גראדער מעכל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 6:33 pmמיינע 2 סענט, מען דארף מאכן א דין וחשבון פאר מען ווארפט אים ארויס, כדלהלן
1. איך זעה ער גייט שוין א טלית, ער האט שוין מן הסתם א שטוב מיט קינדער זייט די 14 יאר, ער איז שוין מן הסתם פייער פאר זיין טאטע'ן און די קומענדיגע פארפירער פון די קהלה.
2. אויב ווארפט מען אים פראסט ארויס ווייזט מען מיט דעם פאר די איבעריגע קולט משפחות, אז זיי האבן נישט קיין מקום דא, דאס קען האבן א שרעקליכע עפעקט אויף זיי.
במילא מוז מען זיין זייער אויפזיכטיג וואס מען טוט.
3. וועט מען אים הייסן טוישן די בגדים, קען מען זיך נאך פארנערן אין אים, אזוי ווי דער זיידע האט געטין מיט זיין גלאטן צינגל.
4. וועט ער בלייבן מיט די תשעה בגדים, ווי א חאמאס, וועט מען כאטש וויסן זיך צו היטן פון אים!!!
דער אמת מען דארף מברר זיין ביי די אנדערע געוועזענע פונעם כת זיין אויפפירעכטס און אזוי מחליט זיין וואס צו טיען, ווייל אויב האט ער געהאט א גרויסע יד אין די אכזריות, דארף מען היטן אונזערע תמימות'דיגע קינדער פון אים ומדומה לו ערגער ווי פון פייער!!!!! און ער דארף פליען פון דא ממחנינו, חוץ בתנאי כפול 'אינטערגעשריבן' אז ער נעמט אן א ערנסטע דרך תשובה !
כבדהו וחשדהו
אדער ניצן א האניג-מהלך פון אים בעטן צו קומען צו א שיעור גמרא רש״י.
זיי קענען דאך גארנישט קיין לערנען. ממש גארנישט.
וועט ער אליין איינזעהן, מיט ריווערס-סייקאלעדזשי, אז יעדעס חדר אינגל קען סאך מער לערנען און פארשטייט פיל מער פון אים. אין ס׳וועט אים פארגיין די אפעטיט פון נאכגיין די שיגעון.