כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2005
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3604

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 7:49 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
אויב מ'וויל סייווי געבן קאסטעדי פאר א גוי קען מען דאך געבן די קינדער פאר גוים מיט באָרד און פיאות
probably a deal behind the scenes including authorities
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 353

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:24 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
ער דארף אויך זיין אינדערויסן פון גוואטאמאלא ביז 30 טעג?

ניין.

ער טאר נישט קיין שייכות האבן מיט לב טהור מיטגעלידער.

די קינד איז אונטער קאסטעדי פון א לויער.

די מאמע האט צוטריט צום 5 חדשים'דיג קינד, כדאי צו פיטערן.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 65

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

יעצט געהערט אז עס געפינט זיך א יוצא לב טהור אין מאנסי וואס געהערט נאך אין דעם פלאץ במחשבה דיבור ובמעשה. מדארף אכט געבן
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 205

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

עס איז נישט קיין סוד אז זיי האבן מיטגלידער אין די פרייע וועלט וואס זיי האבן פילע סימפאטיע צום כת
לאנדסמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 2:38 am
x 55

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאנדסמאן »

איך ווייס נישט ווער עס האט צוזאמענגענומען די אויסגאבעס, און אויב יענער האט שייכות מיטן כת צו נישט. אבער יעצט נאכדעם וואס דער קאמפיין איז פאריבער מעג מען שוין זאגן אז קיין שלעכטע זאך האט ער נישט געטוהן...

מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?

איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?

זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 364

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך 222555 »

לאנדסמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:50 pm מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?

די זעלבע קשיא האבעך אויף קרעטשמע ווייל נישט נאר די נבלות איז א סכנה פון בחורים און קינדער
נאר דאס אז מקען איינרעדן שקרים אין אידישקייט קען דעמידשן א אינגע מח וואס פארשטייט נאכנישט די חילוק פון זיי און פון וואס מהאט אונז געלערנט
זיי טארן דאס בכלל נישט הערן לדעתי
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 65

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

הרב @222555 אין אייער צווייטער טענה זעה איך נישט איין.

תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.

ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!

אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?

אלא מאי:

ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!

און זאג נאר:

דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!

אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!

ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 364

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך 222555 »

צריכין פרנסה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 12:41 am הרב @222555 אין אייער צווייטער טענה זעה איך נישט איין.

תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.

ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!

אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?

אלא מאי:

ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!

און זאג נאר:

דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!

אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!

ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
זייער קלאר און גוט געזאגט
אבער עס הערן בשעת מעשה איז אנדערש ווי הערן א אמאליגע ש"ץ מעשה וואס יעדער ווייסט שוין ווער זיי זענען געווען
בפרט ווען מאיז א קינד איז נישט אויסגעהאלטן זיי אריינצילייגן אין דעם טראמא בגשמיות און אויך נישט ברוחניות וואו מהערט יענער פון לב טמא ווערט געוואויר אז זיין גאנצע אמונה איז געווען א איינגערעטע אמונה טפילה, עס איז טראמא פאר עלטערע אויך כ"ש פאר אינגערע מחות
עס איז נישט געזינט פאר א קינד דאס צי הערן לייוו עס צעמישט א מח, פינטל.
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 353

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
ווייל דאס קינד איז א בעבי
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 890
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1226

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

222555 האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 3:11 am זייער קלאר און גוט געזאגט
אבער עס הערן בשעת מעשה איז אנדערש ווי הערן א אמאליגע ש"ץ מעשה וואס יעדער ווייסט שוין ווער זיי זענען געווען
בפרט ווען מאיז א קינד איז נישט אויסגעהאלטן זיי אריינצילייגן אין דעם טראמא בגשמיות און אויך נישט ברוחניות וואו מהערט יענער פון לב טמא ווערט געוואויר אז זיין גאנצע אמונה איז געווען א איינגערעטע אמונה טפילה, עס איז טראמא פאר עלטערע אויך כ"ש פאר אינגערע מחות
עס איז נישט געזינט פאר א קינד דאס צי הערן לייוו עס צעמישט א מח, פינטל.
עפ"י רוב ווערט קרעטשמע נישט אויסגעהערט דורך קינדער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אהרן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 205

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5837814

דאס מיינט אז עס איז צוריק דא א שטארקע הנהלה?
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 60

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נחל »

ישר כח פאר אלע באריכטן (הגם מ’מעג זיך אביסל מער איינהאלטן, נו שוין).

