די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 257

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך מאיר שלום »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 12:16 am זאל איך גיין דיליטן א שעה צוויי ארבעט? שיק כאטש אין ספוילער...
► Show Spoiler
דו זאגסט מורא’דיג גוט.

די פראבלעם איז נאר אז מ’הייבט אן צו ארבעטן דערויף ווען מ’איז שוין טיף אין פעקל. וואס דאן נעמען שוין די געפילן איבער די מענטש, און דאן קען מען שוין נישט צופיל אויפטון מיט מחשבה.

אעבר בעצם איז דעיס אזאך וואס מ’דארף ארבעטן דערויף פון קינדווייז אן, און עס אראנבאכענען אין קאפ.

די מענטשן וואס לעבן מיט די מחשבה א גאנצן טאג האבן א זיס לעכטיג לעבן.
שטורעם
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:32 pm
x 28

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך שטורעם »

מאיר שלום האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 1:21 am

איך האב אמאל געהערט א שמועס מיט בעסעל ווען דער קאלק, ער ברענגט ארויס אז פין זיין ארבייט מיט פרימע אידן האט ער געזעהן אז די פראבלעם איז אז מען מיינט אז וועהן איך וועל טראכן אנדערש וועל איך פיהלן אנדערש וועהן במציאות די קענסט טראכטן וואס די ווילסט א מענטש איז א מענטש און א מח און הארץ ארבייט ווי א מח מיט הארץ, זאגן אז איך זאל טראכן אנדערש גייט טוישן די מצב איז א געלגעכטער, צום ביישפיל א טאטע האט קינדער פיהלט ער א חלק פון זיין הארץ זענען זיינע קינדער און זיך איירעדען אז מען גייט פיהלן גוט ווייל איך גיי טראכטן אזוי און אזוי איז א גרויסע שטער זיך צי היילן.

סאיז פשוט אזוי, א טאטע וואס האט פארלוירן די רעכטען צי זעהן זיינע קינדער האט גילט וואס דא קען העלפן אנערקענען אז איך טוה וואס איך קען, די איבריגע לאז איך פארן באשעפער, אבער וועהן עס קומט צי שעם, שעם איז אז איך בין א לא יצלח א לאוזער, וואס גייט די מחשבה העלפן? פונקט פארקערט ער פיהלט אז ער איז אזא לאוזער אז אפילו דער באשעפער געטראויט אים נישט מיט זיינע קינדער, עס זענען דא נאך אסאך אנדערע געפיהלן אינוואלווד וואס יעדע פארזיך דארף מען באהאנדלען און בדרך כלל טוישן פראספעקטיוו העלפט זייער זייער וויינוג.

איך האב געהערט פון א קינדערלאזע איד אז די אלע זאכן וואס מען איז מסביר צי פארשטיין זיין צרה צום ביישפיל, ווי ער האט נישט וועם צי בענטשען ערב יום כיפור וכדומה זענען משלים וואס איז גוט פאר איינער וואס מען וויל אנווארימען צי געבען געלט אבער ווען א קינדערלאזע איד טרעפט א קינדערלאזע איד איז די קרעכץ פון הארץ וואס נאר א מיטגעמאכטער פארשטייט איז וואס איז ווי באלזאם אויף א אפענע וואונד, ער האט מיר געזאגט אז עס איז לאוו דווקה ביי אים ער פיהלט זייער גיט ערב יום כיפור אבער ווען עס כאפט אים די ווייטאג פון נישט האבן א קינד עס איז די עכטע ווייטאג און סאיז נישטא קיין ווערטער מסביר צי זיין.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 257

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך מאיר שלום »

שטורעם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 1:44 am

איך בין הויעך מחולק מיט אים.

א איד וואס לעבט מיט די ריכטיגע אמונה און בטחון און מה חובתי בעולמי האט סאך א גרינגערע לעבן, און טראגט זיך ארום מיט סאך ווייניגער שווערע געפילן ווי אנדערע מענטשן.

און ווי געזאגט די פראבלעם איז אז מ’הייבט אן צו ארבעטן דערויף ווען מ’איז שוין טיף אינדערערד וואס דאן איז שוין די געפילן בעל הבית, און מחשבה וועט שוין נישט העלפן דערויף.

צו אלע שווערע געפילן ווערן פארהיילט אזוי, זיכער אז נישט. אבער גאר גאר אסאך יא.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6795

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

► Show Spoiler

דער ציל וואס ווערט כסדר אויסגעשמועסט אויף אזויפיל אופנים און מהלכים איז, נישט אז איך גיי דערמיט לינדערן דיינע יסורים, און היילן דיין נפש אז עס זאל דיר נישט שטערן אדער באדערן.

נאר יא אז לאגיק און הלכה למעשה, זאל גובר זיין אויף די געפיל, סובקאנטשעס אין סייוואספארא מצב איך בין, בין איך אבער נישט פארלוירן, און איך טו נישט קיין אומריכטיגע פעולות צוליב צער.
► Show Spoiler
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6795

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אין באצוג צו דעם שמועס פון זיך שפירן לוזער און אז דאס איז אויך א חלק פון דעם אייבערשטנס פלאן

דער פראבלעם איז נאר אז איך ווייס נישט פארוואס ער האט געדארפט אזא לוזער ווי מיר אויף זיין וועלט.

נישט אז דאס איז א הסבר אויף דעם אבער מענין לענין באותו ענין.

כ'האב געזעהן אמאל צולייגט גוט בערך אזוי
► Show Spoiler
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 91

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך עהעם »

איינע פון די צומישטקייטן וואס איז דא לגבי טערעפי, און וואס ברענגט די וואקלדיגקייט ביי רבנים ווען עס קומט צו שיקן צו טערעפי איז, אז ווען איינער האט ח"ו א הארץ פראבלעם, און מען דארף צוקומען צו א גוי'אישער פראפעסאר, וועט מען זיך נישט אפהאלטן צו שיקן צו אים, אבער ווען עס קומט צו היילן דעם נפש, איז שיקן צו א גוי, אדער א איד וואס האט זיך געלערנט גוי'שע מעטאדן, א פראבלעם.
עס איז א שווערע ארבעט פאר די רבנים אפצושאצן די מצב פונעם מענטש, אויב אין דעם פאל איז די סכנה גענוג גרויס אז לבחור הטוב ממעוטו, ער מוז גיין צו דעם טערעפיסט, אפילו ער איז נישט אזוי איי איי איי, אדער מ'קען נאך ציען מיט א טערעפיסט וואס איז נישט אזא ספעציאליסט, א.א.וו.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2383
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5593

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@להגדיל הטראסק Wow wow!
ארויס פון ספוילער ביטע. ריזיג שטארק געזאגט.
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 91

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך עהעם »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:33 pm פינג @נקודות טובות
פארט ארום א בריוו פון יעקב שטויבער וועגן דעם
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 164

Re: נייעס פון וויליאמסבורג

פאוסט דורך אהרן »

עהעם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 12:29 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:33 pm פינג @נקודות טובות
פארט ארום א בריוו פון יעקב שטויבער וועגן דעם
קענסט עס אהער פירן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5979
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13034

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עס הייסט אז ס'איז דא א פרישע געשעעניש מיט א 17 יעריגער בחור. בשם יראים טשאפל.

