די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2501
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5904

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:33 pm פינג @נקודות טובות
בדרך צחות זאגט מיר עמיצער אז ער הערט אז דער דאבשינער רב איז נתעורר געווארן פון דעם בריוו ווי שעדליך די רבנים זענען און זעענדיג אז אויך ער קען גארנישט אויפטון האט ער זיך אפגעזאגט פון די רבנות....
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 947

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

לויט די צאל לייקס וואס די פריערדיגע תגובה האט אויפגעטריבן קוקט אויס ווי דער עולם איז אין צו נעמען אחריות,

סוי יעצט ווערט די שאלה וואס מיינט אחריות? איך גיי מאכן די קשיא נאכמער שווערער, נאך וואס איינער האט געפרעגט פריוואט,

אז למעשה זעהט מען גרויסע עשירים און וויכטיגע מענטשן וואס זענען נאכאלס אנגעזעצט, און זיי נעמען דאך זיכער אחריות איז פארוואס זענען זיי נישט קיין

פרייליכע מענטשן (איך רעד נישט פון אלע עשירים, מען רעדט פון געוויסע),?

די תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט, אויב ארבעט מען אויף געלט, צו אויף סיי וואס עס זאל נאר זיין, אבער דאס ארבעטן קומט נישט ווייל ער וויל נעמען אחריות

אין לעבן, נאר פשוט ווייל ער וויל געפעלן פאר אנדערע מענטשן, אדער ווייל ער האט א שטארקע פרעשור צו זיין די מעכטיגסטע מענטש וכדומה,

גייט ער נישט קענען הנאה האבן פון נעמען אחריות אין לעבן, סוי למעשה וויאזוי קען איך יא נעמען אחריות?

1) פארשטיין פארוואס איך בין דא אויף דער וועלט, און דאס האט זייער א פשוטע תירוץ פאר מען קומט נאך בכלל אהן צו אידישקייט, און אפילו א גוי וואס טוט דאס

פירט אויס מיט דעם די תכלית הבריאה, דער חובת הלבבות רעדט דערפון און שער הבחינה, אז א מענטש איז דא אויף דער וועלט כדי ער זאל זעהן די גרויסקייט

פונעם באשעפער און די אלע זאכן וואס ער האט באשאפן, און דער באשעפער וויל דאס פון יעדעם באזינדער אידן צו גוים צוגלייך, ממילא קומט אויס איינער וואס טוט

דאס, די צייט וואס ער טוט דאס מאכט ער די בריאה מער בשלימות! און יעדער פון אונז איז א מתנה פאר די בריאה, אפטייטש פון מתנה מיינט אונז זענען זייער חשוב

פאר די בריאה אהן די מענטשהייט דארף נישט דער באשעפער די גאנצע בריאה,! דערנאך קומט אריין אז מיר אידן זענען די עם הנבחר ב"ה און גייען לעבן אויף אייביג

און עס ווארט אונז אפ א ריזיגן שכר אויף יענע וועלט אויף די אלע מצוות וואס מיר טוהן...

2) יעצט איינמאל איך פארשטיי שוין פארוואס איך בין דא אויף די וועלט און אז מיין גאנצע חשובקייט קומט ווייל דער באשעפער האט מיר באשאפן איך זאל איינזעהן זיין

גרויסקייט אויף די וועלט, איז דא נאך זאכן וואס ער האט מיר געהייסן טוהן דאס איז תורה און מצוות, איך ארבעט ווייל ער האט מיר געהייסן, איך עס און טרינק ווייל ער

האט מיר געהייסן, איך היט אויף מיין געזונט ווייל ער האט מיר געהייסן און אזוי ווייטער...

און דאס מיינט לעבן אחריות'דיג איך לעב מיט א ציהל אפילו ווען איך ענדזשוי מיין טאג, און אפילו ווען איך פאר אוועק טוה איך דאס מיט א ציהל,

צום שלוס אחריות מיינט איך פארשטיי פארוואס איך בין דא אויף דער וועלט, און איך פארשטיי פארוואס איך טוה זאכן אין מיין לעבן,

און דאס מאכט א מענטש פרייליך בעזרת השם יתברך!

עס איז דא נאך חלקים ועוד חזון למועד בעז"ה

שוין די כלה קען אריינקומען צום בענטשן...
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 94

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך עהעם »

בלייב נישט שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:00 pm שוין די כלה קען אריינקומען צום בענטשן...
איר זאגט זייער גוט, נאר איך פארשטיי נישט פארוואס ס'פעלט אויס די ביטול היש צום סוף...
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 491
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 902

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך וואלף »

@בלייב נישט שטיין ביזט פיין! ביזט געהייערט אלץ טעראפיסט אין די נייע מאבד עצמו לדעת מעבד עצמו לדעת סענטער
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7048

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דעציט! די געדאנק פון ביטול, איך בין נישטא פאר זיך, איך בין דא צו ערפולן א צוועק וואס דאס איז מאכן נחת רוח פארן אייבערשטן, און וואספארא נחת רוח ער ערווארט פון מיר זעה איך לויט דעם לעבן וואס ער שטעלט מיר אויס, איך דארף טון השתדלות צו טון זיינע מצוות, צו האבן קינדער, צו האבן מהודר'דיגע מצות, צו האבן פרנסה צו קענען זיין אן ערליכער איד, אבער ווי אזוי דאס לעבן שטעלט זיך אויס למעשה דאס איז א פועל יוצא, וויפיל פארגעניגן ער וועט מיר געבן און וויפיל קיום המצוות ער וועט מיר שענקן, דאס אלעס איז מיט א פלאן לויט וואס ער וויל פון מיר.

ומאידך גיסא אויב איז מיר איין מינוט נישט געלונגען צו טון די ריכטיגע השתדלות דאס פטר'ט מיר נישט פון די נעקסטע מינוט צו טון תורה ומצות און צו משתדל זיין צו טון זיין רצון.