איז דא ערגעץ דער אינטערוויאו אינעם ”איד” מיט ר’ ליפא קרויס?
בינה
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 6:31 pm
Location: בארא פארק
x 20

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בינה »

פשוטע שאלה וואס איז פשט אז די רבי אליינס האט זיך געברויכט שווארץ מאכן מיט די גאנצע קידנעפינג מעשה, מען האט נישט געקענט שיקן פון די שיק אינגעלעך?
אן אפן הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:23 pm
x 200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אן אפן הארץ »

כבוד מלכים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 5:16 am
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
ווייל דאס קינד איז א בעבי
ס'דאך אבער דא מער ווי איין בעבי,
אויך ווי באריכטעט האט א פרוי געהאט א קינד דארט פאר עטליכע וואכן צוריק יעצט אינמיטן זיין אין גאס,

קען איינער אויסקלארן?
אן אפן הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:23 pm
x 200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אן אפן הארץ »

לאנדסמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:50 pm מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?

איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?

זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?
ניין, נישט אלעמאל,

אדרבה, קום אריין מיט איידיעס,
סתם אראפרייסן קען איך אויך.
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

בינה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 9:41 am פשוטע שאלה וואס איז פשט אז די רבי אליינס האט זיך געברויכט שווארץ מאכן מיט די גאנצע קידנעפינג מעשה, מען האט נישט געקענט שיקן פון די שיק אינגעלעך?
פיקוח נפש איז מצוה בגדולים
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1455

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

א וויכטיגע קלארמאכונג פאר אלע חברים, נייעס ברענגער און שמועסער.

ווי יעדער זעהט האבן מיר אין דעם טעמע ערלויבט צו רעדן ברייט, זינט דער טעמע ווערט נישט באטראכט ווי א פאליטיק ח"ו, נאר ווי א שוידערליכע קליפה און אן אנגייענדער בארבארישע פרשת רציחה וואס יעדער רב וואס האט זיך אריינגעלייגט צו גובה עדות זיין זאגט קלאר אז דא רעדט מען פון דאס ארגסטע, ארגסטע בגשמיות און ארגסטע ברוחניות, א כת וואס איז לכאורה ארגער ווי די כת ש"ץ אויף וועמען אונזערע רביס און גדולים האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מגלה זיין פני הלוט.

אבער מיר מוזן קלארשטעלן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט שווערע ארבעט דא צו האלטן קאנטראל די לעצטע 2 טעג:

- דעבאטירן א כת און אירע רוצחים בעת זיי שטייען בראש הכת אדער טוען מעשי רציחה, איז אין דעם געהענגל ערלויבט.

- דעבאטירן יחידים, אפילו פריוואטע מענטשן און כ"ש וכ"ש רבנים, צו זיי געהערן צום כת אדער נישט, צו זיי טוען געוויסע מעשים אדער נישט, איז אויסדרוקליך "נישט" ערלויבט.

יעדער פארשטייט אז דא ווערט שוין א דינע ליין וואו דער גבול איז, איינער איז זיכער אויף איינעם אז ער איז אן אגענט, דער צווייטער וועט זיין זיכער אויף א צווייטן ווייל ער איז כמעט זיכער א חבר מיט'ן דריטן, אא"וו. דאס קען בשו"א נישט זיין אויף אזא אויסגעהאלטענע און פרידליכע פלאטפארמע וואס אידטיש שטעלט פאר.