רח"ל, ה"י, טאטער זיסער האב שוין רחמנות.

יעצט איז אזוי. יארמער רב פלעגט זאגן אז ער גייט נישט היינט זאגן קיין ווערטלעך, ווייל ס'איז אן ערנסטער עולם, ער גייט נאר אגב דערציילן וואס ער האט געזאגט נעכטן ווען ער האט געהאט א שבע ברכות פון לצים.

לענינינו, איך גיי נישט זאגן גארנישט, ווייל ווער קען דען זאגן, גיי ווייס.

איך גיי נאר גערעכט געבן פאר עמיצן וואס האט מיר פריער געזאגט אז עס ליגט בלוט אויף די הענט פון געוויסע אזויגערופענע אויפוואכער, וועלכע מאכן אן אויפוואכונג אז "דער עולם באגייט סוסייד", און דערצו נאך מיט אזא שטילע בארעכטיגונג געפיל אז "די רבנים זענען שולדיג", וואס העלפט נאך קאווערן די געפילן אז נישט בלויז גייט מען טון וואס יעדער טוט, נאר מ'גייט זאגאר צופיקסן די סיסטעם דערמיט, און מ'גייט בכלל נישט זיין שולדיג אויך נ ישט, יעדער גייט באזינגען מיט שבחים אז יעדער אנדערש איז געווען שולדיג.

צו דאס איז דער גורם היינט? זיכער אז נישט. אבער צו דאס איז א שעדליכע הילף אנצוקומען דערצו אויף למעשה? זייער זייער מסתבר.

זאל דער בוכ"ע רחמנות האבן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5979
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13034

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויב טוט "ידיד נפש" אלעס וואס זיי שרייבן דא אז זיי טוען, בשלימות, איז דאס א דורכברוך אשר כמוהו לא הי'!!!

https://yedidnefeshsupport.org/process.html

ידיד.jpg
ידיד.jpg (96.97 KiB) געזען געווארן 1686 מאל
שטורעם
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:32 pm
x 28

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך שטורעם »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 21, 2025 2:18 pm עס הייסט אז ס'איז דא א פרישע געשעעניש מיט א 17 יעריגער בחור. בשם יראים טשאפל.

רח"ל, ה"י, טאטער זיסער האב שוין רחמנות.

יעצט איז אזוי. יארמער רב פלעגט זאגן אז ער גייט נישט היינט זאגן קיין ווערטלעך, ווייל ס'איז אן ערנסטער עולם, ער גייט נאר אגב דערציילן וואס ער האט געזאגט נעכטן ווען ער האט געהאט א שבע ברכות פון לצים.

לענינינו, איך גיי נישט זאגן גארנישט, ווייל ווער קען דען זאגן, גיי ווייס.

איך גיי נאר גערעכט געבן פאר עמיצן וואס האט מיר פריער געזאגט אז עס ליגט בלוט אויף די הענט פון געוויסע אזויגערופענע אויפוואכער, וועלכע מאכן אן אויפוואכונג אז "דער עולם באגייט סוסייד", און דערצו נאך מיט אזא שטילע בארעכטיגונג געפיל אז "די רבנים זענען שולדיג", וואס העלפט נאך קאווערן די געפילן אז נישט בלויז גייט מען טון וואס יעדער טוט, נאר מ'גייט זאגאר צופיקסן די סיסטעם דערמיט, און מ'גייט בכלל נישט זיין שולדיג אויך נ ישט, יעדער גייט באזינגען מיט שבחים אז יעדער אנדערש איז געווען שולדיג.

צו דאס איז דער גורם היינט? זיכער אז נישט. אבער צו דאס איז א שעדליכע הילף אנצוקומען דערצו אויף למעשה? זייער זייער מסתבר.

זאל דער בוכ"ע רחמנות האבן.
פארשטייט זיך אז געוויסע האלטן אז שטיפן די געדאנק אז אלעס דארף בלייבן ווי אזוי סאיז נאר מען זאל נישט מאכן א גרודער זענען די וואס האבן בלוט אויף זייער הענט.

וואס נאך דארף געשעהן אז די זאלסט מודה זיין אז מען דארף עפעס מער ווי איך פארשטיי, און מען דארף איינער מיט עקספיריענס אין די נושא זאל דיר זאגן וואס מאכט שאדן.
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 20

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך זכריה »

בלייב נישט שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 5:03 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:58 pm
קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 4:52 pm

די אלע עצות איז כדי נישט צו ווערן מעססד אפפ, איינמאל מען האלט שוין דארט איז שוין זייער זייער שווער.
דאס וואס איך זאג עס נישט ממש אזוי.
געווענליך איינער וואס נעמט זיך די לעבן איז דורכגעגאנגען עפעס ריזיג, וואס די אובענדערמאנע וועגן און עצות ווי אזוי צו לעבן וואלט נישט צופיל געהאלפן.
איינער וואס האט נישט קיין סיפוק נעמט זיך נאכנישט די לעבן.

גיי קוק אריין אין קעיסיס..
זאגסט זייער ריכטיג, אז די מענטשן זענען געווענדליך דורכגעגאנגן עפעס ריזיג, אבער די אלע ריזיגע זאכן ווערן ריזיג מיט די צייט, עס געשעהט נישט אויף איינמאל

אויב א מענטש האט קלארקייט אין לעבן, מאכט עס אז זאכן זאלן נישט ווערן ריזיג,

ודו"ק ותשכח
ווי אזוי פונקטלעך קען איך זיין ודו׳׳ק? דו האסט עס פרןבירט??????
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 20

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך זכריה »

איך האבנישט דורכגעקוקט די גאנצע 12בלעטער אבער גאנץ אביסל יא כוויל זאגן מיין מחשבה׳לע
די ערשטע סעלושען צו דער פראבלעים איז!
אז מענטשן זאלן זיך נישט איינרעדן אז זיי פארשטייען און אז זיי גייען קענען דורך זייער קליינע מוח׳ל ווי אזוי זיי פארשטייען אדער רעדן זיך איין זיי פארשטייען ווי אזוי צו דיעלן מיט זייערע בעד מאהד׳ס אזוי זאל מען דיעלן מיט דעיע קעיסיס
נאר איינער מיט א גוטע טיפער פארשטאנד און עקספיריענס אין די נושא זאל ביטע זאגן ווי אזוי צו הענדלען....
אונז זעמער דא צוצוהעלפן די וואס פארשטייען און ווייסן, הערן זייערע דעה, אננעמען אוןפרובירןאויפצוטוהן וואס אונז קענען.
ניין, נישט איך און נישט דו וועלן אפמאכן אויב סאיז וויכטיג צו רעדן דערפון אדער בעסער בלייבן שטיל, אבער ווען מוועט עס הערן פון איינער וואס ווייסט וועלמער צוהעלפן צו גיין די ריכטיגע וועג

ווי עס ווייסט אויס זענען זאכן אבער קלאר
מדארף לעבן געזונטער בנפש!
מדארף זיין אווער צומענטל העלט און טערעפי
ועל כולם נישט מיינען אז די אייגענע שכל פארשטייט אלעסאון אלעמאל פרובירן צו ארבעטןאליינס, נאר
גיי אויף הילף
נישט נאר ווער סאיז קראנק נאר יעדער איינער זאל מקבל זיין פון קלוגערע
דאס זאל זיין נארמאל שבנארמאל אז מדיעלט נישט אליינס!!!!!!