נישט אומזיסט איז ביי א איד די מחשבה מצרפה למעשה, דער באשעפער דארף דיין רצון און השתדלות, וואס די אוטקאם איז איז שוין דעם אייבערשטנ'ס ביזנעס.

חזקיהו המלך האט נישט געוואלט חתונה האבן ווייל ער גייט האבן א מנשה ורבשקה, אבער דער נביא האט אים געזאגט בהדי כבשי דרחמנא למה לך, עס איז נישט דיין עסק וואס די מסקנה גייט זיין

כ'האב נישט קיין צייט אבער ועוד חזון למועד מער מסודר די נקודות.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2501
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5904

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:10 pm מעבד עצמו לדעת
גוט גוט!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2501
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5904

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@בלייב נישט שטיין איך וויל דיר בעטן א טובה. אפשר א שווערע, אבער א וויכטיגע. ביטע @בלייב נישט שטיין....
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 947

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:09 pm
בלייב נישט שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:00 pm שוין די כלה קען אריינקומען צום בענטשן...
איר זאגט זייער גוט, נאר איך פארשטיי נישט פארוואס ס'פעלט אויס די ביטול היש צום סוף...
פרעגסט זייער גוט, איך וויל מען זאל עס בעסער געדענקן מיט א שטיקל מילתא בדיחותא צום סוף.
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 947

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:14 pm @בלייב נישט שטיין איך וויל דיר בעטן א טובה. אפשר א שווערע, אבער א וויכטיגע. ביטע @בלייב נישט שטיין....
ישר כח!

לאמיר זאגן אינאיינעם איך בין פרייליך צו לעבן אחריות'דיג!
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 131

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך קרישקע »

בלייב נישט שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:00 pm לויט די צאל לייקס וואס די פריערדיגע תגובה האט אויפגעטריבן קוקט אויס ווי דער עולם איז אין צו נעמען אחריות,

סוי יעצט ווערט די שאלה וואס מיינט אחריות? איך גיי מאכן די קשיא נאכמער שווערער, נאך וואס איינער האט געפרעגט פריוואט,

אז למעשה זעהט מען גרויסע עשירים און וויכטיגע מענטשן וואס זענען נאכאלס אנגעזעצט, און זיי נעמען דאך זיכער אחריות איז פארוואס זענען זיי נישט קיין

פרייליכע מענטשן (איך רעד נישט פון אלע עשירים, מען רעדט פון געוויסע),?

די תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט, אויב ארבעט מען אויף געלט, צו אויף סיי וואס עס זאל נאר זיין, אבער דאס ארבעטן קומט נישט ווייל ער וויל נעמען אחריות

אין לעבן, נאר פשוט ווייל ער וויל געפעלן פאר אנדערע מענטשן, אדער ווייל ער האט א שטארקע פרעשור צו זיין די מעכטיגסטע מענטש וכדומה,

גייט ער נישט קענען הנאה האבן פון נעמען אחריות אין לעבן, סוי למעשה וויאזוי קען איך יא נעמען אחריות?

1) פארשטיין פארוואס איך בין דא אויף דער וועלט, און דאס האט זייער א פשוטע תירוץ פאר מען קומט נאך בכלל אהן צו אידישקייט, און אפילו א גוי וואס טוט דאס

פירט אויס מיט דעם די תכלית הבריאה, דער חובת הלבבות רעדט דערפון און שער הבחינה, אז א מענטש איז דא אויף דער וועלט כדי ער זאל זעהן די גרויסקייט

פונעם באשעפער און די אלע זאכן וואס ער האט באשאפן, און דער באשעפער וויל דאס פון יעדעם באזינדער אידן צו גוים צוגלייך, ממילא קומט אויס איינער וואס טוט

דאס, די צייט וואס ער טוט דאס מאכט ער די בריאה מער בשלימות! און יעדער פון אונז איז א מתנה פאר די בריאה, אפטייטש פון מתנה מיינט אונז זענען זייער חשוב

פאר די בריאה אהן די מענטשהייט דארף נישט דער באשעפער די גאנצע בריאה,! דערנאך קומט אריין אז מיר אידן זענען די עם הנבחר ב"ה און גייען לעבן אויף אייביג

און עס ווארט אונז אפ א ריזיגן שכר אויף יענע וועלט אויף די אלע מצוות וואס מיר טוהן...

2) יעצט איינמאל איך פארשטיי שוין פארוואס איך בין דא אויף די וועלט און אז מיין גאנצע חשובקייט קומט ווייל דער באשעפער האט מיר באשאפן איך זאל איינזעהן זיין

גרויסקייט אויף די וועלט, איז דא נאך זאכן וואס ער האט מיר געהייסן טוהן דאס איז תורה און מצוות, איך ארבעט ווייל ער האט מיר געהייסן, איך עס און טרינק ווייל ער

האט מיר געהייסן, איך היט אויף מיין געזונט ווייל ער האט מיר געהייסן און אזוי ווייטער...

און דאס מיינט לעבן אחריות'דיג איך לעב מיט א ציהל אפילו ווען איך ענדזשוי מיין טאג, און אפילו ווען איך פאר אוועק טוה איך דאס מיט א ציהל,

צום שלוס אחריות מיינט איך פארשטיי פארוואס איך בין דא אויף דער וועלט, און איך פארשטיי פארוואס איך טוה זאכן אין מיין לעבן,

און דאס מאכט א מענטש פרייליך בעזרת השם יתברך!

עס איז דא נאך חלקים ועוד חזון למועד בעז"ה

שוין די כלה קען אריינקומען צום בענטשן...
דאס איז יסוד היסודות אבער ליידער זייער אסאך ווייסן נישט פארוואס מען איז דא אויף די וועלט.