יישר כח פאר'ן צוהעלפן, און יישר כח פאר'ן פארשטיין.
זכריה
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 38

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זכריה »

איינער ווייסט אויב מדארף האבן הילף מיט'ן זיין מיט די קינדער? מזוכט מענטשן, מענער - פרויען זאלן אראפפארן זיך אפגעבן מיט די קינדער דארט?
מקען קומען אישי
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 353

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

זכריה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 11:54 am איינער ווייסט אויב מדארף האבן הילף מיט'ן זיין מיט די קינדער? מזוכט מענטשן, מענער - פרויען זאלן אראפפארן זיך אפגעבן מיט די קינדער דארט?
מקען קומען אישי
אויפן מינוט נישט...

זיי לאזן יעצט קיינעם אריין צו די קינדער ליידער, צוליב די 'געטרייע' עלטערן פון די קינדער, ואכהמ"ל.

מען טוט פולע השתדלות אין דעם ענין, יעצט אויפן מינוט נאנט צום זמן זיצן נאך טייערע אידן און פראבירן וואס מעגליך צוריק צו שטעלן די אידישע באזוכער'ס.

לאמיר האפן.
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 367

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 11:18 am א וויכטיגע קלארמאכונג פאר אלע חברים, נייעס ברענגער און שמועסער.

ווי יעדער זעהט האבן מיר אין דעם טעמע ערלויבט צו רעדן ברייט, זינט דער טעמע ווערט נישט באטראכט ווי א פאליטיק ח"ו, נאר ווי א שוידערליכע קליפה און אן אנגייענדער בארבארישע פרשת רציחה וואס יעדער רב וואס האט זיך אריינגעלייגט צו גובה עדות זיין זאגט קלאר אז דא רעדט מען פון דאס ארגסטע, ארגסטע בגשמיות און ארגסטע ברוחניות, א כת וואס איז לכאורה ארגער ווי די כת ש"ץ אויף וועמען אונזערע רביס און גדולים האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מגלה זיין פני הלוט.

אבער מיר מוזן קלארשטעלן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט שווערע ארבעט דא צו האלטן קאנטראל די לעצטע 2 טעג:

- דעבאטירן א כת און אירע רוצחים בעת זיי שטייען בראש הכת אדער טוען מעשי רציחה, איז אין דעם געהענגל ערלויבט.

- דעבאטירן יחידים, אפילו פריוואטע מענטשן און כ"ש וכ"ש רבנים, צו זיי געהערן צום כת אדער נישט, צו זיי טוען געוויסע מעשים אדער נישט, איז אויסדרוקליך "נישט" ערלויבט.

יעדער פארשטייט אז דא ווערט שוין א דינע ליין וואו דער גבול איז, איינער איז זיכער אויף איינעם אז ער איז אן אגענט, דער צווייטער וועט זיין זיכער אויף א צווייטן ווייל ער איז כמעט זיכער א חבר מיט'ן דריטן, אא"וו. דאס קען בשו"א נישט זיין אויף אזא אויסגעהאלטענע און פרידליכע פלאטפארמע וואס אידטיש שטעלט פאר.

יישר כח פאר'ן צוהעלפן, און יישר כח פאר'ן פארשטיין.
און בשם כל הקהל הקודש טוען מיר טאקע אויסדריקן אן האציגע הכרת הטוב פאר די מנהלים פון דעם פלאץ, פארן געבן די געלעגנהייט צו דעסקאסן די ברענעדיגע טעמע, אויף א כשר'ן איידעלען אויסגעהאלטענעם אופן,
און די אמת איז נישט נאר בשם תושבי אתרא קדישא הדין נאר גאנץ כלל ישראל, גיבט נאר א קוק וויפיל פרעמדע וואס זייערע אויגן זענען געוואנדן דא אהער, אלס די סאמע איינציגסטע אויסגעהאלטענע פלאץ פאר די זאך.
אשריכם!
חסיד נלהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 134

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חסיד נלהב »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 7:49 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
אויב מ'וויל סייווי געבן קאסטעדי פאר א גוי קען מען דאך געבן די קינדער פאר גוים מיט באָרד און פיאות
:lol:
ווערעצקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:52 pm
x 46