סיי דו ביסט א טאטע פאר קינדער א מחנך וכדומה, זיי מקבל און הער
זיי מברר ווי אזוי צו בויעןא קשר מיט א קינד און זיין אפן
זיי מברר ווי אזוי צו האבן א קשר מיט מענטשן
ווי אזוי צו זייןאווער וואס טוהט זיך ביי מענטשן
זיי צו פארשטיין
נישט צו דזשאדזשן!!!!!!!!!!
נישט אוועקמאכן הילף
זיין גוט אוןגעפיהליג צומענטשן

כווייסנישט וואס נאך

אדרבה קומטס אריין כוויל הערן

ליבי ליבי.. מיעי מיעי...
בשורות טובות
חאצקיל
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 85

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך חאצקיל »

א פרישע מעשה / רומער - הער איך - האט פאסירט היינט שבת קודש.

כ׳האף אז די רומער איז שקר. פחדים וואס דא קומט פאר.

מעגליך אז דאס רעדן דערפון ברענגט קאפי-קעטס.

שומו.שמים!
נצחו
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:19 pm
x 38

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך נצחו »

חאצקיל האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 9:57 pm א פרישע מעשה / רומער - הער איך - האט פאסירט היינט שבת קודש.

כ׳האף אז די רומער איז שקר. פחדים וואס דא קומט פאר.

מעגליך אז דאס רעדן דערפון ברענגט קאפי-קעטס.

שומו.שמים!
קאן איינער מאכן א בערכדיגע ס״ה
פון די לעצטע צוויי וואכן
אוועיטער
את פתח לו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
Location: סיקרעט
x 256

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך את פתח לו »

להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 6795

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

פאר אינטערעסאנטקייט.
וואס ווילן די רודערער, און די וואס פארשטייען די רודערער טון? (ביידעוועי: מען ספעלט עס מיט א י' אדער מיט א ו' ?)

אויב צילן זיי פריווענשאן.

אויב איז דאס בעסערע השקפת החיים אז איך, דיר, און יעדער, זאלן האבן געזונטערע השקפות אז אונז אלע זאלן נישט צוקומען צוביסלעך ביז אזעלכע מחשבות וואס קענען צוברענגען צו אזוינע מעשים? דאן וואס זענען די טענות וואס מאנכע ברענגען ארויס קעגן אויסשמועסן השקפת החיים יעדער אויף זיין אופן? כל זמן עס איז נישט בניגוד אונזער מסורה און בניגוד די הייליגע תורה.

האסט אן אנדערע השקפה? נאך א קוק ווינקל ווי אזוי נאנטער צו ברענגען דער סיבה פון לעבן? נאך א נקודה אדער דוגמא ווי אזוי צו באטראכטן דאס לעבן אז עס זאל זיך ווילן לעבן אויך אין די ערגסט-אויסזעהנדע מצבים? דאן שרייב עס ארויס! פארוואס האסטו טענות ווען אנדערע שרייבן זייער בליק און קוק ווינקל?

אויב צילן זיי ווען עס איז שוין אין א מצב סכנה.

זיי ווילן יעצט געבן גיידענס פאר כל הקהל הקודש אז מען זאל וויסן אויפצוכאפן סימנים וואס קענען אנדייטן אז מען האלט ערב און מען זאל זיך פארבינדן מיט הילף אמשנעלסטן? מען זאל אריינלייגן דעם ציבור אין פאניק און עס זאל זיך אנהייבן מסירה און יעדער וואס פארדעכטיגט נאר אז איינער פון מיינע ארומיגע צייגט די אנגעבליכע סימפטאמען זאל מען שנעל רופן ידיד?

צו אפשר איז דער ציל אז מען גייט געבן גיידענס פאר מחנכים און רבנים אז זיי זאלן וויסן צו האלטן אן אויג און ווי אזוי די וואס זענען אין פאזיציעס פון נעמען אחריות אויף מענטשן זאלן וויסן ווי אזוי פארזיכטיג צו אידענטיפיצירן און געבן ערשטע הילף לעסאנס אין אזוינע פעלער? דאן פארוואס מאכט מען מצב בפני כל הקהל הקודש? פארוואס ארגאניזירט מען נישט פריוואטע סעסיעס פאר די אלע וועם עס איז נוגע?

עס פעלט אביסל קלארקייט וואס מען צילט.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2383
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5593

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך האב געהערט פון איינעם אין די מוסדות פון וומסב"ג (מהר"א) אז די סיטי האט געשיקט א מעסעדזש אז די וואוטשערס זענען אריבער די מאס און זיי גייען אנהייבן שניידן. צוערשט גייען זיי נישט אננעמען קיין פרישע.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 489
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 397

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג מערץ 23, 2025 2:49 pm איך האב געהערט פון איינעם אין די מוסדות פון וומסב"ג (מהר"א) אז די סיטי האט געשיקט א מעסעדזש אז די וואוטשערס זענען אריבער די מאס און זיי גייען אנהייבן שניידן. צוערשט גייען זיי נישט אננעמען קיין פרישע.
דאס גייט ברענגען זעלבסטמארד?
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 89

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

ווען עס קומט א פראבלעם דארף מען קוקען בשל מי הרעה הזאת?

און דעס איז אויך קאמען סענס,

מען ברויך קוקען, נומבער איינס, וויפיל אמת און וויפיל דראמא ליגט אין די יעצטיגע רודעראציע,

ווי די טבע פון סאשעל מידיא איז אויסגעשטעלט ליגט אסאך כאאס און א מעסעזש וואס גייט וויירעל (מלשון וויירוס וואס מאכט קראנק, פשוטו כמשמעו)

קיינער וויל נישט אז מען זאל אריינפאלען און א מאסען היסטעריע רח"ל וואס די נאכפאלגען קען זיין ביטער ח"ו ,

(עס איז דא א באקאנטע קרענק וואס הייסט על שם א שטעטעל אין קאנעטיקעט ווי מהאט אריינגעפירט און חלשות , פאר א געז ליעק, אנשים נשים וטף ממש דערשטיקט, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז בכלל נישט געווען קיין געז ליעק, היסטעריע האט א עכטע כח, עס פאנגט זיך נישט אן ביי שטארקע נערווען נאר ביי נשים וקטנים און שוואכערע אבער אנדערע האבען אויך זייער ברעקינג פוינט ווען מען פאלט פאר היסטעריע,

איך וואלט געמאכט א עקספירעמענט ווי מען מאכט א פאלאסיבו פון פעיק נוז אין קרית יואל וואס מען זאל קלאר נישט וויסען די אמת פאר א גאנצע וואך,
הצלה זאל מיטשפילען, אמבולאנסען זאלען פארען נאן סטאפ מיט ליאמערדיגע פייפערייען אהין און צירוק, אין זיך אפשטעלען ביי הייזער כלומרשט א מגיפה פון עפעס רח"ל הלי"ת,

און אלע האטליינס סאשעל מיטלען וועלען באבלען מיט פרישע געשפרעכען אין פאניק, לאמיר זען וויאזוי דאס גייט זיך ענדיגען,

