כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4846
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14465

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:53 pm
בן נביאים האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:18 pm ער האט יענע ערשטע יארן יעדן פארנארט

געדענק מיר ביים חוה"מ טיש פון רבינו הב"מ זצ"ל ווי ער איז געזיצן אויבן אן און געטאנצען מיט א ברען, כי אורך ימים ושנות חיים יוסיפו לך.

דאס איז די איינציגסטע מאל וואס איך האב אים געזען

דאס איז געווען אין די יאר/ן ווען די טיש איז געווען אויף ראסס סט. צוליב וואס מ' האט אנגעהויבן בויען די ביהמ"ד וואס הייסט היינט די ביעם סענטער
עס איז געווען דעמאלטס ביי זיין ערשטע קידנעפינג פרשה פון שי פימה (כזאג גוט די נאמען?) ווען ר’ אלי’ שלמה קאהן הי”ו (דוכט זיך אז ער האט געמאכט דעם אפיעל) האט געמאכט אן אפיל פאר אים, מהאט נאך דעמאלטס גארנישט געוויסט, האט זיך ר’ מענדל עקשטיין אויפגעריסן ברבים אין קרית יואל בשעת די אפיל אז מווייסט גארנישט פאר וועמען מען מאכט דא דעם אפיל וכו’ וכו’ למעשה האט ער איבערגעבעטן ר’ אלי’ שלמה פארן אים אנשרייען ברבים טראצדעם וואס ער האט אים לעולם בכלל נישט געמיינט פערזענליך. בקיצור א מעשה, 30 יאר שפעטער און ר’ מענדל עקשטיין’ס ווייטע בליק האט זיך געפראווד אלץ ריכטיג 101% פראצענט.

וואס דאס זאגט אויף למעשה? גארנישט, סתם א שטיקל העלבראנץ-סאטמאר היסטאריע
פונקט די וואך געהערט אז ר' מענדל האט נאך אוועקגעלייגט די קנס צעטל וואס ער האט באקומען פון קהל פארן שרייען לב טמא...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1464
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4668

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:30 pm אין די 'אינגערמאן' אויסגאבע.
יעצט געענדיגט ליינען. איך בין אפיציעל אין כעס. רשעים ארורים!!!

וואו איז די ווארענונג ’נישט פאר שוואכע הערצער’? מדארף דאס קענען דערהייבן נאר צו ליינען
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 50

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך האסלער »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 11:46 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:30 pm אין די 'אינגערמאן' אויסגאבע.
יעצט געענדיגט ליינען. איך בין אפיציעל אין כעס. רשעים ארורים!!!

וואו איז די ווארענונג ’נישט פאר שוואכע הערצער’? מדארף דאס קענען דערהייבן נאר צו ליינען
אויך יעצט געענדיקט ליינען, רשעים איז א אנדער סטעיטמענט...
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 492
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 878

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:28 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:18 pm
עס איז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו שרייבסט דא, פארוואס האט הגה''צ ר' יוחנן וואזנער נישט געהערט פון די עדות? פארוואס זענען די רבנים נישט ארויסגעקומען קעגן עם? עס איז יודע אז היימישע עשירים פון מונטריאול און אמעריקא וואס האבן עם געשטיצט
שלמה איז געווען א וועלט'ס חכם, און א היפנעטייזער.

ס'איז געווען זייער שווער צו כאפן אז ער פארקויפט בעלאוני.
ער האט פארקויפט אז די קוקסט זיינע ספרים
כ'האב געזען זיינע ספרים, ס'קען אפשר כאפן פאר איין מינוט אבער נאכדעם כאפט מען אז ס'איז גארנישט מיט נישט.

אויך האב איך געהערט פון הרה''ג רבי שלום גליק זז''ג דומ''ץ טאהש וומס''ב אז ער האט געלערנט מיט אים בחברותא בימים ההם ווען ס'איז געווען די מצב אז ער איז א היימישער, ער זאגט אז ער האט געהאט א פליעדיגע קאפ אבער שרעקליך אויבערפלעכליך אן קיין שום טיפע הבנה. יעדער וואס איז נאר אריין צו אים ווען ער האט נאך געוואוינט אין קאנאדא קען דאס מעיד זיין אז ער איז געווען א גוטע חוש'ער און פלעגט רעדן אזוי לאנג אז ס'איז דיר פארגאנגען דעם אפיטיט צו פרעגן ווייטער.

איין מעלה האט ער געהאט אז ער איז געווען זייער כאריזמאטיש. וואס זיינע מ''מ האבן בכלל נישט
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
איך וויל זיין ערליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
Location: ישראל
x 60

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך איך וויל זיין ערליך »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:26 pm
שבת סעודה
גענומען דורך א גוי

ביסט זיכער אז ס'איז גענומען דורך א גוי? אדער אפשר איז דאס געכאפט געווארן מחשש פיקוח נפש.....

ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס אלע גיין מיט א וייסע שמאטע אויפן קאפ און נאר איינער מיט א ברוינע, אפשר אלץ עונש?....
ווילסאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:09 pm
x 68

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך ווילסאן »

איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 7:55 am
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:26 pm
שבת סעודה
גענומען דורך א גוי

ביסט זיכער אז ס'איז גענומען דורך א גוי? אדער אפשר איז דאס געכאפט געווארן מחשש פיקוח נפש.....

ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס אלע גיין מיט א וייסע שמאטע אויפן קאפ און נאר איינער מיט א ברוינע, אפשר אלץ עונש?....
מערקט אויף פונעם קיאו אר קאוד אז א ווידיאו וואס איז געכאפט געווארן שבת, ווערט פארשפרייט דורכן אפיציעלן לב טמא אקאונט.

פקוח נפש איט איז..
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 504
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5290

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

צווייטער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 7:48 am
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:48 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:28 pm

שלמה איז געווען א וועלט'ס חכם, און א היפנעטייזער.

ס'איז געווען זייער שווער צו כאפן אז ער פארקויפט בעלאוני.
ער האט פארקויפט אז די קוקסט זיינע ספרים
כ'האב געזען זיינע ספרים, ס'קען אפשר כאפן פאר איין מינוט אבער נאכדעם כאפט מען אז ס'איז גארנישט מיט נישט.

אויך האב איך געהערט פון הרה''ג רבי שלום גליק זז''ג דומ''ץ טאהש וומס''ב אז ער האט געלערנט מיט אים בחברותא בימים ההם ווען ס'איז געווען די מצב אז ער איז א היימישער, ער זאגט אז ער האט געהאט א פליעדיגע קאפ אבער שרעקליך אויבערפלעכליך אן קיין שום טיפע הבנה. יעדער וואס איז נאר אריין צו אים ווען ער האט נאך געוואוינט אין קאנאדא קען דאס מעיד זיין אז ער איז געווען א גוטע חוש'ער און פלעגט רעדן אזוי לאנג אז ס'איז דיר פארגאנגען דעם אפיטיט צו פרעגן ווייטער.

איין מעלה האט ער געהאט אז ער איז געווען זייער כאריזמאטיש. וואס זיינע מ''מ האבן בכלל נישט
הגה''צ ר' אליעזר חיים בלום זצ''ל איז געגאנגען זיך טענה'ן מיט אים בנוגע זיינע קינדער. ביפאר דעם שמועס האט שלמה געמאכט א 'דיסקלעימער' און געזאגט 'איר זאלט וויסן אז איר רעדט מיט א איד וועלעכע קען בעל פה בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, זוהר, כתבי אר''י. האט אים ר' אליעזר חיים געבעטן ער זאל אויסרעכענען אלע גמרות פון יע''ל קג''ם.... שלמה האט נישט געקענט!
► Show Spoiler
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2374
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7433

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א מין כת דאס...
זינגען אוו טאן, און אז מען זינגט שוין יא א היימישע ניגון מוז די ניגון ווערן דירעקט פארדרייעט פון ווי אזוי עס ווערט געזעצט ביי כלל ישראל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 97

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך עהעם »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 9:58 am א מין כת דאס...
זינגען אוו טאן, און אז מען זינגט שוין יא א היימישע ניגון מוז די ניגון ווערן דירעקט פארדרייעט פון ווי אזוי עס ווערט געזעצט ביי כלל ישראל...
זיי זענען זייער מקפיד אויף דקדוק, אויך אויף מלרע ומלעיל, וכו'.
אין זייערע ספרים זעט מען אויך א שטארקע דגוש ווי אזוי די פסוקים ווערן אראפגעברענגט
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2331

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 6:48 pm ווער זאגט אז אזעלכע אידען באלאנגען נישט אין תפיסה, כדי ס'זאל אפשרעקן אנדערע וואס קלערן פון טאהן אזעלכע סארט מעשים?

אזא זאך דארף א פסק פון א גאר ערענסטע דע"ת מיט א ברייטע מח וכו' וואס איז באהאווענט אין אלע פרטים וכו'.
הרב חיד''ו שליט''א האט קלאר גע'פסק'נט פאר די עסקנים אז מ'איז מחויב ע''פ תורה צו ארעסטירן יעדע איינע פון די מנהיגים פון דעם כת.

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:18 am
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 7:48 am
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:48 pm

ער האט פארקויפט אז די קוקסט זיינע ספרים
כ'האב געזען זיינע ספרים, ס'קען אפשר כאפן פאר איין מינוט אבער נאכדעם כאפט מען אז ס'איז גארנישט מיט נישט.