עס איז דא א מאמר פון איינע פון די צדיקים (עפעס אזוי) מען קען לערנען און לערנען און מען ווייסט נישט פארוואס מען איז דא אויף די וועלט.
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 131

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך קרישקע »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:11 pm דעציט! די געדאנק פון ביטול, איך בין נישטא פאר זיך, איך בין דא צו ערפולן א צוועק וואס דאס איז מאכן נחת רוח פארן אייבערשטן, און וואספארא נחת רוח ער ערווארט פון מיר זעה איך לויט דעם לעבן וואס ער שטעלט מיר אויס, איך דארף טון השתדלות צו טון זיינע מצוות, צו האבן קינדער, צו האבן מהודר'דיגע מצות, צו האבן פרנסה צו קענען זיין אן ערליכער איד, אבער ווי אזוי דאס לעבן שטעלט זיך אויס למעשה דאס איז א פועל יוצא, וויפיל פארגעניגן ער וועט מיר געבן און וויפיל קיום המצוות ער וועט מיר שענקן, דאס אלעס איז מיט א פלאן לויט וואס ער וויל פון מיר.

ומאידך גיסא אויב איז מיר איין מינוט נישט געלונגען צו טון די ריכטיגע השתדלות דאס פטר'ט מיר נישט פון די נעקסטע מינוט צו טון תורה ומצות און צו משתדל זיין צו טון זיין רצון.

נישט אומזיסט איז ביי א איד די מחשבה מצרפה למעשה, דער באשעפער דארף דיין רצון און השתדלות, וואס די אוטקאם איז איז שוין דעם אייבערשטנ'ס ביזנעס.

חזקיהו המלך האט נישט געוואלט חתונה האבן ווייל ער גייט האבן א מנשה ורבשקה, אבער דער נביא האט אים געזאגט בהדי כבשי דרחמנא למה לך, עס איז נישט דיין עסק וואס די מסקנה גייט זיין

כ'האב נישט קיין צייט אבער ועוד חזון למועד מער מסודר די נקודות.
די ווארט איז נישט ביטול, נאר ענדערש יש, יא! איך בין דא און איך טו די רצון הבורא און איך פרוביר צו טון די מערסטע און בעסטע וואס איך קען לויט מיינע אומשטענדן!
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 947

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:51 pm

ביידע פון ענק זענען גערעכט, מיין חשיבות קומט דורך דעם וואס די באשעפער האט מיר באשאפן פאר א סיבה, וואס דאס איז איך זאל איינערקענען זיין גרויסקייט,

להבדיל אלף אלפי הבדלות, לאמיר זאגן די מעכטיגסטע מענטש אויף די וועלט זאגט מיר איך דארף דיך זייער וויכטיג האבן דו זאלסט מיר אויסלויבן

יעדע מאל די זעהסט מיר (משל) , וועט דען א מענטש טראכטן אז די מעכטיגע מענטש ווערט יעצט אויס מעכטיג? ניין בכלל נישט, ער בלייבט מעכטיג,

און איך בין נאכאלס א גארנישט קעגן אים, און מיין גרויסקייט קומט דורך אים אפילו ער דארף מיר וויכטיג האבן.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 95

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

לעניית דעתי מישט מען דא צאם צוויי זאכן.
עס איז דא בעצם א נושא אז היינטיגע צייטן די עולם האט נישט קיין סיפוק פונעם לעבן,און אויף דעם קען מען אריינקומען מיט עצות און אויפקלערנגען וואס איז די תכלית הבריאה פון ווי צו שעפן סיפוק וכו' וכו'. מען קענען עפענען א נייע טעמע איבער דעם

נאכדעם איז דא א פראבלעם אז מענטשען נעמען זיך דאס לעבן , די דאזיגע מענטשען זענען געווענליך זייער מעססד אפ און עס וועט נישט העלפן די דערמאנטע ערקלערענגן.

און דאס די שאלה וואס די אשכול אוועקגעשטעלט, און מען דארף וויסן וויאזוי צו האנדלן דאס.
וויאזוי קען מען באמערקן אויף נאנטע וואס האלטן אויף אזא מצב?
וואס איז די נעקסטע סטעפ? איינשפארן? מאניטערן?
וואסערע מהלכים קענען טוישן א מענטש פון האבן אזאנא מחשבות ביזן אנהייבן לעבן? טערעפי? הילינג? וועלכע סארט?
וואס זענען די עיקר גורמים? דראגס? עביוז? טראומע? מעדיקעשן סייד עפעקטס? מהלך החיים?
וויאזוי ווייסט א מענטש אליין ער דארף זיך גיין העלפען ?
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 131

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך קרישקע »

העלאו בעלאו האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:47 pm לעניית דעתי מישט מען דא צאם צוויי זאכן.
עס איז דא בעצם א נושא אז היינטיגע צייטן די עולם האט נישט קיין סיפוק פונעם לעבן,און אויף דעם קען מען אריינקומען מיט עצות און אויפקלערנגען וואס איז די תכלית הבריאה פון ווי צו שעפן סיפוק וכו' וכו'. מען קענען עפענען א נייע טעמע איבער דעם

נאכדעם איז דא א פראבלעם אז מענטשען נעמען זיך דאס לעבן , די דאזיגע מענטשען זענען געווענליך זייער מעססד אפ און עס וועט נישט העלפן די דערמאנטע ערקלערענגן.
די אלע עצות איז כדי נישט צו ווערן מעססד אפפ, איינמאל מען האלט שוין דארט איז שוין זייער זייער שווער.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 95

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:52 pm

דאס וואס איך זאג עס נישט ממש אזוי.
געווענליך איינער וואס נעמט זיך די לעבן איז דורכגעגאנגען עפעס ריזיג, וואס די אובענדערמאנע וועגן און עצות ווי אזוי צו לעבן וואלט נישט צופיל געהאלפן.
איינער וואס האט נישט קיין סיפוק נעמט זיך נאכנישט די לעבן.