אויף דעם בעט מען דאך יעדען צופרי אל תביאני לידי נסיון, יעדעםס שוואכקייט וועט ארויסקומען,
איינער פריער און איינער שפעטער, עס גייט נישט אויף איינמאל, נאר ווי א דאמינא אפעקט, א שניי באלי וואס קייקעלט זיך און ווערט גרעסער ווי א מינוט ביז אסאך מענטשען ווערען אריינגעשלעפט, זייטיגע זאכען וועלען ווערען אמת, וויל למשל הארץ ליידענדע עלטערע מענטשען וועלען ווערען קראנק פון די נייעס, מענטשען וועלען נישט גיין ארבעטען וכו')

-----

בעצם לאמיתו של דבר איז נישט סאשעל מידיא אויסגעשטעלט צו פסקנען הלכה למעשה נישט הלכה נישט דאקטעריי נישט צו לערנען גמרא מדרשים,
און אודאי נישט האקעלע מענטעל זאכען,
מקען זיך זייער גרינג איינרעדען און בלאנזשענען אנפאנג אז מקומט ערגעץ אן אבער ווען מען כאפט זיך די חורבן איז אסאך מאל היבש שפעט ח"ו

אויך קען מען גארנישט אפקויפען אויף א פלאץ ווי אפאר אניאנאמע ניקס שרייבען נאן סטאפ ארום די זייגער, יענער ניק קען זיין אבי ווער, יענער קען זיין און זייער א קראנקע מצב יעצט , א קראנקהאפטיגע מח,

(בעיקר רעדט איך פון די ברייטע גאס אבער אז סאיז נישט דא קיין ריכטיגע הבדלה דאן כאפט זיך עס אריבער און די אויגען בליק פון א קנעפעל קוועטש )

אבער די טבע איז אז א געדרוקטע ווארט האט א כח און עס ברענגט אסאך קאנפיוזשען קאפוויי און צימאל ערגער,

א נארמאלע געזונטע מח איז נישט אויסגעשטעלט צו פראסעסען אזא זאך,

ווער עס רעדט זיך איין אז לעבען אין א באבעל פון אינסטעגראם טיק טאק טרוט'ס טעלעגראם, האט נישט א טרעמענדעס השפעה אויף א מענטשס מהלך המחשבה און אפי אויף די מוד, דער לייקענט די מציאות,

ווי אויך איז נישט מעגליך עכט אויפצוטון אויף סאשעל מידיא עס איז פונקט גוט פאר א טרענד, אבער סאיז נישט א זאך וואס ווערט באגלייט ווי מקען האלטען איינעם פארווארענטליך יארען שפעטער,
אדער ווי עס איז דא א אפיס וואס האלט עכט סטאטיסטיקס,

א בחור'ל וואס האט געשריבען היציג א מיינונג איבער עפעס יארען צירוק, קען שוין היינט זיין אינגאנצען געסעטעלט ער קוקט אן זאכען סך מער אין פרעספעקטיוו מיט סך מער ראציאנאל עקספיריענס, ער איז קאמפליט און א אנדערע מצב מעגליך ער האט שוין אויפגעגעבן זיין טוויטער פעיסבוק טעלעגראם ער ברעכט שוין פון די זאכען, אבער וואס ער האט געשריבען יארען צירוק האט ער שוין געשריבען,
און איינער וואס איז געווען אין א גאר א שוואכע מינוט איז געווארען אין א ביטערע מצב,
און זיך קוים ארויסגעדרייט מיט ריכטיגע הילף, אדער נישט

(וואס אגב די טערעפיסטען סקיילאזשי קומען ערשט יעצט אן צו די חורבן וואס סאשעל מידיא מאכט אויף א מח ובפרט א אינגע מח וואס איז נאך נישט אינגאנצען דעוועלעפט ,
כהאף כוועל צירוק קומען צו די שמועס ווען די צייט וועט ערלויבען)

אלזא ביז ווי לאנג מען שמועסט סתם דברים של מה בכך קען עס נאך מיטגיין אבער מען דארף וויסען אז יעדע ווארט וואס מען שרייבט דא קענען ליינען און קאמענטען טויזענטע מענטשען
כמיין אז אין א קאווע שטיבעל וואלט מען נישט געפירט ווייטער אזא שמועס אויב זעט מען לייוו ווער עס קומט אן,

איך פארשטיי אז אנדערש ווי וואטסעפ קען מען דא אביסעל רעגולירען,
אבער ביז מען מעקט אויס? ביז מען מעקט אויס, ביז א אחרי כאפט זאך ווער און וואס שטייט אונטער א ניק מיט אגענדעס,
דער אחריא קען נישט די מאנהעטען ער ווייסט נישט,
און ביז ווילאנג איינער ברעכט זיך אויס זיין גרף של ריע צו ער האט אגענדעס , איז דעמעזש דאן, אסאך האבען שוין געליינט

ממילא זאל יעדער איינער נעמען אלעס דא מיט א גרעין אף סאלט, ווילסט עכט העלפ גיי צו טראסטבארע מענטשען וואס דו קענסט און ריעל לייף, דעס איז נישט קיין זשאוקס
ריעל זאכען געשען אין ריעל לייף און אויף סאשעל וועבסייטס איז פונקט גוט צו פארברענגען שטופען די צייט און זיך אויסלופטערען, נאטינג ראונג מען דארף נאר וויסען ווי מען שטייט
און מען טאר זיך נישט איינרעדען אז עפעס איז דאס וואס עס איז נישט,
---

יעצט צירוק צום אנפאנג קשיא,

אויב סאיז אמת אז עפעס איז פארמערט דא די לעצטע 15 יאר ח"ו, ברויך מען דאך קוקען וואס איז דא יעצט וואס איז נישט געווען די לעצטע 15 יאר, מען ברויך דאס דייאגנאזירען,
(ווי געשריבען נאר בתורות שמועס שיינען א ליכט אויף א מצב אן קיין פרעשור)

וואס איז ניי?
די אמת איז יעצט אינמיטען שרייבען פיל איך אז איך דארף נאכמער שניידען פון אפאר סימפעל זאכען וויבאלד עס איז א פובליק פלאטפארמע און דא איז נישט פשוט די פלאץ דערפאר,
וד"ל

אבער און זשענעראל זאכען אווערניס קען מען שרייבען

אמאל האט מען סך ווייניגער געפושט מענטשען אויף מעדיקעשאן , מעדיקעשאנס האט סייד אפעקטס , פיזיקעל מעדיקעשען האט פיזיקעל אפעקט, און צימאל גייסטישע, און מח מעדעצין קען זיכער אויך האבען אפעקטס אויפן מח

א פיזישע מעדעצין מוז מען נעמען ווייל מען איז קראנק, אזוי אויך גייסטישע, עס איז נישט געמאכט פאר געזונטע מענטשען

אבער אלע מעדעצין זיכער גייסטישע איז נישט קיין קינדער שפיל עס מוז ווערען זייער רעגולירט דורך א דאקטאר דייקא, פונקט ווי א פיזיקעל מעדעצין..

