דו זאגסט מורא’דיג גוט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 21, 2025 12:16 am זאל איך גיין דיליטן א שעה צוויי ארבעט? שיק כאטש אין ספוילער...► Show Spoilerסתם צו מאלן וואסער און עס ארויסצוברענגען מיט אנדערע ווערטער די זעלבע נקודה.
מעגליך אנדערע וועלן מיר פארשרייען אבער איך וועל מעגליך יא ארויסברענגען א ריכטיגע נקודה.
(איך רעד צו זיך אליינס אויך איך דארף אויך די חיזוק...)
צווישן די גורמים וואס ברענגט א מענטש צו עצבות ומרא שחורה איז, לאמיר אנכאפן אן אקטועלער דוגמא (וואס איך בין ב"ה נישט משיג כן יעזור ה' הלאה) ער האט חתונה געהאט ער האט געהאט קינדער, ער האט זיך ל"ע צו'הרג'עט און ל"ע גע'גט, מען האט אים צוגענומען די קינדער מיט אכזריות.
עס איז דא צוויי מהלכים ווי אזוי צו באטראכטן דער ענין פון האבן קינדער און זיי מחנך זיין.
1) 'איך' האב קינדער, די קינדער זענען מיינע קינדער, עס איז מיין תענוג צו האבן קינדער, עס איז מיין אחריות צו מחנך זיין מיינע קינדער, אויב מיט אלע השתדלות וואקסן זיי אויף אנדערש איז עס מיין דורכפאל, אויב באקומט א קינד סיי וואספארא קרענק אדער סיי וואספארא מיחוש, איז עס מיין דורכפאל, אויב ווערט חלילה געבוירן א קינד מיט א פעלער איז עס מיין פערזענליכע דורכפאל, איך האב חיובים אויף מיינע קינדער, אויב בין איך נישט מקיים מיינע חיובים איז עס מיין דורכפאל, און איך פערזענליך גיי איך מיך יעצט עסן דאס געזונט אויף מיין מיסיע וואס איז דורכגעפאלן.
2) דער באשעפער וואס האט מיר באשאפן ער פארלאנגט פון מיר אז איך זאל מיך משתדל זיין צו האבן קינדער, איך זאל טון מיין השתדלות צו טון א גוטע און פאסיגע שידוך צו קענען האבן קינדער, איך דארף טון וואס עס פארלאנגט זיך פון מיר אראפצוברענגען געזונטע קינדער אויף די וועלט, אויב האט מיר דער באשעפער שוין געגעבן די זכי' אראפצוברענגען קינדער, האט ער מיר געגעבן ווייטער א פליכט פון השתדלות זיי צו ערציען, זיי צו שפייזן, און השתדלות אריינצולייגן די מאקסימום כוחות אז זיי זאלן אויסשטייגן אלס ערליכע אפגעהיטענע קינדער, איך האב א פליכט פון השתדלות צו לערנען מיט זיי תורה, זיך משתדל צו זיין זיי חתונה צו מאכן, צו מל'ן כדין, צו מאכן א פדיון הבן, און אלע חיובים וואס א טאטע האט צו א קינד.
אבער דאס אלעס איז בלויז בתורת השתדלות, דאס איז וואס דער באשעפער פארלאנגט פון מיר! נאכלאזן דערפון איז אן עבירה! תשובה העלפט טאקע - אבער מיינע פליכטן איז דאס מערסטע צו משתדל זיין דאס אויסצופירן על צד היותר טוב.
דער פועל יוצא אויב איך האב למעשה געהאט קינדער, אויב כ'האב געהאט געזונטע קינדער, אויב כ'האב געהאט די געלעגנהייט צו טון מיינע חיובים צו מיינע קינדער, אויב זיי זענען טאקע אויפגעוואקסן אזוי ערליך ווי כ'האב זיי מחנך געווען, דאס ווענצעך בלויז אינעם רבונו של עולם, מיר גייט מען נישט שלאגן פאר נעגאטיווע אויסגאנגען פון פאזיטיווע און ריכטיגע מעשים, אויב חלילה ווערט איינער נפטר איידער ער האט געהאט די געלעגנהייט אראפצוברענגען קינדער גייט מען אים נישט שלאגן דערפאר, אויב קען ער נישט מל'ן זיין קינד צוליב קאמפליקאציעס חלילה גייט ער נישט כאפן דערפאר, די פועל יוצא געהער בלויז פארן באשעפער צו טון ווי אזוי ער פארשטייט.