גיי קוק אריין אין קעיסיס..

וואס אונז דארף מיר וויסן וויאזוי צו דיעלן מיט די זאכן זיין וואכזאם ווי צו שיקן וכו' רעדן עצות וויאזוי צו פארמיידן דאס איז לכאורה געמאלן וואסער פאר מענטשען וואס זענען עלול פאר אזאנס.
בלייב נישט שטיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
x 947

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך בלייב נישט שטיין »

העלאו בעלאו האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:58 pm
קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:52 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:47 pm לעניית דעתי מישט מען דא צאם צוויי זאכן.
עס איז דא בעצם א נושא אז היינטיגע צייטן די עולם האט נישט קיין סיפוק פונעם לעבן,און אויף דעם קען מען אריינקומען מיט עצות און אויפקלערנגען וואס איז די תכלית הבריאה פון ווי צו שעפן סיפוק וכו' וכו'. מען קענען עפענען א נייע טעמע איבער דעם

נאכדעם איז דא א פראבלעם אז מענטשען נעמען זיך דאס לעבן , די דאזיגע מענטשען זענען געווענליך זייער מעססד אפ און עס וועט נישט העלפן די דערמאנטע ערקלערענגן.
די אלע עצות איז כדי נישט צו ווערן מעססד אפפ, איינמאל מען האלט שוין דארט איז שוין זייער זייער שווער.
דאס וואס איך זאג עס נישט ממש אזוי.
געווענליך איינער וואס נעמט זיך די לעבן איז דורכגעגאנגען עפעס ריזיג, וואס די אובענדערמאנע וועגן און עצות ווי אזוי צו לעבן וואלט נישט צופיל געהאלפן.
איינער וואס האט נישט קיין סיפוק נעמט זיך נאכנישט די לעבן.

גיי קוק אריין אין קעיסיס..
זאגסט זייער ריכטיג, אז די מענטשן זענען געווענדליך דורכגעגאנגן עפעס ריזיג, אבער די אלע ריזיגע זאכן ווערן ריזיג מיט די צייט, עס געשעהט נישט אויף איינמאל

אויב א מענטש האט קלארקייט אין לעבן, מאכט עס אז זאכן זאלן נישט ווערן ריזיג,

ודו"ק ותשכח
מנחם קארפינקל
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
x 6

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך מנחם קארפינקל »

ווי מעסד אפ מ'זאל נאר נישט זיין ח"ו קען מען נאך אלעמאל העלפן און אויפווייזן דעם מענטש אז דאס איז נישט די וועג ארויס און אז ס'איז דא בס"ד א וועג אריין

פאלגענד איז א מעשה מיט הרה"ק רבי שלמה מ'באבוב וואס ער האט געשלעפט מיט געוואלד א איד צו א סעודת ר"ח וואס האט שוין געהאט געפלאנט זיך צו נעמען דאס לעבן יענע נאכט רח"ל און דער רבי האט אים אריינגעשיינט א האפענונג און ארויסגעשלעפט פון זיין מצב

געראטעוועט אין די לעצטע מינוט

אין די שטאדט ווישניצא האט געוואוינט איינער פון די חשובע חסידים ער האט געהייסען ר' זושא טייטלבוים, ער האט געהאט קינדער און אייניקלעך עוסקים בתורה און געטוהן גמילת חסד, פלוצלינג האט זיך ביי אים איבערגעדרייט דאס מזל און זיינע גישעפטען האבין אנגעהויבען צו גיין אראפ ביז ער האט פארלוירען זיין גאנץ פארמעגין ל"ע אזוי ווי ער האט געזעהן זיין מצב איז ער אריינגעפאלען אין א מרה שחורה (זעהר צובראכען דערנידערט און דערשלאגען) ער האט מיט קיינעם נישט גערעדט אפילו איינצעלע ווערטער, עס איז אזוי ווייט גיגאנגען אז ער האט אויפגעהערט אפילו צו גיין דאווענען אינדערפרי און פארנאכט כדי זיך נישט צו טרעפין מיט קיין מענטשען.

האט זיך גימאכט ווען כ"ק מרן אדמו"ר הראשון מבאבוב זצ"ל האט געפירט סעודת ראש חודש מיט דעם עולם האט ער געזאגט פאר איינעם ער זאל גיין אהיים צו ר' זושא אין אים זאגין אז דער רב רופט אים ער זאל קומען זיך מיט וואשען צו סעודת ראש חודש, דער שליח איז געקומען צו ר' זושא און ער האט אים איבערגעגעבין די רייד פון רב, דער שליח איז אבער פארוואונדערט געווארען אז דער ר' זושא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיינע רייד בשם דעם רב, ער דרייט זיך אפילו נישט אויס צו אים, אויך ר' זושא'ס ווייב האט אים געזאגט דער רב רופט דיר, וואס הייסט די פאלגסט נישט? ער האט אבער אויך צו איר נישט צוגעהערט.

דער שליח איז צוריק געקומען צום רב און דערציילט דעם מצב פון ר' זושא אז ער הערט נישט וואס מ'רעדט צו אים האט דער רב געזאגט צו ר' אברהם גבאי ער זאל גיין און איבערגעבין אין זיין נאמען ער זאל קומען צו די סעודה און אויב ער וועט נישט וועלען קומען זאלסטו אים ברענגין אויף די פלייצעיס מיט געוואלד.