מען ברויך מאכען ביינונז גרויס אווערניס אין די הינזיכט
---

כהאב געוואלט מאכען א משל פון פיזישע דאקטעריי צו גייסטישע
אבער דא איז די פלאץ זיך אפצישטעלען און זאגען דור תפלתל ,
עם בארזים נפלו מה יאמרו איזובו הקיר,
אויב ביי פיזישע דאקטעריי גלייבן אסאך שוין נישט וויאזוי קען מען רעדען פון גייסטיש וואס איז טויזענט מאל מער קאמפליצירט
מקען שוין היינט נישט מאכען א משל פון אזא דבר פשוט פון א פיזישע דאקטער
עס האט זיך אריינגעכאפט (דורך אינטערנעט ) און די גויאישע אלגעמיינע גאס העצע קעגען דאקטורים , ביי פיזיקעל זאכען קוים וואס מקען היינט ברענגען א משל פון געהעריגע דאקטורים וואס וואלט ווען געווען אזוי גרינג צו טון יארען צירוק עס וואלט געווען אזא דבר פשוט,

מהאט היינט היבש פארלוירען ציטרוי צי געהעריגע דאקטורים וואס איז קריטיש וויכטיג פאר די בריאה

(און מען האט זיך געמאכט אזא גירו יצר הרע דורך א איבערפלוס פון אינפא דורך די אינטערנעט ווי כל ערליי רוצחים מיט אגענדעס קראנקע מוחות קענען פארשפרייטען זייער גיפט היינט קען שרייבען טעראריסטען פון אפגאניסטאן עזה ביז דיקטאטורען פון צפון קארעא רוסלאנד טשיינע,
די פראבלעם איז אז אונז באגרייפען נישט מיט אונזער תמימות וואסארא קראנקע מענטשען אנטיסעמיטען עס זענען דא , סאשעל מידיא האלט אונז שרעקעדיג מער קאנעקטעט ווי אונז באגרייפען, דו זיצט אין קרית יואל אבער מען כאפט זיך נישט ווי שנעל א ווארט קומט אן צו וואטסעפ און פון דארט ביז קרעטשמע און אידישע סייטס און ונתנו, )

צירוק צום ענין, עס איז געווען א שטילע אווערניס דורך די וויליזש אז אומגעלערענטע אינגעלייט, מומעס שוועגערענס פושען זיך ארום מעדיקעשאנס מען האלט זיך פאר גאנצע יאכנעס און רבי משה לייב האט שוין דאן מיט אן איידעלקייט געווארענט מען טאר נישט טון דיזע זאכען אויף די אייגענע האנט,

יעצט איך באשטום נישט אויב עס איז יא אמת אדער נישט אמת די יעצטיגע שטורעם וואס טוט זיך אויף סאשעל מידיא, וואס די דאבשינע האט געמאכט,
דע זאכען זענען סך מער האקעל ווי ארויסלאזען א מעסעזש געטריבען פון געפילען, ( ווען מען ארבעט מיט געפילען זעט מען נישט די מציאות פון א גרויסע בילד)

אבער איך גיי יעצט לשיטת אז עפעס איז יא דא יעצט מער פאר סאם ריזען איז אייביג גוט דעס צו וויסען

ווי געשמועסט איז דעס א שמועס פאר פראפעשענעלס אבער במציאות איז דאס א נייע זאך, אלזא האמיר איין זאך וואס איז ניי די לעצטע פופצען צוואנציג יאר,
----

לאמיר גיין נעקסט,
איך האב מיטגעהאלטען עטליכע יאר צירוק,
א בחור וואס האט זיך אויפגעפירט זייער מאדנע מען האט נישט געקענט באשטימען וואס עס גייט פאר, געוויסע אינגע חברה און די חינוך סיסטעם זענען שוין דאן געווען קאמפליטלי אין די עי די עיזש די טרענד, (נישט יעדע אינגערמאן וואס דרייט זיך אין חדר פאר א דורך גאנג דארף אלעס פארשטיין עס איז דא מענטשען וואס ווערען געבוירען מיט א געבענטשטע תמימות, און א שוואכע זכרון נאטינג ראונג, זיי ברויכען אהיים ברענגען ברויט און שטוב און האבען א אומנות און א קאריער ,אבער יעדע ווינט
כאפט זיי)

בקיצור איינער האט געזאגט עי די עיזש איינער האט געזאגט יענס, מהאט אפיר גענומען די גאנצע פאמיליע היסטאריע ארויף ביזען באבא בוזגאלי, און די צדיקים און פוילין,
די בחור איז צידרייט געווארען פון די אלע אינוועסטיגעשענס אליינס,
ער האט געוואלט מען זאל אים שוין צירו לאזען, די בחור האט געבלאנזשעט יעדער האט מיט געבלאנזשעט,

איין טאג איז געקומען אן עקספירענס קלוגע (אמתדיגע) אינגערמאן
און געארבעט מיט אים מיט זיינע עלטערען און צוזאם גענומען די פיקטשור,
און דער בחור האט פארציילט מסיח לפי תומו אז ער האט געהאט רעגולע שוועריקייטען וואס האט געווארט צו ווערען אינדענטעפעצירט,
וואס האט אים געמאכט עווענטשעלי פארלירען טראסט, נישט מיטהאלטען וכו'

אבער דאן האט ער דיסקאווערט אלטס קינד א מציאות פון א האטליין ווי בחורילעך קינדער טשעטען ארום און סהאט אים קאנפיוזט געמאכט אדיקטעט טאג און נאכט, ער האט זיך דארט אויסגעלערענט קוקו השגות פון אלע עקען וועלט ווי גרעסערע בחורים ארויסגעווארפענע בחורים האבען פארברענגט, (עס איז באקאנט ביי מחנכים אז עס נישט גוט ביי בחורים ווען מען מישט עיזשעס אן קיין השגחה, סאיז דא כללים וואס יא אבער עס איז דא צייטען וואס א 17 יעריגע נישט מסודרדיגע קען נישט רעדען מיט א 12 יעריגע נישט מסודערדיגע ואכמ"ל)

בקיצור די בחור האט נישט געקענט פארנעמען די ריבו האור פון זיצען אויף האטליינס א גאנצע טאג און נאכט ווי כל ערליי אינפארמאציע איז געפלאסען זייער שנעל -לאו דוקא טריפהנע- אן קיין צייט צו כאפען די אטעם א סעקונדע מווערט אריינגעטון און מען איז נישט אין ריאלעטי מען לעבט און א אנדערע יוניווערס

און ער האט נישט געהאט פארוועמען דעס אויסצורעדען אדער זיך דורך רעדען און נישט געוויסט וויאזוי ארויסצוקריכען, קוים וואס ער האט פארשטאנען ווי גרויס זיין חורבן איז

נאכדעם האט די 15 יעריגס פארציילט אז ער זיצט אסאך אויף היימישע אידישע טשעט סייטס.. שוין זייט די 13
וואס איז זיכער אויך געווען א ריבוי האור פאר אזא בחור ספעציעל ווען ער איז נאכנישט געסעטעלט מיט געהעריגע חבירים

למעשה האט די אינגערמאן געזען אז די בחור ווען ער הערט עפעס וואס איז אים נוגע קען ער זיצען ציגעשמידט מיט דארשט אלזא קיין עי די איז עס נישט, און נאך די שמועס איז ער רואיגער, ער האט געארבעט מיט אים ער זאל אראפגיין פון די אדיקשען און דע בחור האט זיך הערליך געסעטעלט און וואקסט אפראפיעט פאר זיין עיזש

די אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט נישט געחלומט פון די האטליין קלעבעראציע
(בכלל זאגען דאך חז"ל בנין נערים סתירה והמבין יבין)
די בחור האט אים געפירט צו א אנדערע בחור וואס ער האט זיך באקענט פון די האטליין -וואס איז געווען שוין אויף די גאס- און זיך אויפגעפירט פאררוקט מיט א מיליאן דייעגנאסעס,
און פארציילט פאר יענע בחור אז ער האקט אפ און פארוואס,
יענע בחור האט אויך געבעטען הילף און מיט יענע בחורס מיטארבעט און רשות פון יענעמס עלטערען איז יענער אויך געווארען געטוישט צו א נארמאלע מענטש ,

און אזוי זענען מענטשען שאקירט געווארען פון די האטליין טשעט רומס אנדערוועלט,
מהאט אלאמירט די אפראפיעט מחנכים איבער די ברענעדיגע נושא זיי האבען דעס באהאנדעלט ביי אסיפת מחנכים אלזא היינט איז מען שוין סך מער אוועיר צו דערקענען דע סימפטעמס

(אגב די אינגעלייט האבען נישט ארויסגעלאזט א וואויס נאוט נאר געגאנגען צו די ריכטיגע אדרעס קוקט אויס ווען מען האט א ריכטיגע נושא לאזט מען נישט ארויס א בלאז אויף וואטסעפ סטאטוס מען האט מער קאנפידענץ ווי סתם ארום רודערען פאר קינד און קייט אן קיין חשבון)

וואס זאג איך דא?

מה יעשה הבן שלא יחטא,,
דא איז נאך עפעס א נערישע זאך (אויבענאויף) אבער עס שטערט א ביימעלע וואס וואקסט,
מען וואקסט אויף פוסט און פאסט, מיט דיע אלע האטליינען א יצר דכסול, נעריש אן קיין חבירים צופראסקעט און צימישט אין סאשעל לייף, נישטא קיין גדרים וואס יא וואס נישט
___

געוויסע האבען ליב צו זוכען גאר קאמפליצירטע מיסטריעזע זאכען, סמוז זיין דראמאטיש פון אונטער די הרי החושך ווען פראבלעמען קענען זיין סימפעל אויב פארשטייט מען דערצו
און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מען איז די טינקעל,

די מח זאגט אונז סאמטינג פישי מיט די גאנצע דאבשינע געראטשקע, אבער עפטער אלל מוז מען דערגיין די אמת

נישט יעדע בחור מוז ווערען משוגע ווען ער טשעט אויף א האטליין איינער איז קלוגער איינער איז פלאטשיק יעדער ווערט געבוירען מיט די זעלבע טולס,
און נישט יעדע בחור ווערט אפעקטירט די זעלבע פון א פלעי אדער אפילו מאווי אבער געווענליך קען יעדע טאטע מאמע זיין קינד, די אייבישטער האט דאך אים געגעבען די פיקדון און זיי ווייסען שוין וואס איז נישט גוט יעצט אויפען מאמענט פאר אים

אבער האטליינס איז א נייע זאך נאכדערצו ווען עס איז דא א אנגעשטעקטע ווינט ביי עלטערע פון וואטסעפ ממילא זעמיר אליינס האלב פארלאזירט און שיכור ביז מען וועט טרעפען א סעלושען און מאכען א גענצליכע הבדלה,
----

וואס נאך איז ניי?
היינט האבען זייער אסאך פראבלעמאטישע בחורים סענעסעס קיו 5 ועוד
כהאב אויך מיטגעהאלטען ווי א בחור איז ממש קראנק געווארען פון קוקען א גאנצע טאג מאוויס פאר לאנגע לאנגע חדשים, סהאט אים געמאכט איזאלירט דיפרעסט אן עכטע חבירים אזוי ווייט אז זיין מח איז פלאך געווארען און גערעדט שטותים נאכגעמאכט הווית אויף מאדנע וועגען ער האט נישט געוויסט כמעט וואס איז ריאלעטי,

במאמר המוסגר האב איך מיטגעהאלטן א קעיס ווי א בחור איז געליגן אין בעט אויף ווידיא געימעס טאג און נאכט פאר א יאר צייט ביז ער איז קראנק געווארען, גארנישט קען מען אויפטוישען מיט ריעל לייף, די אייבישטער האט אונז באשאפען אויף א וועג און מען קען נישט זיצען איינגעשפארט טאג און נאכט און א טינקעלע רום און גארנישט טון, נאכדערצו וויסענדיג און בעק פון די מיינד אז די טאטע מאמע עסען זיך דאס געזונט אויף אים, קיינער האט דאס אויך נישט ליב,

און לאמיר נישט פארגעסען אז חבריא חבריא אית לי דע אלע בחורים (און אינגעלייט) וואס זיצען אויסגעלאשען קראנק דייאגנאזירט , זיי וואלטען ווען געדארפט זיין די חבירים פון די אנדערע חלק ציבור, זיי מיט זייערע טאלאנטען און חיזוק און שמייכעל זענען באשאפען געווארען פאר א ריזען, זייער גאנצע דור ווערט מעגליך אראפ געשלעפט,
וואס מיינטס עטס די באשעפער האט זיי ח"ו באשאפען אומזיסט? כל ישראל ערבים
צו סך בחורים דרייען זיך נישט און ריעל לייף,

אגב אויב עטס ליינטס דא קומטס ארויס מען דארף ענק האבען מען חלשט פאר ענק, יא פאר דיר אויך!
לאז אפ די ווידיא געימס האטליינס מאוויס און אנדערע פארטייבונגס מיטלען וד"ל איך ווייס עס ציעט פארטעמ'ט די קאפ,
אבער אונז דארפען ענק, שאקעלטס ענק אפ פון די ערד
גראד'ס ענק אויס ענקער קליידונג און קומטס ארויס פון די יאמער טאל,
מען דארף גארנישט האבען נאר דיין אנוועזענהייט, ברויכסט נישט זיין קיין קאמפעטישען מיט קיינעם,
דארפסט נישט אנפאנגען מיט גאנצע מסכתות ענקערע חבירים (און אונז) ווארטען אויף ענקערע איידעלע שמייכעל, אויף ענקער גוט ווארט, קאכען קוגעל פאר שבת, עטס פארשטייטסעס נישט אויפן סעקונדע אבער יא דעס איז די מציאות עטס פעלטס אויס

כהאב נאך וואס צו שרייבען וואס איז ניי אבער האפענטליך המשך יבוא
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 89

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 11:15 pm פאר אינטערעסאנטקייט.
וואס ווילן די רודערער, און די וואס פארשטייען די רודערער טון? (ביידעוועי: מען ספעלט עס מיט א י' אדער מיט א ו' ?)

אויב צילן זיי פריווענשאן.

אויב איז דאס בעסערע השקפת החיים אז איך, דיר, און יעדער, זאלן האבן געזונטערע השקפות אז אונז אלע זאלן נישט צוקומען צוביסלעך ביז אזעלכע מחשבות וואס קענען צוברענגען צו אזוינע מעשים? דאן וואס זענען די טענות וואס מאנכע ברענגען ארויס קעגן אויסשמועסן השקפת החיים יעדער אויף זיין אופן? כל זמן עס איז נישט בניגוד אונזער מסורה און בניגוד די הייליגע תורה.

