כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13758

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:04 pm
מעביר על המידות האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:00 pm
ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:49 pm

איך פארשטיי נישט, נאר ענק אין הוצל טמא מעגן מדמה זיין גאנץ כלל ישראל צו די גוים ?
והשנית קיינער האלט טאקע נישט אז לוי אראן ברויך ארויסקומען.
מי הוא זה לוי אראן
ויקם דור חדש
פון לייבי קלעצקי האסטו שוין געהערט ?
איך רייב זיך די אויגן... אונז ווערן שוין אלע ווייס?...

או יאמר: אזעלכע יונגע ניקס פארמאגן מיר דא?..
מעביר על המידות
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 7:29 pm
Location: usa
x 6

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעביר על המידות »

געהערט פין לייבי קלעצקי נישט געוואוסט די נאמען פין זיין רוצח - אביסל מער פרטים איבער אים?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4983

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איינמאל א איד איז מער נישט שעדליך, זעה איך נישט די היתר צו רעדן קעגן א יחיד. שמא עשה תשובה אדער בודאי עשה תשובה.
קאכעדיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
Location: אריין די קארנער
x 33

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קאכעדיג »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:11 pm
ליכטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:04 pm
מעביר על המידות האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:00 pm

מי הוא זה לוי אראן
ויקם דור חדש
פון לייבי קלעצקי האסטו שוין געהערט ?
איך רייב זיך די אויגן... אונז ווערן שוין אלע ווייס?...

או יאמר: אזעלכע יונגע ניקס פארמאגן מיר דא?..
לייבי קלעצקי איז ערמארדעט געווארן איבער 13 יאר צוריק.

ער קען זיין 20 יאר, און ער איז ס"ה געווען 6/7 יאר ביי די מעשה. ער מ'האט נישט געדארפט קענען די נאמען פונעם רוצח אין די עידזש.

די יארן לויפן...
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 983
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2118

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דעת קדשי »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
אויב מ'וויל סייווי געבן קאסטעדי פאר א גוי קען מען דאך געבן די קינדער פאר גוים מיט באָרד און פיאות
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1372
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2314

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 7:49 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
אויב מ'וויל סייווי געבן קאסטעדי פאר א גוי קען מען דאך געבן די קינדער פאר גוים מיט באָרד און פיאות
probably a deal behind the scenes including authorities
כבוד מלכים
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:24 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
ער דארף אויך זיין אינדערויסן פון גוואטאמאלא ביז 30 טעג?

ניין.

ער טאר נישט קיין שייכות האבן מיט לב טהור מיטגעלידער.

די קינד איז אונטער קאסטעדי פון א לויער.

די מאמע האט צוטריט צום 5 חדשים'דיג קינד, כדאי צו פיטערן.
לעבער אייער
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
צריכין פרנסה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 53

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

יעצט געהערט אז עס געפינט זיך א יוצא לב טהור אין מאנסי וואס געהערט נאך אין דעם פלאץ במחשבה דיבור ובמעשה. מדארף אכט געבן
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 77

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

עס איז נישט קיין סוד אז זיי האבן מיטגלידער אין די פרייע וועלט וואס זיי האבן פילע סימפאטיע צום כת
לאנדסמאן
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 2:38 am
x 43

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאנדסמאן »

איך ווייס נישט ווער עס האט צוזאמענגענומען די אויסגאבעס, און אויב יענער האט שייכות מיטן כת צו נישט. אבער יעצט נאכדעם וואס דער קאמפיין איז פאריבער מעג מען שוין זאגן אז קיין שלעכטע זאך האט ער נישט געטוהן...

מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?

איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?

זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 159

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך 222555 »

לאנדסמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:50 pm מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?

די זעלבע קשיא האבעך אויף קרעטשמע ווייל נישט נאר די נבלות איז א סכנה פון בחורים און קינדער
נאר דאס אז מקען איינרעדן שקרים אין אידישקייט קען דעמידשן א אינגע מח וואס פארשטייט נאכנישט די חילוק פון זיי און פון וואס מהאט אונז געלערנט
זיי טארן דאס בכלל נישט הערן לדעתי
צריכין פרנסה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 53

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

הרב @222555 אין אייער צווייטער טענה זעה איך נישט איין.

תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.

ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!

אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?

אלא מאי:

ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!

און זאג נאר:

דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!

אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!

ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 159

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך 222555 »

צריכין פרנסה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 12:41 am הרב @222555 אין אייער צווייטער טענה זעה איך נישט איין.

תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.

ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!

אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?

אלא מאי:

ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!

און זאג נאר:

דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!

אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!

ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
זייער קלאר און גוט געזאגט
אבער עס הערן בשעת מעשה איז אנדערש ווי הערן א אמאליגע ש"ץ מעשה וואס יעדער ווייסט שוין ווער זיי זענען געווען
בפרט ווען מאיז א קינד איז נישט אויסגעהאלטן זיי אריינצילייגן אין דעם טראמא בגשמיות און אויך נישט ברוחניות וואו מהערט יענער פון לב טמא ווערט געוואויר אז זיין גאנצע אמונה איז געווען א איינגערעטע אמונה טפילה, עס איז טראמא פאר עלטערע אויך כ"ש פאר אינגערע מחות
עס איז נישט געזינט פאר א קינד דאס צי הערן לייוו עס צעמישט א מח, פינטל.
כבוד מלכים
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
ווייל דאס קינד איז א בעבי
הדסים
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 127

