על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:16 pm
איך האב נישט געפלאנט צו זיין אקטיוו, אבער די ניקס מאכן מיר שווער ארבעטן, איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז אכטונג געבן אז קיין איין תמים זאל נישט נתפעל ווערן פון זייערע גיפט.
די צרה איז נעבעך אז לב טהור האט געבויעט א פעסטע ברענד ביים היימישן ציבור אז זיי זענען בסך הכל א עקסטרים פרומע קהילה, פרומער ווי נטורי קרתא, גאר פרום. און אזוי איז זיי געלונגען צו אראפשטעלן א ארגומענט אז ''וואס גייט דיר אן אז איינער וויל זיין משוגע? וואס שטערט דיר אז איינער איז פרומער פון דיר?''
די מציאות איז אבער (הונדריטער אמעריקאנער אידן האבן שוין גערעדט מיט יוצאים, און עס איז אפילו דא פאבליק ווידיאוס וואס ווייזן דעיס אויף)
לב טהור האט נישט קיין שום שייכות מיט פרומקייט!
זייער פריעדיגע רבי ימ''ש פלעגט מטמא זיין אידישע קינדערלעך
זייער היינטיגע רבי ימ''ש פלעגט מטמא זיין אידישע קינדערלעך
זייער רב וואס איז יעצט אויף בעיל האט שוין 7 יאר א סמארטפאון אן א פילטער (דעיס איז נישט זייער גרעסטע עבירה, איך ברענג נאר ארויס ווי ווייט די קאווער אפ גייט, ווער עס קען דעם רב וועט שאקירט ווערן)
זיי זענען יעצט מחלל שבת בפרסיא, אנגעבליך צוליב פיקח נפש, אבער ווער עס איז מעיין (וויאזוי זיי ניצן עס, כאפן קליפס א גאנצן טאג אויף די גאס) פארשטייט אז דאס איז א אויסרייד וואס איז פונקט גוט פורים נאכמיטאג
זייער יעצטיגע אמת'ע מנהיג חיים צבי מלכא קען ניטאמאל איין עמוד גמרא אינווייניג
זייער הנהלה זענען אפגעזעצן נעכט נאך נעכט אין אפיס און געקוקט שמוץ רח''ל (שמעתי מכלי ראשון)
א יוצא האט מיר דערציילט וואו מען האט אים געכאפט לערנען גמרא, און מיט כעס האט מען עס אראפגעשליידערט אויף די ערד, און געווארנט אז קיינער טאר דאס נישט אויפהייבן.
דאס אנז לגבי יהודות, זאלט איר וויסן קלאר אז דאס האט 0 שייכות מיט יודישקייט.
יעצט לגבי די פיינוגענען איז די מציאות אז מען פייניגט דארט מיט עיניום וואס די נאציס קענען זיך קומען לערנען רשעות ביי זיי. טיפע חכמות אין הלכות רציחה וואס מען קען זיך ניטאמאל פארשטעלן. און די מציאות איז אז די מענטשן דארטן ווילן נישט דארט זיין, נאר זיי זענען פסכילאגיש קאנטראלירט צו זאגן אז זיי ווילן! איך זאג דעיס נאכן רעדן מיט צענדליגער יוצאים.
יעצט בנוגע די אלע ניקס, מיר ווייסן קלאר אז לב טהור חברה זיצן אויפן אינטערנעט א גאנצן טאג, מיר ווייסן (שמעתי מכלי ראשון) אז זיי עפענען ניקס. זיי טרייען צו שפילן אז זיי זענען נישט אינגאנצן אויף לב טהור'ס זייט, זיי זענען אפילו גרייט צו מכלומר'שט בארעדן די פירער'ס כדי מען זאל זיי כאטש גלייבן מיט איין שקר. עס איז ב''ה דא גענוג אינפאו ביים היימישן עולם, און דער דעת הקהל איז ב''ה נישט ווי דער לב טהור'ניק שרייבט דא.
אנשטאט זיין ביזי זיך טענה'ן מיט אים אדער מיטן נעקסטן ניק וואס זיי גייען עפענען, האלט קלאר פאר די אויגן אז ער איז א לב טהור'ניק, בפשטות פון די העווי רוצחים דארט, און יעדע ווארט זיך צו טענה'ן מיט אים איז פשוט פארברענגט די צייט, אנגנארירט אים און שוין. (מיינע ווערטער גייען ארויף אויך אויפן פרישן ניק וואס ער גייט עפענען, וואס גייט זיך האלב אננענעמען פאר עהעם, און האלב אפילו זיך טענה'ן מיט אים).