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווערעצקי »

דעם שב"ק איז פארגעקומען א קידוש ביי א "יוצא" פון "לב טהור", איינוואוינער אין וויליאמסבורג.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

די בעל שמחה איז א זון פון משה יוסף ראזנער, איידעם פון מאיר ישכר ראזנער.
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:29 pm
יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 1:02 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:55 am

כשטיי און קוק אויף דאס בילד. איך זעה דא חושך ואפילה, גארנישט ווייס. מבהיל על הרעיון, עס רודערט מיר ביים קאפ, די צורת הפרצופים דערציילט מיר חושך ואפילה, תוהו ובוהו, צומישעניש צוחושעניש, תעי לבב הם, שווארץ צומישט, קיין מסורה, קיין תורה, אפגעהאקט פונעם אויבערשטן פארקערט פון זייער לכאורה’דיגע רצון צו זיין דבוק אינעם אויבערשטן דורכן לערנען פרקי התבוננות... מרייסט שטיקער פון זיך (?) און פון יענעם (זיכער!!!). העלאו ערעב איד, דער אויבערשטער איז בכלל נישט דארטן וואו דו מיינסט!!! ער וויל נישט דאס וואס דו מיינסט!!! תורת ה’ תמימה משיבת נפש, ענקערע נפשות זענען צובוזשעוועט!!!!
איך מיין אז ר' אהרן ארי' איז א איידעלע נשמה ער שלאגט נישט און ער פארפירט נישט איך האב נאכקיינמאל געהערט אז מען זאל עם עפעס באשולדיגן, זיין אפיציעלע אויפגאבע איז דארט אלס דיין
הרה"ג רבי עזרה משה קאירא שליט"א דערציילט א מעשה מיט א קינד וואס די רוצחים האבן נישט געוואלט מתיר זיין צו עסן ברויט נאכ'ן כמעט צוזאמפאלן, כאטש די ברויט האט נישט געהאט קיין אייער.

פארוואס? ווייל וויבאלד די זעלבע האבן קודן געוואלט געבן ברויט וואס האט יא אייער, זענען זיי מער נישט נאמן צו זאגן אויף די ברויט אז ס'האט נישט אייער.

דער דיין הרוצח איז געווען די איידעלע נשמה פון וועמען דו רעדסט.
הרב מארקוס פארציילט א ענדליכע זאך. אז איינע פון די פאר זאכן וואס מ’האט ערלויבט צו עסן איז געווען בונדלעך.
און מ’פלעגט קויפן פון מארק גאנצעטע זעק מיט רויע אפגעשיילטע בונדלעך און פארטיילן פארן ציבור.

איין טאג האט איינער אויפגעפאסט אז די בונדלעך האט א שטיקל גלאנץ, איז ער געגאנגן צו בי’’ד פרעגן אויב מ’מעג עס עסן, און בי’’ד האט באשלאסן אז אויב גלאנצט עס איז עס זיכער געשמירט, און אויב עס איז עס געשמירט איז עס זיכער מיט שומן חזיר, במילא איז אסור מהיום והלאה צו עסן סיי וואסערע בונדלעך.

למעשה האט זיך איינער פון די חברה ארויסגעכאפט אין מארק און געקויפט בונדלעך גלייך פון שניט וואס ליגט נאך אין די שאלעכץ, און מ’האט געזעהן אז יענע בונדלעך גלאנצן אויך, פשט אז די גלאנץ איז א נאטורליכע זאך.

איז ער געגאנגן צו בי’’ד ווייזן די אומאפגעשיילטע בונדלעך אז ס’גלאנצט אויכט, אבער בי’’ד האט געזאגט אז איינמאל ס’איז ארויס א איסור קען מען עס שוין מער נישט מתיר זיין.

למעשה שפעטער האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און צוריק מתיר געווען צו עסן בונדלעך ווייל דער עולם האט ממש געהונגערט און געווען געפערליך אפגעשוואכט ווייל זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן.
שרייב פאוסט