האסט אן אנדערע השקפה? נאך א קוק ווינקל ווי אזוי נאנטער צו ברענגען דער סיבה פון לעבן? נאך א נקודה אדער דוגמא ווי אזוי צו באטראכטן דאס לעבן אז עס זאל זיך ווילן לעבן אויך אין די ערגסט-אויסזעהנדע מצבים? דאן שרייב עס ארויס! פארוואס האסטו טענות ווען אנדערע שרייבן זייער בליק און קוק ווינקל?

אויב צילן זיי ווען עס איז שוין אין א מצב סכנה.

זיי ווילן יעצט געבן גיידענס פאר כל הקהל הקודש אז מען זאל וויסן אויפצוכאפן סימנים וואס קענען אנדייטן אז מען האלט ערב און מען זאל זיך פארבינדן מיט הילף אמשנעלסטן? מען זאל אריינלייגן דעם ציבור אין פאניק און עס זאל זיך אנהייבן מסירה און יעדער וואס פארדעכטיגט נאר אז איינער פון מיינע ארומיגע צייגט די אנגעבליכע סימפטאמען זאל מען שנעל רופן ידיד?

צו אפשר איז דער ציל אז מען גייט געבן גיידענס פאר מחנכים און רבנים אז זיי זאלן וויסן צו האלטן אן אויג און ווי אזוי די וואס זענען אין פאזיציעס פון נעמען אחריות אויף מענטשן זאלן וויסן ווי אזוי פארזיכטיג צו אידענטיפיצירן און געבן ערשטע הילף לעסאנס אין אזוינע פעלער? דאן פארוואס מאכט מען מצב בפני כל הקהל הקודש? פארוואס ארגאניזירט מען נישט פריוואטע סעסיעס פאר די אלע וועם עס איז נוגע?

עס פעלט אביסל קלארקייט וואס מען צילט.
יאפ,
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1671
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2753

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אויף איי וועלט ווערט די נושא אנגערופען עצות צו פארמיידען עדיקשענס, דארט האט א שרייבער געשריבען די ארטיקעל. כ‘האב געטראכט אז די ברידערס דא קענען הנאה האבען פון דעיס.

אידטיש חבירים ישבעו

קרעדיט @פראקטיש
הילף, ולאחיו יאמר חזק, תורת הנפש, עצות צו פארמיידן עדיקשנס.

א איד וואס האט געמאכט א מהפיכה א שטיק צייט צוריק בענין שמירת העינים האט דא געעפענט א אשכול מיט עצות וויאזוי צו פארמיידן עדיקשנס. לכתחילה האט ער עס צאגעשמאלצן מיט עפעס אנדערש אבער איצט איז דאס בלויז פאר עדיקשנס.

די נושא פון עדיקשנס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן כמה פעמים דא, סיי וואס די גדר פון עדיקשנס איז, סיי צו די טערמין איז אויסגעהאלטן תורה'דיג און סיי וואס די עצה זיך צו היילן דערפון.

דער וואס האלט נישט דערפון קען רואיג עפענען א אשכול אין "דעת הקהל" פארום.

דער וואס האלט יא דערפון זאל ביטע רעספעקטירן דעם פותח האשכול וואָס בעט זיך מ'זאל אויפקומען מיט עצות צו פארמיידן עדיקשן, נישט אזוי ווייט וויאזוי צו היילן דעם עדיקט.

ווי שטענדיג קען יעדער אריינרעדן אפילו מ'איז נישט פונטקליך באהאוונט, ס'איז אייוועלט עט די ענד אוו די דעי.

א עדיקט וואס וויל זיך היילן זאל זאפארט גיין פאר הילף, נישט נעמען פון דא קיין איידיעס בכלל. אזויפיל יא, מ'קען זיך העלפן און ס'איז ב"ה דא הילף. אויב האט איר זיך נישט אין די האנט אויף א געוויסע נושא וואס ראוינירט דיין לעבן ברוחניות אבער בגשמיות, גיי פאר הילף ס'איז זיך נישטא וואס צו שעמען פון קיינעם. די וואס העלפן אין דעם תחום גייען דיר נישט דן זיין ווייל זיי האבן שוין געזעהן שענערע פון דיר דורכגיין ערגערס, שטופ עס נישט אפ.

צו פארמיידן עדיקשנס קען מען נישט אבער צו פארמינערן קען מען יא בעז"ה.

דער פותח רעדט שטאַרק פון ליבשאפט צו די קינדער ווייל דאס מאכט דעם קינד זיין מער אפן און וואניראעבעל צו די עלטערן און גיבט זיי די געלעגנהייט זיך דורכצושמועסן זייערע טשאלענדזשס אן דארפן עס באהאלטן, דערשטיקן, און זוכן זייטיגע "דיסטרעקשנס" צו שטילן דעם צמאון.

דאס איז עפעס וואס מיר דארפן טוהן צו זיך אליין, צו די קינדער און צו דערוואקסענע. מיר דארפן זיך אליין ליב האבן, אליין מחשיב זיין און מחשיב זיין יענעם, דאס ארויסווייזן נאכאמאל און ווידעראמאל און חזר'ן אז יעדער האט א פלאץ, יעדער האט א סיבה, יעדער האט רעכט, יעדער האט עוולות.

בכלליות, איז וויכטיג צו חזר'ן און געדענקען מיט זיך און מיט אנדערע, קינדער און חברים און ווער נישט. אז דער גוי און דער איד האט נישט קיין שייכות בכלל ולא קרב זה אל זה כל הלילה. דער איד איז באשאפן געווארן דורך דעם יוצר כל יצורים פאר איין ציהל און דער גוי פאר גאר א צווייטע. אויב ווייסט איר נישט וואס דאס איז, הערט אויף לייענען און גייט צו פראפעסיאנעלע הילף אימידיעטלי.

יעדער איד בשורשו איז עפעס העכערס מקושר צום עולם הנצחי, דאָס גיבט אים מער געלעגנהייטן אויפצוטאן אויף די וועלט זיך איינצוקויפן לעולם העתיד, וכן להיפוך ח"ו.

די מציאות אז זיינע מעשים קענען גורם זיין מער צער למעלה ווי ווען דער גוי טוט דאס דאס דארף זיין א חשיבות און א שטאלץ ונכרי ששבת חייב מיתה ווייל ער מישט זיך אריין אין א קירבות וואס איז נישט געמאכט פאר אים.

די פחד פון וואס מיר לעבן אז מיר קומען נישט אן צו אונזער תכלית אדער אז מיר קענען נישט אנקומען צו אונזער תכלית אדער אז מיר זענען מער אויסגעשטעלט לרעה ווי לטובה האָבן צדיקים פון לעצטן דור געהאלטן און איין חזר'ן און דערמיט אונז מחזק געווען אז דייקא ווייל מיר לעבן אין אזא שוואכן דור איז יעדע תנועה קלה חשוב ביים אויבערשטען סאך מער ווי די פריערדיגע דורות.

די אלע פראבלעמען וואס די סיסטעם טוט אנגעבליך ארויפווארפן אויף אונז האט דער אויבערשטער אזוי אויסגעשטעלט. אויב איינער צווישן אונז איז באשערט צו זיין דער וואס דארף ברענגען פאזיטיווע שינוים וועט ער דאס וויסן און שפירן, ער וועט שוין טרעפן די געלעגנהייט וויאזוי ארויסצוברענגען זיינע אייגנארטיג טאלאנטן כדי צו האבן אן השפעה.