די פועל יוצא פון די צוויי אויבדערמאנטע השקפות
1) די ערשטע מהלך המחשבה ברענגט גאר ביטערע געפילן דער געפיל פון עס איז מיינע קינדער! איך וויל האבן די פארגעניגן צו פארברענגען מיט זיי! עס איז א שטיק 'מיך'!!! גנבים!!! רוצחים!!! איך האב א חיוב זיי צו מחנך זיין!!! מען בא'עוול'ט מיר!!!
די צער איז אומבאשרייבליך און די פאפיר איז נישט סובל די יסורי הנפש פון שפירן סיי אז מענטשן רעכענען זיך נישט מיט מיר, איך בין מיסט! מען בא'עוול'ט מיר בזדון!!! דער גאנצער 'איך' איז גארנישט ווערד ביי זיי!
די שווערע געפיל פון בעצם מיטהאלטן ערשטהאנטיג 'אומרעכט'! א סתירה! א זאך וואס שטימט נישט!
די ביטערע געפיל פון אוועקנעמען מיין פארגעניגן! מיין נשמה! בארויבן מיין שטארקסטע תענוג!!! מיין גרעסטע האפענונג און מיין עתיד!!!
די רוחניות'דיגע געפיל פון איך דארף זיי מחנך זיין! מען נעמט מיר צו מיין מצוה! מיינע חיובים פון אב על הבן!
דאס אלעס זענען ריכטיגע געפילן! שניידנדע ווייטאג!!! עס קען צוטרענצלען די נערוון! און עס איז העכסט נארמאל צו ווערן צושפילט דערפון! עס איז נישט קיין דורכפאל אז עס טרעט צו צום געזונט.
2) די צווייטע מהלך - וואס איז בכלל נישט אזוי גרינג ווי געשריבן - אבער דאך דאס מציאות צו קענען בלייבן ביים דעת טראץ די אלע ביטערע דורכגענג - לאזט מיר רואיג, איך שלאג מיך טאקע פאר מיינע קינדער! מען האט מיר טאקע ביטער בא'עוול'ט, איך וועל טאקע נישט אנקניפן קיין פריינטליכע באציאונגען מיט די דורשי רעתי! איך האב א פליכט זיך נישט צו חבר'ן מיט מענטשן וואס מיינען מיין שלעכטס! אבער דאס איז בתורת מיין פליכט וואס דער אייבערשטער לייגט ארויף אויף מיר!
ביי זיי בין איך טאקע גארנישט, אבער ביים באשעפער בין איך יא! עס וועט מיר נישט אויסמאכן קיין כי הוא זה צו איך בין יא געשעצט ביי זיי צו נישט, ביים באשעפער בין איך געשעצט! ער האט מיר באשאפן פאר א צוועק! ער האט מיר באשאפן מיט א ציל וואס איך דארף ערפולן אויף זיין וועלט! און מיט יעדע גוטע פעולה, מיט יעדע ריכטיגע טאהט וואס איך טו, יעדע רגע וואס כ'האב זוכה געווען צו טון וואס איך האלט אז דאס איז זיין רצון, דאס מאכט מיר געשעצט ביי כביכול! האא קעירס וואס אנדערע טראכטן אדער גרינגשעצן מיר???
מיינע תענוגים? יא! מיינע קינדער זענען מיר גאר שטארקע תענוגים! תענוגים וואס א בחור פארשטייט נישט! וואס א אינגל האט נישט דאס מינדסטע השגה! אבער די גאנצע זאך איז למעשה בלויז תענוג און פארגעניגן, און איך ווייס דאך יא אז עס קומט זיך מיר גארנישט, איך האב גארנישט געטון פארן אייבערשטן אז ער זאל מיך ברויכן באצאלן מיט תענוגים, יעדע תענוג וואס ער געבט מיר איז א פלאס! יעדע פארגעניגן איז א ריזיגע פארדינסט! און פארגעניגן וועט ער מיר געבן לויט ווי ער וויל! אמאל איז דאס אין פארעם פון קינדער, אמאל איז דאס אין פארעם פון געלט, אמאל אין פארעם פון קאמפלימענטן, און אמאל איז דאס אין פארעם פון ביישטיין א נסיון! די גוטע פילינג און תאות הניצחון ווען מען האט מנצח געווען די תאוות פון די נפש הבהמי!
און אז איך זעה ממש נישט אז ער געבט מיר סייוואספארא תענוג, איין קייט פון צרות יגון ואנחה, אבער דאס עצם אז איך לעב נאך, אז כ'האב נאך אזויפיל שכל צו האבן דעם בטחון אין אים, כ'האב מיך נאכנישט גענומען דאס לעבן, איך סטאק מיך אן פאר יענע וועלט מיט אוצרות פון בטחון און אמונה דאס אליינס איז שטארקע פארגעניגן! יעדע סעקונדע אמונה איז נאך באקס זכותים דעליווערט פארן עולם העליון, נאך א רגע פון משפיע זיין תענוג פאר כביכול דעם אייבערשטן.
