אזויווי עטליכע האבן שוין געזאגט, איז נישט פשט אז דארט איז דא א קהילה וואס איז געבויט אויף אידישקייט און ס'איז דא אסאך שלעכטע חלקים אויך, זיי זענען לע"ע נישט קיין אידן, נישט קיין מענטשן, נישט קיין עלטערן און נישט קיין קינדער, בלויז פאפעטס פון די הנהלה. ס'איז נישט שייך אז די טויש זאל געמאכט ווערן אינערהאלב די גרעניצן פון די קהילה, וואס איז בלויז געבויט אויף קאנטראל, און ווען דו נעמסט דאס אוועק ווערט עס צעבלאזן ווי פעדערן אינעם ווינט.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:05 pm און ווער גאראנטירט אז יעצט וועלן זיי זיך נישט צוריק צוזאמנעמען אין פארמירן א נייע חבורה? אין לדבר סוף און מען דארף לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט. יא, די רודפי נפשות דארף מען באשטראפן, די וועלכע זענען א געפאר פאר אנדערע דארף מען אוועקנעמען פון געזעלשאפט, אבער עס איז נישט ריכטיג צו גריבלען אין יענעמ'ס פערזענליכן לעבן און צעשטורעמען זייער נפשות.
עניוועי, איך בין נישט אין יעצט פאר א לאנגע הין און צוריק. וואס איך ברענג ארויס אז עההם'ס נקודות זענען וואלידע און עטליעסט זענען זיי גוט פאר חומר למחשבה. ועל כולם ווערט מען נישט קיין לב טהור'ניק פאר'ן עס זאגן.
די ניקס דא, וכל שם וח'ניק'א דאית ליה, זענען נישט באשולדיגט צו זיין א לב טהור'ניק פארן אויפברענגען נאך א נקודה למחשבה, נאר פארן נאכאנאנד לייקענען דאס וואס הונדערטער מענטשן דערציילן צו האבן געהערט פון די בעלי המעשה, און וואס מערערע עדות'שאפטן פון געוועזענע מיטגלידער זענען עוועיליבעל פארן פובליקום. אבער אין די זעלבע צייט גלייבן יעדער שמויגער און אפרוח וואס זאגט נאר עפעס וואס שטיצט זיין נאראטיוו.
ס'איז נישט נאר איין ספעציפישער נקודה, מיינונג אדער פאוסט. ס'איז די גאנצע בילד וואס ווייזט אז זיי זענען בלויז דא צו איבערדרייען און פארדרייען די קעפ.
יותר ממה שכתבתי יש בלבי, וכשם שקבלתי שכר וכו'.