסטו דא ארויס בבושת פנים? וואו איז די יושר? זאגט אים דער בעל הבית, דו נער וואס דו ביסט. דער נגיד קומט כסדר אריין צו מיר יעדן טאג, ער לאזט זיך קאסטן וויפיל עס גייט נאר, מיין האלבע פרנסה קומט דורך אים. נו, מאכט זיך אמאל ער צוברעכט אפאר גלעזלעך מאך איך מיך נישט וויסענדיג. אבער דו, דאס ערשטע מאל דו קומסט אריין צו מיר, דו קויפסט דאס ביליגסטע ברוינפען, און שוין מאכסטו מיר קאליע מיינע סחורה אויך, דאס קען איך נישט פארשווייגן.

האט רבי עקיבא איגר אויסגעפירט, א איד וואס האט ארויסגעגעבן אזא חיבור ווי די משנה למלך, פארשווייג איך זיין פרשת דרכים. אבער סתם מחבר זיין אזעלכע ספרים אויף דעם בין איך נישט מסכים.

לענינינו, ס'איז אמת וואס דו זאגסט. שטעל דיך פאר עס איז דא אן אפמאך אז אין הייסע צייטן נעמט מען נישט אן קיין פרישע ניקס. איך וואלט מיר געריסן די האר פון קאפ פארן פארלירן אזא לעכטיגע ניק ווי @הדסים. אבער מצד אחר איז וויכטיג צו פארשטיין, אז ניקס וואס שרייבן נישט דא, נאר קומען אהער אך ורק ווייל דא לאזט מען רעדן פון געוויסע נושאים וואס מען לאזט נישט רעדן אויף אנדערע מקומות און איינמאל די טעמע גייט אראפ פון די מאפע זענען זיי נישט דא מער, האבן נישט וואס צו זוכן דא מתחילה. זיי לייגן צוגרינד דאס מקום. ווער עס שמועסט מיט אין אנדערע נושאים ווי א מענטש, און בסך הכל ווערט ער אביסעל פארלוירן ווען עס קומט צו געוויסע טעמעס, דאס קען מען אראפשלינגען. אבער אהערקומען נאר צוליב די טעמעס, דאס איז אומאקצעפטירבאר.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3564
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5677

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך וואוילער »

אני הק' האב נאך כמעט נישט אריינגעקוקט אין לב טהור טעמע, פון די מינוט וואס ס'האט אנגעפאנגען פארן אין יענעם דירעקציע...
ס'איז ארויף אויף די אומאפעציעלע ליסט מיט אנדערע טעמעס וואס כ'וועל באזוכן ווען איך האלט שוין נאך 3 טעג פלאצן פאר ליידיגן - היו לא תהי'.

און היות עטליכע טעמעס זענען פארפארן אויף אזא ליניע, דערזעה איך מיך ווייניגער ליינען און שרייבן ווי אמאהל.

וואו נעמט מען צוריק די רואיגע און שטילע צייטן פון אידטיש?!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2408
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5662

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 3:06 am אידטיש ארבעט אזוי.

עפעס א טראללער קומט אין אשכול פון מהרי’’י מיט א טראלל, מ’ענפערט אים כבחינת עם עקש תתפתל, למעשה דער ענטפער ווערט געמעקט און דער טראלל בלייבט. וכן נוהגין באשכול בלומינגראוו.

הצלחה וכל טוב.
היות איך ליין אסאך און זעה נישט אין ערגעץ אזאנס וואלט איך געוואלט זאלסט געבן לינקס. איך זעה נאר פונקט פארקערט. מען האט מורא מען וועט הייסן איינזייטיג ממילא לאזט מען געוויסע אן קיין שכל פארפירן היציגע ענטפערס וואס פירן צו נישט גוטס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5004

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 1:20 pm אני הק' האב נאך כמעט נישט אריינגעקוקט אין לב טהור טעמע, פון די מינוט וואס ס'האט אנגעפאנגען פארן אין יענעם דירעקציע...
ס'איז ארויף אויף די אומאפעציעלע ליסט מיט אנדערע טעמעס וואס כ'וועל באזוכן ווען איך האלט שוין נאך 3 טעג פלאצן פאר ליידיגן - היו לא תהי'.

און היות עטליכע טעמעס זענען פארפארן אויף אזא ליניע, דערזעה איך מיך ווייניגער ליינען און שרייבן ווי אמאהל.

וואו נעמט מען צוריק די רואיגע און שטילע צייטן פון אידטיש?!
געוואלדיג! געוואלדיג!

די שאלה איז וואס טוהן מיר ווייטער? (כאילו איינער האט מיר געפרעגט...)

דאס איז זיכער אז ווערן איבעגעהיצט איז קיינמאל קיין עסק. עס טאר נישט זיין אזא זאך אז מען זאל אריינוואקן אין א טעמע, און ווערן אפגעבריעט פון די לופט דארט. פערזענליכע פליקערייען איז א no no בכל מקום ובכל זמן, אפילו אויב העלבראנץ אליינס זאל האבן א ניק דא. ווער עס איז אנגעהיצט קעגן לב טהור זאל געבן געלט פאר די עסקנים, אדער וואלענטירן מיט פיזישע הילף, און אויב שפירט ער אז ער האט נישט יוצא געווען זאל ער אראפפארן אהין און פיזיש שלאגן די ארטיגע הנהלה און אוועקכאפן די קינדער דארט בידים. אידטיש איז נישט די פלאץ אדער מיטל מיט וואס צו לערנען א לעקציע פאר סיי וועם! אידטיש איז א פלאץ וואס איז געמאכט געווארן צו פארברענגען ברודערליך צווישן זיך, און דיסקאסירן נייעס, דיבאטירן טעאריעס, און שערן אינפארמאציע!