ר' אברהם איז תיכף אהינגעגאנגען צו ר' זושא און איבערגעגעבען די רייד פון רב, דער ר' זושא האט זיך נישט געמאכט צו טוהן פון אים אויך, האט אים ר' אברהם געזאגט הער! דער רב האט מיר געזאגט איך זאל דיך נעמין אויף מיינע פלייצע'ס טאמער ווילסטו גיין מיט גוטענ'ס און קומען איז גיט, און אויב נישט דעמאלט וועל איך דיך ברענגין מיט געוואלד, און תיכף האט ר' אברהם אנגעכאפט ר' זושא'ן דער ר' זושא האט געזעהן אז ער האט נישט קיין ברירה און ער מיינט ערנסט וואס ער רעדט, איז דאך שוין בעסער צו גיין אליין ווי איידער ר' אברהם זאל אים שלעפין אין די גאס, און ער האט זיך אנגעטוהן א געהעריג מלבוש און ער איז מיט געגאנגען מיט ר' אברהם גבאי צום טיש פון סעודת ראש חודש.
ווען זיי זענען אהינגעקומען צו די סעודה האט דער רב אנגעהויבען צו דערציילען א מעשה וואס האט פאסירט ביי חסידים פון רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע,: אמאהל ווען זיי זענען געפארין צום רבי ר' אלימלך זענען זיי אריין אין א קרעטשמע (דאס איז א פלאץ אין מיט'ן וועג ווי מען קען זיך אפרוהען און עסין אדער טרונקען און שלאפען) און זיי האבין געבעטין דעם בעל הבית פון די קרעטשמע צו זיי קענען דא איבערנעכטיגען, האט ער זיי געזאגט איך וואלט אייך גערין אריינגעלאזט אבער דא דארפען קומען היינט ביינאכט גוים און איך האב פשוט מורא אז זיי זאלען אייך גארנישט טוהן, זאגען זיי מיר זענען סיי ווי זעהר אויסגעמיטשעט און ס'איז אונז נישט מעגליך צו גיין ווייטער ממילא לאז אונז אריין.

די חסידים זענען אריין אין די קרעטשמע און האבען עפעס טועם געוועהן און געדאווינט און געליינט קריאת שמע און זיך געגאנגען לייגען שלאפען, ס'איז נישט געוועהן קיין סאך פלאץ אין די שטוב האבין זיי זיך געלייגט אין צוויי שורות, איין שורה נעבין די וואנט און די אנדערע שורה פון פארענט.

אינמיטען די נאכט זענען אנגעקומען א חברה גוים צו טרונקען ברוינפען און זיך אנשכור'ען און אין מיטען טרונקען ווען זיי זענען שוין געוועהן גוט שיכור האבין זיי דערזעהן די יודען ווי זיי שלאפען, האבין זיי זיך אויפגעהויבען פון זייער פלאץ און צו געגאנגען צו די יודען און זיי אנגעהויבען צו שלאגען און זיי
האבען געשלאגען נאר די יודען וואס זענען געלעגען אין די פאדערשטע שורה, פאר די יודען וואס זענען געלעגין ביי די וואנט האבען זיי גארנישט געטוהן, נאכדעם האבין די גוים נאכאמאהל געטרונקען און האבין זיך ווידער אויפגעשטעלט צו שלאגען די יודען, אויך דאס מאהל האבין זיי געשלאגען נאר די יודען פון דער פאדערשטע שורה, ווען זיי האבען געענדיגט שלאגען זענען זיי צוריק געגאנגען טרונקען און שיכור'ן.

די יודען פון די ערשטע שורה וואס האבין שוין געכאפט צוויי מאהל קלעפ האבין געזאגט פאר די יודען וואס זענען געלעגין ביי די וואנט איר זעהט דאך אז מען שלאגט אונז כסדר ווייל מיר ליגען פון פארענט, מיר זענען דאך ברידער, האטס רחמנות אויף אונז לאמיר זיך טוישען די פלעצער כדי מיר זאלען נישט כאפין מער קיין קלעפ. אזוי ווי זיי זענען גיווען חסידים האבין זיי דער צו מסכים געווען און די יודען וואס זענען געלעגין נעבין די וואנט האבין זיך געטוישט מיט די יודען פון די פאדערשטע שורה.

סאיז א דורך א צייט און די גוים האבין ווידער באפאלען די יודען, דאס מאהל האט זיך אנגערופען איינער פון די גוים אז דאס מאהל זאלין מיר נישט מער שלאגען די יודען פון די דרויסענדיג שורה ווייל זיי האבין דאך שוין באקומען זייער חלק, און פארוואס זאלין מיר לאזין צורו די יודען וואס ליגען ביי די וואנט.

געזאגט און געטוהן. די גוים האבין זיך גענומען שלאגין די יודען וואס זענען גיווען ביי די וואנט, וואס באמת האבין זיי שוין גיכאפט פריער צוויי מאהל שלעק, שפעהט ביינאכט זענען די גוים אוועק געגאנגען פון די קרעטשמע.

ווען זיי זענען אנגעקומען צום רבין ר' אלימלך האבין זיי דערציילט פאר זייער רבין די צרות וואס האט זיי געטראפין, האט זיי דער ר"ר אלימלך ז"ל געזאגט אז פון יעדע פאסירונג וואס קומט אויף א מענטש, דארף ער זיך צו לערנען א מוסר השכל, פון דעם וואס האט פאסירט מיט ענק אויפ'ן וועג לערנען מיר זיך ארויס דריי זאכען

1) אז מען שלאגט נישט א גאנצע נאכט.

2) אז מען טאר זיך נישט וועלין בעסער מאכען.

3) און אז מען וויל זיך בעסער מאכען קען מען זיך חלילה ערגער מאכען.