איך קען נישט מקיים זיין די מצוה פון חינוך הבנים? מען בארויבט מיר עס בידים? דער זעלבער וואס האט מיר מחייב געווען דערמיט, דער זעלבער פירט אז איך זאל יעצט ווערן צוריקגעהאלטן דערפון! אונס רחמנא פטריה! איך וועל ווייטער טון מיין השתדלות יא צוריקצובאקומען מיינע קינדער דורך אלע אויסגעהאלטענע מיטלען, ווייל דאס וויל דער אייבערשטער פון מיר, אבער אויב שטעלט זיך עס אנדערש אויס וועט מען מיר נישט פארהאלטן דערויף אויף יענע וועלט, ווייל איך האב געטון דאס מאקסימום אין מיין יכולת!
איך האב נישט קיין אחריות אויף וואס עס פאסירט למעשה, ווייל דאס געהערט עקסקלוסיוו פארן בורא, א מענטש איז גארנישט ביכולת, דעריבער זענען די דורכפעלער נישט זיינע דורכפעלער, נאר נאך א רינגעלע אינעם אייבערשטנס סוקסעספולע הנהגה און א פארזעצונג פונעם אייבערשטנס דעטאלירטע פלאן ביים באשאפן די וועלט ווי אזוי זאכן זאלן זיך פירן, הגם נישט אלעמאל פארשטיי איך פארוואס גענוי עס האט זיך געדארפט אזוי אויסשפילן.
נעם דאס אלעס און לייג עס צו צו אלע מצבים און אלע פארמען, צו חלילה פארלירן פרנסה, נישט טרעפן א שידוך, חלילה קראנק ווערן, זיצן אין תפיסה, א קרעש, בזיונות בפני יחידים, בזיונות ברבים, דורכפעלער, נישט מיטגעהאלטן שמחת תורה אין בית המדרש, מיין קאסטומער האב איך נישט געקענט צופרידנשטעלן, כ'האב פארפאסט מנחה בשוגג ל"ע, און אלע שוועריגקייטן וואס מען גייט חלילה דורך.
די יסוד איז: איך דארף טון דאס מערסטע וואס איך קען, און דאס איבריגע שפילט דער אייבערשטער אויס גענוי ווי אזוי ער וויל!
נאך א יסוד איז: איין מינוט איז נישט קיין באווייז אויף די צווייטע מינוט, איך האב איין מינוט מורד געווען און נישט געטון רצון הבורא? אבער די יעצטיגע מינוט וועל איך יא! איי שפעטער וועל איך דורכפאלן? אבער יעצט טו איך רצון הבורא! כל זמן איך לעב פרוביר איך מיין מאקסימום צו טון זיין רצון לויט מיין פארשטאנד וואס זיין רצון איז!
די געדאנק איז: איך בין באשאפן געווארן פאר א צוועק, במשך מיין לעבן ווער איך געוואר מער אין מער וואס מיין תכלית אויף דער וועלט איז - לויט ווי איך קוק צוריק אויפן עבר ווי אזוי עס האט זיך למעשה אויסגעשטעלט - איך בין ווי דער קארעלע אויפן קארעלע קארפעט וואס דער אינגעלע רוקט פון איין פלאץ צום צווייטן לויט זיין געשמאק, דאס זעלבע זענען מיר ביים אייבערשטן, מיט איין חילוק אז אונז דארפן דעליווערן השתדלות און רצון אים צו דינען.
כ'האב זייער מאריך געווען, זייער צומישט, און מעגליך זענען דא ווער עס איז מחולק, אבער דאך ווען מען לעבט אזוי איז דאס לעבן אסא-א-א-א-ך רואיגער בס"ד.
די פראבלעם איז נאר אז מ’הייבט אן צו ארבעטן דערויף ווען מ’איז שוין טיף אין פעקל. וואס דאן נעמען שוין די געפילן איבער די מענטש, און דאן קען מען שוין נישט צופיל אויפטון מיט מחשבה.
אעבר בעצם איז דעיס אזאך וואס מ’דארף ארבעטן דערויף פון קינדווייז אן, און עס אראנבאכענען אין קאפ.
די מענטשן וואס לעבן מיט די מחשבה א גאנצן טאג האבן א זיס לעכטיג לעבן.