צווייטענס, איך וויל מיך ערלויבן אביסעל צו באשולדיגן די הנהלה אויך. איך האב מיך אויך קיין סאך נישט געדרייעט אין די לב טהור טעמע, נאר בעיקר האב איך געקליקט אויפן הויפט בלאט אויף די מערסט געלייקטע פאוסט און זיך געטראפן דארט מזמן לזמן. איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט דארט, און איך ווייס נישט צו דער טראלל איז געווען @עהעם אדער גאר @על פי תורה. איך ווייס באמת נישט, און עס איז מיר נישט נוגע! איך האב קיין איין פאדקעסט אדער ריקארדינג וכדו' נישט אויסגעהערט איבער די נושא. קיין איינס! וואס יא? אויב @אסמכתא בעלמא האט ארויסגעשטעלט א פארלאנג איינמאל און נאכאמאל, אז די שמועס זאל נישט ווייטער גיין אין סירקעלס, פארוואס איז גארנישט געטוהן געווארן דערצו? פארוואס לאזט מען אזאנס אנגיין אומגעשטערט? יעצט קום מיר נישט ענטפערן אז מען האט כסדר געמעקט דארט, ווייל נישט דאס איז די אידטיש סטאנדארטן. אויף אידטיש מעקט מען אפציעל ניקס נישט פאוסטס! א ניק וואס קען זיך נישט האלטן צו די פארשריפטן, דארף ווערן אויסגעשפארט! אפגעזעהן צו דאס איז @עהעם אדער @על פי תורה. אויב קלערט מען אז די הנהלה איז נישט גערעכט, קען מען אלעמאל אנפרעגן אין אישי אדער קען מען גיין אין פאבליק אין צענזור וכדו' און עס דיבאטירן. אבער סתם טרעטן אויף די ווערדן פון אידטיש? וואס איז פשט דערפון?

דריטענס, עס טאר אין קיין פאל נישט זיין אז עס זאלן אריינקומען פרישע ניקס בבחינת האחד בא לגור וישפוט שפוט, און אנהויבן דרייען די סייט אנדערש ווי די אלטגעזעצענע ניקס ווילן. עס ליגט א פליכט אויף יעדן פרישע ניק זיך צוצוקוקן ווי אזוי די סייט פונקציונירט, און זיך צושטעלן מיט ריספעקט ווי געשריבן דא. יא, מיר האבן די רעכט צו פארלאנגען אז די סייט זאל געפירט ווערן לויט אונזער רוח. עס איז נישט מער ווי ריכטיג אז די וואס האבן אוועקגעשטעלט אידטיש אלץ פאקט, און די וואס האלטן דאס אקטיוו אויף א טעגליכע פארנעם זאלן האבן א מיינונג מער ווי פרישע ניקס וואס איינמאל לב טהור איז אראפ פון די מאפע גייען זיי צוריק צו וואו זיי זענען געווען בעפאר. פרישע ניקס דארף אלעמאל זיין בבחינות כמה כמה בטל. אויב רוב אקטיווע וועטעראן ניקס באשליסן אז עס געפעלט זיי נישט עפעס, דאן דארף קומען א טויש. @שאינו יודע לשאול וואס האלט איר?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4750
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14142

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:09 pm @שאינו יודע לשאול וואס האלט איר?
וואף... איך בלאש...

צום ענין. כ'ווייס נישט צי דו האסט באמערקט, אבער איך האב זיך לעצטנס גאנץ ווייניג געדרייט דא, רעלאטיוו צו אמאל. און דו האסט נארוואס געשריבן די סיבה...

נישט נאר וואס דער לב טהור טעמע איז נישט צום שלינגען און נישט צום שפייען, פון איין זייט איז דא דארט רעלעוואנטע אינפארמאציע וואס כ'האב נישט געהערט אינערגעץ, פון די אנדערע זייט דארף מען סקרולן בלעטער פון פארשימלטע מיסט אנצוקומען צו עפעס זאכליך. אבער כ'שפיר ווי דאס האט אוועקגענומען די פאקוס פון די - אזויגערופענע - אלטגעזעצענע און פארשטענדליכע ניקס אויך, וועלכע שפענדן אויך זייער צייט אויף אידטיש אין דיזע אשכולות אנשטאט אויף עפעס וואס איז מער צו מיין געשמאק.

אפגעזען וואס די הנהלה דארף טון, גלייב איך אז די בעסטע וועג וויאזוי אונז קענען טאקע צוריקבאקומען אונזער געשמאקע ווינקל, איז, נישט צו ווערן אינוואלווד אין דעם שמוץ, דוקא יא עפענען נייע אינטערסאנטע אשכולות, @נקודות טובות זאל אהערשטעלן א שפיץ גאפל, @פופציגער א זונטאג ארטיקל, וכו'.

קוק נישט אויף קיינעם, ערווארט נישט קיינער זאל דיר קעגנקומען. טו וואס דו גלייכסט צו טון, סטיק צו וואס דו זעסט פאר ריכטיג, און לאז די רעזולטאטן פאסירן.
שרייב פאוסט