דער רב זצ"ל האט שטארק געדריקט אויף די רייד פון ר"ר אלימלך ז"ל אז א גאנצע נאכט שלאגט מען נישט. קיין איינער וואס איז געזיצען ביי סעודת ראש חודש האט נישט פארשטאנען וואס פאר א שייכות האט געהאט די מעשה, און וועמען מען מיינט, אבער ר' זושא האט געוויסט אז די רייד זענען געזאגט פאר אים און ס'איז אים אריין אין הארץ.
נאך ברכת המזון ווען ר' זושא איז אהיימגעגאנגען אויפען וועג א היים האט ער צובראכין און אוועקגעווארפען דאס פלעשל סם (פויזען) וואס ער האט אנגעגרייט, אז ער זאל זיך ל"ע פאר סמ'ען. אזוי ווייט האט עס געהאלטין ביי ר' זושא, אז ער האט מער נישט געוואלט לעבין, און דער רב זצ"ל האט דאס מרגיש געוועהן און אים מציל געוועהן די לעצטע מינוט מיט דברי חיזוק.

ר' זושא איז צוריק געווארין א מענטש און זיך צוריק גענומען צו זיינע געשעפטען און ער האט מצליח געוועהן , אויף די עלטער איז ער געפארין קיין ארץ ישראל איידער ער איז געפארען איז ער געקומען זיך געזעגענען פון כ"ק מרן אדמו"ר ז"ל הי"ד (מרן בעל קדושת ציון, זוהן פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש ז"ל, מרן מהר"ש ז"ל האט שוין דעמאלס נישט געלעבט) האט ר' זושא דערציילט אז דעם רבינ'ס פאטער (אדמו"ר מהר"ש ז"ל) האט צו געטראפין דעם ריכטיגען זמן מיך צו ראטעווען, ווייל איך (ר' זושא הנ"ל) האב שוין גיהאט ביי מיר אפגעמאכט אז יענע נאכט וועל איך מיך נעמען דאס לעבין מיט דעם סם, און מיט די מעשה וואס אייער טאטע ז"ל (אדמו"ר מהר"ש) האט דערציילט האט ער אריינגברענגט און מיר א פרישען חיות אמונה און בטחון אז עס וועט מיר נאך זיין גוט.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל !
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1736
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2951

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

העלאו בעלאו האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:47 pm לעניית דעתי מישט מען דא צאם צוויי זאכן.
עס איז דא בעצם א נושא אז היינטיגע צייטן די עולם האט נישט קיין סיפוק פונעם לעבן,און אויף דעם קען מען אריינקומען מיט עצות און אויפקלערנגען וואס איז די תכלית הבריאה פון ווי צו שעפן סיפוק וכו' וכו'. מען קענען עפענען א נייע טעמע איבער דעם

נאכדעם איז דא א פראבלעם אז מענטשען נעמען זיך דאס לעבן , די דאזיגע מענטשען זענען געווענליך זייער מעססד אפ און עס וועט נישט העלפן די דערמאנטע ערקלערענגן.

און דאס די שאלה וואס די אשכול אוועקגעשטעלט, און מען דארף וויסן וויאזוי צו האנדלן דאס.
וויאזוי קען מען באמערקן אויף נאנטע וואס האלטן אויף אזא מצב? קודם דארף מען עכט קערען
וואס איז די נעקסטע סטעפ? איינשפארן? מאניטערן? פראפעשענעל, ס‘ווייט פון פשוט, ווען מ‘טראכט אויך פון ויהי ממחרת
וואסערע מהלכים קענען טוישן א מענטש פון האבן אזאנא מחשבות ביזן אנהייבן לעבן? טערעפי? הילינג? וועלכע סארט? די מענטש דארף ווערן באקוועם מיט זיין יעצדיג‘ן מצב
וואס זענען די עיקר גורמים? דראגס? עביוז? טראומע? מעדיקעשן סייד עפעקטס? מהלך החיים? צד השווה, די אלע זאכען זענען א עסקעיפ, אין מאכן ערגער מיט די צייט
וויאזוי ווייסט א מענטש אליין ער דארף זיך גיין העלפען ? די סעקאנד וואס מ‘ווערט נאכגעלאזט מיט עניטינג.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 95

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

מנחם קארפינקל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 5:09 pm ווי מעסד אפ מ'זאל נאר נישט זיין ח"ו קען מען נאך אלעמאל העלפן און אויפווייזן דעם מענטש אז דאס איז נישט די וועג ארויס און אז ס'איז דא בס"ד א וועג אריין
מען קען טאקע אבער נישט איך און דיך נאר דורך שווערע טערעפי מעדיקעשן אדער הילינג.
מען דארף זען די סימנים פארדעם און טון די נוטיגע שריט וואס מען דארף טון פראקטיש גערעדט צו מאניטערן
זיין אן טאפ וכו' דאס דארף זיין די נושא..

אלע אנדערע עצות העלפט לכאורה נישט די מענטש וואס זענען נעבן דארטן ל"ע
בעסער געזאגט עס העלפט אבער ער זאל עס פארשטיין דארף ער דורכגיין 20 סעשענס מיט א טערעפיסט
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2501
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5904

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

לאמיר עס צוטיילן זייער פשוט. 1. פריווענשן, 2. היילונג. רוב עולם רעדט יעצט דא וועגן פריווענשן ביי מענטשן וואס האבן נישט קיין דעפרעשן, אבער מען קען אנקומען אהין דורך נישט טרעפן קיין סיפוק אין לעבן. און מען דאף געדענקען אז מען קען אויך אנקומען אהין פון קלענערע טריגערס, געוואנדן אין די גוף.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 838
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1381

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

צום אידטיש אימעיל איז אריינגעקומען אזא אימעיל. אויב איינער דא וויל זיך פארבינדן מיט אים, זאל ער שיקן א אישי צו מיר אדער סיי וועלכע מנהל אדער אחראי.
email.jpg
email.jpg (37.54 KiB) געזען געווארן 712 מאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1736
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2951