די סיסטעם האט דער אויבערשטער אונז דערליווערט להציל אתנו מבאר שחת אינעם פרייע אמעריקע וואס צדיקים האבן געציטערט דערפון. יא אפילו פון די כשרע אייוועלט האבן זיי אויך געציטערט טראץ וואס ס'איז ברוך השם גאנץ גוט צענזורירט לפי הערך פארט איז דאָס נישט קיין לכתחילה, מיר אלע ווייסן דערפון.

די סיסטעם קומט מיט איר נאטורליכע קאסענקווענצן און יעדע סיסטעם איז אזוי. וואס דו גייסט נאר טוהן צו פארבעסערן דעם סיסטעם גייט אויטאמאטיש ארויסשפרינגען פרישע פראבלעמען וואס א צווייטער גייט וועלן פארבעסערן וחוזר חלילה.

אלץ יחיד דארף א מענטש וויסן און שפירן און גלייבן, זעהן אז מ'גלייבט אין אים, זעהן אז מ'איינערקענט אין אים, זעהן ווי זיינע עלטערן, משפחה און גוטע פריינט גלייבן אין זיין פּאטענציעל ווי זיינע אייגענע אינדיווידאלע כוחות קען ווערן ארויסגעברענגט אינעם סיסטעם. ערגעץ ווי קען יעדער טרעפן זיך און זיינע כוחות וואס זאל שיינען פאר אים, פאר זיינע ארומיגע און פארן אויבערשטערן אבער דאס מיינט נישט אז ער דארף ארויספאלן אדער פיינט האבן די סיסטעם, אדרבה ס'זאל זיין תפארת לו לעושיה ותפארת לו מן האדם.

דאס איז נישט קיין דרשה וואס מ'דארף געבן פאר איינעם נאר דאס איז א לייפסטייל וואס אונז דארף מיר אדאפטירן און לעבן דערמיט אז ס'זאל טופח על מנת להטפיח. מ'דארף אסאך מתפלל זיין מיט ביטול צום אויבערשטען און א צעבראכן הארץ פארן קל חי ער זאל אריינשיינען בנפשנו אונז זאָל מיר זיך קענען האלטן אויף א ריכטיגן באלאנס זיך קענען ריקן אין ארום מאנעוורירן לויט די נייע נסיונות אנצוהאלטן די ריכטיגע מסורה הישנה.

דא געפינט זיך א קאלירפולע ציבור ולא ראי זה כראי זה, א טייל ווילן טוישן דעם סיסטעם און אנדערע זענען אויסן איר צו באשיצן גאר שטארק.

איך איינערקען אז אייוועלט איז חומה פאר "אונטערנעט באנוצער" נישט צו האבן קשר און השפעה מיט די דרויסנדיגע ווירטאלע גאס. א חומה ביי דעפענישן האט איין זייט דערפון אינעווייניג און איין זייט דערפון אינדרויסן. אויב מ'הויבלט אראפ די דרויסנדיגע זייט ווייל ס'איז אויסגעשטעלט צום שונא וועט מען זיך פלוצלינג זעהן מיט א שוואכערע חומה אדער אן א חומה בכלל, והמבין יבין.

יעדער שפילט א ראלע, יעדער דארף פארשטיין וואסערע ראלע ער שפילט, מחשיב זיין זיין ראלע און יענעם'ס ראלע. אזוי לאנג ווי יעדער פארשטייט אז א חומה דארף זיין גאנץ און שטארק דארפן מיר קענען דיעלן מיט די חלק חומה וואָס געפונט זיך אינדרויסן. אויב ווילן זיי אריינקומען און ווערן פון די חומה הפנימי, דאַרפן זיי פארשטיין אז די חומה הפנימי דארף זיין מער איידל און ריין, שענער און הייליגער זיי קענען דאס באוויזן אבער זיי דארפן שוויצן עס צו פארדינען צו קענען שטייגן אינעם לייטער.

דיה פון אינעווייניג דארפן קענען צוהעלפן פאר די וואס ווילן אריינקומען זיי צו העלפן רייניגן און זיך אויסארבעטן און צו בעסער ווערן און צו שטייגן בסולם העולה לבית קל. פון די ערגסטע עבירות איז צו זאגן פאר א בעל תשובה "זכור מעשיך הראשונים", ס'שטייט געפערליכע זאכן אויף דעם, דאס איז אסור בתכלית.

דער בעל תשובה ווידעראום דארף די בושות קענען הענדלן און מחשיב זיין, אזוי זאגט די רמב"ם אז די בושות איז א חלק פונעם זיכוך און די דרך תשובה. מיר דארפן האלטן אין איין חזר'ן אז די וועלט איז א פרוזדור אנצוקומען צו א טרקלין, יעדער צער, יעדער כשלון, יעדע דורכפאל איז געלעגנהייט אונז צו רייניגן און אנצוקומען צו א בעסרע פלאץ בעולם הבא ליום שכלו טוב.

איך בין מחשיב גאר שטארק דעם פותח האשכול פאר'ן נעמען זיינע טאלאנטן און עס אויסצונוצן לטובה צו משפיע זיין בענין שמירת העיניים. ער טוט דאָס אויף אייוועלט, אויף די אייוועלט שפראך און טאן. (איך וואלט נישט געהאנגען זיינע פלאקאטן אין ביהמ"ד אבער פאר אייוועלט איז עס ווונדערבאר, זאָל אים די זכות ביישטיין).

מ' דארף אלץ וויסן בערך צו וועלכע סארט ציבור מ'רעדט אריינגערעכנט דא אין דעם אשכול.

לסיכום, לאמיר נישט פרובירן צו פארמיידן עדיקשנס נאר איר פארמינערן.

לאמיר נישט פרובירן צו מהפך זיין דעם סיסטעם, לאמיר פרובירן ארויסנעמען דעם געוואלדיג חלק הטוב שבו ובחדא מחתא זיך אינדיווידועלעזירן און זיין "זיך", מ'קען ביידע בס"ד.

דער וואס איז א עדיקט זאל זאפארט גיין פאר פראפעסיאנעלע הילף, ורפא ירפא.

און די וואס ווילן חלילה צעברעכן דעם חומה צווישן דעם איד מיט גוי אדער אפילו דאס לעכערן ח"ו, אויף די איז גילטיג דעם והוקע אותם נגד השמש אפגעזעהן וואסערע פעין ער האט געהאט אלץ קינד. ער איז א רודף והאלקים יבקש את הנרדף.

איך שטעל אויף די חזקה אז אידן וואָס געפונען זיך אויף אייוועלט ווילן אנהאלטן און מחזק זיין דעם חומה.

הדורש בשלומכם באהבה רבה, @פראקטיש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5979
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13034

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די בעסטע עצה...

אריינבאקן "יסודות הדת".

Screenshot 2025-03-25 103251.jpg
Screenshot 2025-03-25 103251.jpg (180.83 KiB) געזען געווארן 279 מאל
אוועיטער
גארנישט מיט נישט
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 12:34 pm
x 40

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

פאוסט דורך גארנישט מיט נישט »

איך מיין ער נאגלט עס:
Screenshot 2025-03-25 142956.png
Screenshot 2025-03-25 142956.png (153.45 KiB) געזען געווארן 250 מאל
שרייב פאוסט