אויך האב איך געהערט פון הרה''ג רבי שלום גליק זז''ג דומ''ץ טאהש וומס''ב אז ער האט געלערנט מיט אים בחברותא בימים ההם ווען ס'איז געווען די מצב אז ער איז א היימישער, ער זאגט אז ער האט געהאט א פליעדיגע קאפ אבער שרעקליך אויבערפלעכליך אן קיין שום טיפע הבנה. יעדער וואס איז נאר אריין צו אים ווען ער האט נאך געוואוינט אין קאנאדא קען דאס מעיד זיין אז ער איז געווען א גוטע חוש'ער און פלעגט רעדן אזוי לאנג אז ס'איז דיר פארגאנגען דעם אפיטיט צו פרעגן ווייטער.

איין מעלה האט ער געהאט אז ער איז געווען זייער כאריזמאטיש. וואס זיינע מ''מ האבן בכלל נישט
הגה''צ ר' אליעזר חיים בלום זצ''ל איז געגאנגען זיך טענה'ן מיט אים בנוגע זיינע קינדער. ביפאר דעם שמועס האט שלמה געמאכט א 'דיסקלעימער' און געזאגט 'איר זאלט וויסן אז איר רעדט מיט א איד וועלעכע קען בעל פה בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, זוהר, כתבי אר''י. האט אים ר' אליעזר חיים געבעטן ער זאל אויסרעכענען אלע גמרות פון יע''ל קג''ם.... שלמה האט נישט געקענט!
► Show Spoiler
לו יהא אז ער וואלט יא געקענט דעם יעל כגם, און ער וואלט יא געקענט כל התורה כולה בעל פה, זאגט דאס גארנישט אויף צו קוואליפייען א מענטש צו זיין ראוי צו פירן א געזונטע קהילה. מ'קען זיין א גרויסער תלמיד חכם אבער נישט האבן די אומנות פון זיין א געזונטער מנהיג
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 504
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5290

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:06 am
פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 6:48 pm ווער זאגט אז אזעלכע אידען באלאנגען נישט אין תפיסה, כדי ס'זאל אפשרעקן אנדערע וואס קלערן פון טאהן אזעלכע סארט מעשים?

אזא זאך דארף א פסק פון א גאר ערענסטע דע"ת מיט א ברייטע מח וכו' וואס איז באהאווענט אין אלע פרטים וכו'.
הרב חיד''ו שליט''א האט קלאר גע'פסק'נט פאר די עסקנים אז מ'איז מחויב ע''פ תורה צו ארעסטירן יעדע איינע פון די מנהיגים פון דעם כת.
אזוי האט אויך גע'פסק'נט הגה''צ ר' מעכיל שטיינמעטץ שליט''א אז על פי תורה איז א מצוה רבה יעדער פון די הנהלה איינצושפארן.
הגה''צ ר' מעכיל האט געפרעגט ווי לאנג גייט נאך נחמן זיצן אין תפיסה, האט מען אים געענטפערט נאך 4 יאר, האט דער דיין שליט''א געפרעגט 'מ'קען גארנישט טון צו פארלענגערן זיין סענטעסינג?'
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1464
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4668

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

עהעם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:04 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 9:58 am א מין כת דאס...
זינגען אוו טאן, און אז מען זינגט שוין יא א היימישע ניגון מוז די ניגון ווערן דירעקט פארדרייעט פון ווי אזוי עס ווערט געזעצט ביי כלל ישראל...
זיי זענען זייער מקפיד אויף דקדוק, אויך אויף מלרע ומלעיל, וכו'.
אין זייערע ספרים זעט מען אויך א שטארקע דגוש ווי אזוי די פסוקים ווערן אראפגעברענגט
עניטינג נישט לערנען איז אקעי. די מח דארף זיין געשלאסן. דע האנהאלע זאגט וואס דער אויבערשטער וויל, די גמרא שו”ע והפוסקים זאלן נישט אריינקומען דא צושטערן די גאנצע מעשה, ארויס פון בבל! דא איז דא א קאנטראל-רעליגיע, תורת השם און רצון השם לאזט מען פאר די עירוב רב.