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מנחם קארפינקל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 5:09 pm ווי מעסד אפ מ'זאל נאר נישט זיין ח"ו קען מען נאך אלעמאל העלפן און אויפווייזן דעם מענטש אז דאס איז נישט די וועג ארויס און אז ס'איז דא בס"ד א וועג אריין

פאלגענד איז א מעשה מיט הרה"ק רבי שלמה מ'באבוב וואס ער האט געשלעפט מיט געוואלד א איד צו א סעודת ר"ח וואס האט שוין געהאט געפלאנט זיך צו נעמען דאס לעבן יענע נאכט רח"ל און דער רבי האט אים אריינגעשיינט א האפענונג און ארויסגעשלעפט פון זיין מצב

געראטעוועט אין די לעצטע מינוט

אין די שטאדט ווישניצא האט געוואוינט איינער פון די חשובע חסידים ער האט געהייסען ר' זושא טייטלבוים, ער האט געהאט קינדער און אייניקלעך עוסקים בתורה און געטוהן גמילת חסד, פלוצלינג האט זיך ביי אים איבערגעדרייט דאס מזל און זיינע גישעפטען האבין אנגעהויבען צו גיין אראפ ביז ער האט פארלוירען זיין גאנץ פארמעגין ל"ע אזוי ווי ער האט געזעהן זיין מצב איז ער אריינגעפאלען אין א מרה שחורה (זעהר צובראכען דערנידערט און דערשלאגען) ער האט מיט קיינעם נישט גערעדט אפילו איינצעלע ווערטער, עס איז אזוי ווייט גיגאנגען אז ער האט אויפגעהערט אפילו צו גיין דאווענען אינדערפרי און פארנאכט כדי זיך נישט צו טרעפין מיט קיין מענטשען.

האט זיך גימאכט ווען כ"ק מרן אדמו"ר הראשון מבאבוב זצ"ל האט געפירט סעודת ראש חודש מיט דעם עולם האט ער געזאגט פאר איינעם ער זאל גיין אהיים צו ר' זושא אין אים זאגין אז דער רב רופט אים ער זאל קומען זיך מיט וואשען צו סעודת ראש חודש, דער שליח איז געקומען צו ר' זושא און ער האט אים איבערגעגעבין די רייד פון רב, דער שליח איז אבער פארוואונדערט געווארען אז דער ר' זושא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיינע רייד בשם דעם רב, ער דרייט זיך אפילו נישט אויס צו אים, אויך ר' זושא'ס ווייב האט אים געזאגט דער רב רופט דיר, וואס הייסט די פאלגסט נישט? ער האט אבער אויך צו איר נישט צוגעהערט.

דער שליח איז צוריק געקומען צום רב און דערציילט דעם מצב פון ר' זושא אז ער הערט נישט וואס מ'רעדט צו אים האט דער רב געזאגט צו ר' אברהם גבאי ער זאל גיין און איבערגעבין אין זיין נאמען ער זאל קומען צו די סעודה און אויב ער וועט נישט וועלען קומען זאלסטו אים ברענגין אויף די פלייצעיס מיט געוואלד.

ר' אברהם איז תיכף אהינגעגאנגען צו ר' זושא און איבערגעגעבען די רייד פון רב, דער ר' זושא האט זיך נישט געמאכט צו טוהן פון אים אויך, האט אים ר' אברהם געזאגט הער! דער רב האט מיר געזאגט איך זאל דיך נעמין אויף מיינע פלייצע'ס טאמער ווילסטו גיין מיט גוטענ'ס און קומען איז גיט, און אויב נישט דעמאלט וועל איך דיך ברענגין מיט געוואלד, און תיכף האט ר' אברהם אנגעכאפט ר' זושא'ן דער ר' זושא האט געזעהן אז ער האט נישט קיין ברירה און ער מיינט ערנסט וואס ער רעדט, איז דאך שוין בעסער צו גיין אליין ווי איידער ר' אברהם זאל אים שלעפין אין די גאס, און ער האט זיך אנגעטוהן א געהעריג מלבוש און ער איז מיט געגאנגען מיט ר' אברהם גבאי צום טיש פון סעודת ראש חודש.
ווען זיי זענען אהינגעקומען צו די סעודה האט דער רב אנגעהויבען צו דערציילען א מעשה וואס האט פאסירט ביי חסידים פון רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע,: אמאהל ווען זיי זענען געפארין צום רבי ר' אלימלך זענען זיי אריין אין א קרעטשמע (דאס איז א פלאץ אין מיט'ן וועג ווי מען קען זיך אפרוהען און עסין אדער טרונקען און שלאפען) און זיי האבין געבעטין דעם בעל הבית פון די קרעטשמע צו זיי קענען דא איבערנעכטיגען, האט ער זיי געזאגט איך וואלט אייך גערין אריינגעלאזט אבער דא דארפען קומען היינט ביינאכט גוים און איך האב פשוט מורא אז זיי זאלען אייך גארנישט טוהן, זאגען זיי מיר זענען סיי ווי זעהר אויסגעמיטשעט און ס'איז אונז נישט מעגליך צו גיין ווייטער ממילא לאז אונז אריין.

די חסידים זענען אריין אין די קרעטשמע און האבען עפעס טועם געוועהן און געדאווינט און געליינט קריאת שמע און זיך געגאנגען לייגען שלאפען, ס'איז נישט געוועהן קיין סאך פלאץ אין די שטוב האבין זיי זיך געלייגט אין צוויי שורות, איין שורה נעבין די וואנט און די אנדערע שורה פון פארענט.

