על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 21, 2025 1:39 pmעסקנים אפדעיט 1#
אין א ערשטמאליגע אנטוויקלונג האבן עטליכע קינדער וועלעכע זענען שוין די לעצטע פאר חדשים אין די שעלטער אויפגעטרעטן פארן געריכט אין גוואטמאלא, און קלארגעשטעלט פארן שופט אז זיי ווילן גענצליך ארויסגיין פון לב טהור אפגעזען וואס די תנאים זענען.
הודו לה' כי טוב! דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן עד שיצאו כולם מאפילה לאורה, מידי משומדים רוצחים לידי יהודים רחמנים!!!
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 21, 2025 1:39 pm
אינעם זעלבן צייט ארבעטן די געטרייע עסקנים יומם ולילה, אויף נאך פארשידענע פראנטן, ארויסצוברענגן די קינדערלעך ווי שנעלער מעבדות לחירות.
נישט אלעס האלט דער עולם מיט, אבער די היינטיגע וואך אין געריכט האט אפגעקאסט איבער 60 אלפים! דאס איז חוץ פון נאך אנדערע לעגאלע הוצאות ארויסצוברענגן פאמיליעס פון כנישתא חדא וועלעכע האבן אפגעקאסט איבער 20 אלפים.
בנוסף צו דעם קאסט נאך אפ די הוצאות פון די וואלנטירן וועלעכע זענען אויפן ארט, און גייען ארום באזוכן די קינדערלעך, זיי צו האלטן ביי יודישקייט און נארמאלקייט.
דאס קענען די עסקנים באווייזן בס''ד נאר א דאנק די געטרייע נדבות פון כלל ישראל ביים סוקסעספולן קאמפיין העעל''ט.
אויב האט די וואך געקאסט 60 אליפים פארשטיי איך נישט וויאזוי דער קאמפיין העבר דעקט די הוצאות.
אין הכי נמי, עס איז שוין באלד כמעט נישט דא קיין זכר פון די 2 מיליאן.
הצדיק ר' אברהם גרינהוט, אין די געציילטע שעות א וואך וואס ער געפינט זיך אין ניו יארק, לויפט ער ארום צו נגידים פאר גרעסערע סכומים.
אויף איינע פון די רעקארדינגס האט ער פארציילט אז 2 חברה פון די הנהלה פון די לב טמא קולט זענען אנטלאפן אין שבת קיין Belize, א קליין לענדל לעבן גוויטאמאלא
מען האט זיי גאכאפט ביים גרעניץ וכו'
קען איינער מער פארציילן די פרטים, ווער זענען זיי? וואס האט מען פון זיי כאפן? וועלן זיי כאטש באקומען תשלומין אויף די אלע ענויים קשים זיי האבן געטון פאר אנדערע?
גראדער מעכל האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 22, 2025 10:17 pm
אויף איינע פון די רעקארדינגס האט ער פארציילט אז 2 חברה פון די הנהלה פון די לב טמא קולט זענען אנטלאפן אין שבת קיין Belize, א קליין לענדל לעבן גוויטאמאלא
מען האט זיי גאכאפט ביים גרעניץ וכו'
קען איינער מער פארציילן די פרטים, ווער זענען זיי? וואס האט מען פון זיי כאפן? וועלן זיי כאטש באקומען תשלומין אויף די אלע ענויים קשים זיי האבן געטון פאר אנדערע?
זיי האבן אריבערגעשווערצט עטליכע גרויסע קינדער/מאמעס איבער די גרעניץ קיין בעליז.
מען האט זיי אלע דריי געכאפט, עטליכע טעג דערויף, זיי זענען צוריק אין גואטעמאלא סיטי טורמע, בערך 2 וואכן ארום גיין זיין די משפט.
חכם עתיק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:17 pm
For my info
איז שלמה העלברנץ געווען חתונה געהאט בשעת'ן זיין די ראש פונעם כת?
יא. איך מיין אז זי איז היינט אין מאנסי, קען זיין איך האב א טעות.
דאכט זיך אין בארא פארק
איך געדענק פון בערך 10 יאר צוריק, ווען זיי האבן נאך געוואוינט אין קאנאדע האט איר זוהן נחמן איר אריינגעלייגט אין חרם, דאן איז זי אנטלאפן פון די קולט, כ'מיין אז דעמאלטס האט זיך דערקייקלט די פרשה פון די עלטסטע זוהן וואס איז געווארן פארטריבן פון די קולט דורך זיין ברודער....
אינטערעסאנטע פאקט אז שלמה העלבראנץ האט מער נישט קיין איין קינד וואס איז א חלק פון די קהילה....
(נתן, יואל העניך, מרת טעלער, מרת כהן, הרב לאווער, זענען שוין ארויסגעגאנגען, נחמן זיצט אין תפיסה אין ניו יארק)
על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:18 am
אינטערעסאנטע פאקט אז שלמה העלבראנץ האט מער נישט קיין איין קינד וואס איז א חלק פון די קהילה....
(נתן, יואל העניך, מרת טעלער, הרב לאווער, זענען שוין ארויסגעגאנגען, נחמן זיצט אין תפיסה אין ניו יארק)
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:39 am

על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:50 am
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:39 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 11:18 am
אינטערעסאנטע פאקט אז שלמה העלבראנץ האט מער נישט קיין איין קינד וואס איז א חלק פון די קהילה....
(נתן, יואל העניך, מרת טעלער, הרב לאווער, זענען שוין ארויסגעגאנגען, נחמן זיצט אין תפיסה אין ניו יארק)
ביטע נישט פירן א שמועס איבער א יחיד, אין פרטים וואס זענען נישט נוגע פאר קיינעם. מען ערלויבט טאקע אין דעם טעמע צו רעדן פון די ראשי הכת, אבער עס איז אן אויסנאם און מען דארף עס עכ"פ האלטן אין די ראמען.