דא איז דא א הנהאלע, חכם, ריש סידרא, ריש מתיבתא, מלקות, פעטש, רציחה, גיטין, הונגער ביי דיזיין, כיס אחד, און אויכעט דיקדוק מלעיל מלרע 🙏
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
איך וויל זיין ערליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
Location: ישראל
x 60

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך איך וויל זיין ערליך »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 9:58 am א מין כת דאס...
זינגען אוו טאן, און אז מען זינגט שוין יא א היימישע ניגון מוז די ניגון ווערן דירעקט פארדרייעט פון ווי אזוי עס ווערט געזעצט ביי כלל ישראל...
:lol:
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 262

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך ר' משה »

דעיס איז זייער גאנצע עולם?
איך וויל זיין ערליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
Location: ישראל
x 60

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך איך וויל זיין ערליך »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:17 am
דא איז דא א הנהאלע, חכם, ריש סידרא, ריש מתיבתא, מלקות, פעטש, רציחה, גיטין, הונגער ביי דיזיין, כיס אחד, און אויכעט דיקדוק מלעיל מלרע 🙏
וו האט איינער געזאגט אז אלעס איז דארט אזוי ווי אמאל מלקות בית דין א.ד.ג. חוץ פון די תורה, כ'מיין אז זיי זענען נאך צוריק צו די צייטן פון די דור המבול וד"ל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6244

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

עהעם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:13 am לו יהא אז ער וואלט יא געקענט דעם יעל כגם, און ער וואלט יא געקענט כל התורה כולה בעל פה, זאגט דאס גארנישט אויף צו קוואליפייען א מענטש צו זיין ראוי צו פירן א געזונטע קהילה. מ'קען זיין א גרויסער תלמיד חכם אבער נישט האבן די אומנות פון זיין א געזונטער מנהיג
זיין פראבלעם איז נישט געווען אז ער איז נישט "ראוי" צו פירן א "געזונטע" קהלה. מיט אנטשולדיגונג.
אוועיטער
Media
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:00 pm
x 144

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Media »

Media האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:02 am בילד

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=S ... tegories=1
איינער קען עס דרייווען?
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1228
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4060

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1519
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2439

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:14 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:06 am
פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 6:48 pm ווער זאגט אז אזעלכע אידען באלאנגען נישט אין תפיסה, כדי ס'זאל אפשרעקן אנדערע וואס קלערן פון טאהן אזעלכע סארט מעשים?

אזא זאך דארף א פסק פון א גאר ערענסטע דע"ת מיט א ברייטע מח וכו' וואס איז באהאווענט אין אלע פרטים וכו'.
הרב חיד''ו שליט''א האט קלאר גע'פסק'נט פאר די עסקנים אז מ'איז מחויב ע''פ תורה צו ארעסטירן יעדע איינע פון די מנהיגים פון דעם כת.
אזוי האט אויך גע'פסק'נט הגה''צ ר' מעכיל שטיינמעטץ שליט''א אז על פי תורה איז א מצוה רבה יעדער פון די הנהלה איינצושפארן.
הגה''צ ר' מעכיל האט געפרעגט ווי לאנג גייט נאך נחמן זיצן אין תפיסה, האט מען אים געענטפערט נאך 4 יאר, האט דער דיין שליט''א געפרעגט 'מ'קען גארנישט טון צו פארלענגערן זיין סענטעסינג?'
די מעשה מיט זיין שוועסטער?

זיין נעפיו איז דאך שוין אינדרויסן
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 993
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1387

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

ר' משה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:20 am דעיס איז זייער גאנצע עולם?
ניין,

אבער ביי די פרויען איז דא מער,
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2331

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אוריאל גאלדמאן אליינס האט שוין קאנפירמד אז ער גייט טאקע אוועק פון לב טהור.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6244

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:19 am אוריאל גאלדמאן אליינס האט שוין קאנפירמד אז ער גייט טאקע אוועק פון לב טהור.
איך האב געהערט פון איינע פון די עסקנים (אקטיוו אבער נישט פון די ראשי עסקנים) אז זיי ווייסן נאכנישט אויב עס איז אמת ביז ווי לאנג מען זעט עס נישט געשען בפועל.
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 2331

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:20 am
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:19 am אוריאל גאלדמאן אליינס האט שוין קאנפירמד אז ער גייט טאקע אוועק פון לב טהור.
איך האב געהערט פון איינע פון די עסקנים (אקטיוו אבער נישט פון די ראשי עסקנים) אז זיי ווייסן נאכנישט אויב עס איז אמת ביז ווי לאנג מען זעט עס נישט געשען בפועל.
אה''נ, ער קען איינרעדן, אבער ער פארדינט גארנישט פון חוש'ן ווייל ער באקומט נישט צוריק זיינע קינדער ווילאנג ער געבט נישט איבער קאסטעדי און סיינט אונטער אז ער גייט פארלאזן גוואטעמאלא ביז 30 טעג און אלע אנדערע פארשריפטן וואס מ'דארף נאכקומען בכדי צו זיין פארזיכערט אז ער לאזט טאקע גענצליך איבער די כת.
שרייב פאוסט