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

222555 האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 3:11 am זייער קלאר און גוט געזאגט
אבער עס הערן בשעת מעשה איז אנדערש ווי הערן א אמאליגע ש"ץ מעשה וואס יעדער ווייסט שוין ווער זיי זענען געווען
בפרט ווען מאיז א קינד איז נישט אויסגעהאלטן זיי אריינצילייגן אין דעם טראמא בגשמיות און אויך נישט ברוחניות וואו מהערט יענער פון לב טמא ווערט געוואויר אז זיין גאנצע אמונה איז געווען א איינגערעטע אמונה טפילה, עס איז טראמא פאר עלטערע אויך כ"ש פאר אינגערע מחות
עס איז נישט געזינט פאר א קינד דאס צי הערן לייוו עס צעמישט א מח, פינטל.
עפ"י רוב ווערט קרעטשמע נישט אויסגעהערט דורך קינדער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 77

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5837814

דאס מיינט אז עס איז צוריק דא א שטארקע הנהלה?
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 59

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נחל »

ישר כח פאר אלע באריכטן (הגם מ’מעג זיך אביסל מער איינהאלטן, נו שוין).

איז דא ערגעץ דער אינטערוויאו אינעם ”איד” מיט ר’ ליפא קרויס?
בינה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 6:31 pm
Location: בארא פארק
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בינה »

פשוטע שאלה וואס איז פשט אז די רבי אליינס האט זיך געברויכט שווארץ מאכן מיט די גאנצע קידנעפינג מעשה, מען האט נישט געקענט שיקן פון די שיק אינגעלעך?
אן אפן הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:23 pm
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אן אפן הארץ »

כבוד מלכים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 5:16 am
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
ווייל דאס קינד איז א בעבי
ס'דאך אבער דא מער ווי איין בעבי,
אויך ווי באריכטעט האט א פרוי געהאט א קינד דארט פאר עטליכע וואכן צוריק יעצט אינמיטן זיין אין גאס,

קען איינער אויסקלארן?
אן אפן הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:23 pm
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אן אפן הארץ »

לאנדסמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:50 pm מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?

איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?

זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?
ניין, נישט אלעמאל,

אדרבה, קום אריין מיט איידיעס,
סתם אראפרייסן קען איך אויך.
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 102

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

בינה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 9:41 am פשוטע שאלה וואס איז פשט אז די רבי אליינס האט זיך געברויכט שווארץ מאכן מיט די גאנצע קידנעפינג מעשה, מען האט נישט געקענט שיקן פון די שיק אינגעלעך?
פיקוח נפש איז מצוה בגדולים
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 819
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1094

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

א וויכטיגע קלארמאכונג פאר אלע חברים, נייעס ברענגער און שמועסער.

ווי יעדער זעהט האבן מיר אין דעם טעמע ערלויבט צו רעדן ברייט, זינט דער טעמע ווערט נישט באטראכט ווי א פאליטיק ח"ו, נאר ווי א שוידערליכע קליפה און אן אנגייענדער בארבארישע פרשת רציחה וואס יעדער רב וואס האט זיך אריינגעלייגט צו גובה עדות זיין זאגט קלאר אז דא רעדט מען פון דאס ארגסטע, ארגסטע בגשמיות און ארגסטע ברוחניות, א כת וואס איז לכאורה ארגער ווי די כת ש"ץ אויף וועמען אונזערע רביס און גדולים האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מגלה זיין פני הלוט.

אבער מיר מוזן קלארשטעלן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט שווערע ארבעט דא צו האלטן קאנטראל די לעצטע 2 טעג:

- דעבאטירן א כת און אירע רוצחים בעת זיי שטייען בראש הכת אדער טוען מעשי רציחה, איז אין דעם געהענגל ערלויבט.

- דעבאטירן יחידים, אפילו פריוואטע מענטשן און כ"ש וכ"ש רבנים, צו זיי געהערן צום כת אדער נישט, צו זיי טוען געוויסע מעשים אדער נישט, איז אויסדרוקליך "נישט" ערלויבט.

יעדער פארשטייט אז דא ווערט שוין א דינע ליין וואו דער גבול איז, איינער איז זיכער אויף איינעם אז ער איז אן אגענט, דער צווייטער וועט זיין זיכער אויף א צווייטן ווייל ער איז כמעט זיכער א חבר מיט'ן דריטן, אא"וו. דאס קען בשו"א נישט זיין אויף אזא אויסגעהאלטענע און פרידליכע פלאטפארמע וואס אידטיש שטעלט פאר.

יישר כח פאר'ן צוהעלפן, און יישר כח פאר'ן פארשטיין.
זכריה
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
Location: london
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זכריה »

איינער ווייסט אויב מדארף האבן הילף מיט'ן זיין מיט די קינדער? מזוכט מענטשן, מענער - פרויען זאלן אראפפארן זיך אפגעבן מיט די קינדער דארט?
מקען קומען אישי
כבוד מלכים
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

זכריה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 11:54 am איינער ווייסט אויב מדארף האבן הילף מיט'ן זיין מיט די קינדער? מזוכט מענטשן, מענער - פרויען זאלן אראפפארן זיך אפגעבן מיט די קינדער דארט?
מקען קומען אישי
אויפן מינוט נישט...

זיי לאזן יעצט קיינעם אריין צו די קינדער ליידער, צוליב די 'געטרייע' עלטערן פון די קינדער, ואכהמ"ל.

מען טוט פולע השתדלות אין דעם ענין, יעצט אויפן מינוט נאנט צום זמן זיצן נאך טייערע אידן און פראבירן וואס מעגליך צוריק צו שטעלן די אידישע באזוכער'ס.

לאמיר האפן.
שרייב פאוסט