אינמיטען די נאכט זענען אנגעקומען א חברה גוים צו טרונקען ברוינפען און זיך אנשכור'ען און אין מיטען טרונקען ווען זיי זענען שוין געוועהן גוט שיכור האבין זיי דערזעהן די יודען ווי זיי שלאפען, האבין זיי זיך אויפגעהויבען פון זייער פלאץ און צו געגאנגען צו די יודען און זיי אנגעהויבען צו שלאגען און זיי
האבען געשלאגען נאר די יודען וואס זענען געלעגען אין די פאדערשטע שורה, פאר די יודען וואס זענען געלעגין ביי די וואנט האבען זיי גארנישט געטוהן, נאכדעם האבין די גוים נאכאמאהל געטרונקען און האבין זיך ווידער אויפגעשטעלט צו שלאגען די יודען, אויך דאס מאהל האבין זיי געשלאגען נאר די יודען פון דער פאדערשטע שורה, ווען זיי האבען געענדיגט שלאגען זענען זיי צוריק געגאנגען טרונקען און שיכור'ן.

די יודען פון די ערשטע שורה וואס האבין שוין געכאפט צוויי מאהל קלעפ האבין געזאגט פאר די יודען וואס זענען געלעגין ביי די וואנט איר זעהט דאך אז מען שלאגט אונז כסדר ווייל מיר ליגען פון פארענט, מיר זענען דאך ברידער, האטס רחמנות אויף אונז לאמיר זיך טוישען די פלעצער כדי מיר זאלען נישט כאפין מער קיין קלעפ. אזוי ווי זיי זענען גיווען חסידים האבין זיי דער צו מסכים געווען און די יודען וואס זענען געלעגין נעבין די וואנט האבין זיך געטוישט מיט די יודען פון די פאדערשטע שורה.

סאיז א דורך א צייט און די גוים האבין ווידער באפאלען די יודען, דאס מאהל האט זיך אנגערופען איינער פון די גוים אז דאס מאהל זאלין מיר נישט מער שלאגען די יודען פון די דרויסענדיג שורה ווייל זיי האבין דאך שוין באקומען זייער חלק, און פארוואס זאלין מיר לאזין צורו די יודען וואס ליגען ביי די וואנט.

געזאגט און געטוהן. די גוים האבין זיך גענומען שלאגין די יודען וואס זענען גיווען ביי די וואנט, וואס באמת האבין זיי שוין גיכאפט פריער צוויי מאהל שלעק, שפעהט ביינאכט זענען די גוים אוועק געגאנגען פון די קרעטשמע.

ווען זיי זענען אנגעקומען צום רבין ר' אלימלך האבין זיי דערציילט פאר זייער רבין די צרות וואס האט זיי געטראפין, האט זיי דער ר"ר אלימלך ז"ל געזאגט אז פון יעדע פאסירונג וואס קומט אויף א מענטש, דארף ער זיך צו לערנען א מוסר השכל, פון דעם וואס האט פאסירט מיט ענק אויפ'ן וועג לערנען מיר זיך ארויס דריי זאכען

1) אז מען שלאגט נישט א גאנצע נאכט.

2) אז מען טאר זיך נישט וועלין בעסער מאכען. (ס‘דא א באקאנטע הוספה מיט א מקור מוסמך, אז די נקודה איז, אז ס‘איז געזאגט געווארן ווען ס‘איז אויף א אנדערע אידס חשבון)

3) און אז מען וויל זיך בעסער מאכען קען מען זיך חלילה ערגער מאכען.

דער רב זצ"ל האט שטארק געדריקט אויף די רייד פון ר"ר אלימלך ז"ל אז א גאנצע נאכט שלאגט מען נישט. קיין איינער וואס איז געזיצען ביי סעודת ראש חודש האט נישט פארשטאנען וואס פאר א שייכות האט געהאט די מעשה, און וועמען מען מיינט, אבער ר' זושא האט געוויסט אז די רייד זענען געזאגט פאר אים און ס'איז אים אריין אין הארץ.
נאך ברכת המזון ווען ר' זושא איז אהיימגעגאנגען אויפען וועג א היים האט ער צובראכין און אוועקגעווארפען דאס פלעשל סם (פויזען) וואס ער האט אנגעגרייט, אז ער זאל זיך ל"ע פאר סמ'ען. אזוי ווייט האט עס געהאלטין ביי ר' זושא, אז ער האט מער נישט געוואלט לעבין, און דער רב זצ"ל האט דאס מרגיש געוועהן און אים מציל געוועהן די לעצטע מינוט מיט דברי חיזוק.

ר' זושא איז צוריק געווארין א מענטש און זיך צוריק גענומען צו זיינע געשעפטען און ער האט מצליח געוועהן , אויף די עלטער איז ער געפארין קיין ארץ ישראל איידער ער איז געפארען איז ער געקומען זיך געזעגענען פון כ"ק מרן אדמו"ר ז"ל הי"ד (מרן בעל קדושת ציון, זוהן פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש ז"ל, מרן מהר"ש ז"ל האט שוין דעמאלס נישט געלעבט) האט ר' זושא דערציילט אז דעם רבינ'ס פאטער (אדמו"ר מהר"ש ז"ל) האט צו געטראפין דעם ריכטיגען זמן מיך צו ראטעווען, ווייל איך (ר' זושא הנ"ל) האב שוין גיהאט ביי מיר אפגעמאכט אז יענע נאכט וועל איך מיך נעמען דאס לעבין מיט דעם סם, און מיט די מעשה וואס אייער טאטע ז"ל (אדמו"ר מהר"ש) האט דערציילט האט ער אריינגברענגט און מיר א פרישען חיות אמונה און בטחון אז עס וועט מיר נאך זיין גוט.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל !
קוק די באלד
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4800
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14308

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ר' מרדכי הערש שפיטצער מעלדט אז ער גרייט זיך צו גיבן אן ארומנעמענדע שמועס איבער די נושא פון מא"ל.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1736
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2951

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יקותיאל ווייס

זאגט זייער גיט
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7048

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

זאל איך גיין דיליטן א שעה צוויי ארבעט? שיק כאטש אין ספוילער...
► Show Spoiler

שרייב פאוסט