כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 37
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 7:29 pm
- Location: usa
- x 34
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געהערט פין לייבי קלעצקי נישט געוואוסט די נאמען פין זיין רוצח - אביסל מער פרטים איבער אים?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2688
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6246
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איינמאל א איד איז מער נישט שעדליך, זעה איך נישט די היתר צו רעדן קעגן א יחיד. שמא עשה תשובה אדער בודאי עשה תשובה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 162
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 96
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לייבי קלעצקי איז ערמארדעט געווארן איבער 13 יאר צוריק.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 6:11 pmאיך רייב זיך די אויגן... אונז ווערן שוין אלע ווייס?...
או יאמר: אזעלכע יונגע ניקס פארמאגן מיר דא?..
ער קען זיין 20 יאר, און ער איז ס"ה געווען 6/7 יאר ביי די מעשה. ער מ'האט נישט געדארפט קענען די נאמען פונעם רוצח אין די עידזש.
די יארן לויפן...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב מ'וויל סייווי געבן קאסטעדי פאר א גוי קען מען דאך געבן די קינדער פאר גוים מיט באָרד און פיאותAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1976
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3542
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
probably a deal behind the scenes including authoritiesדעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 7:49 pmאויב מ'וויל סייווי געבן קאסטעדי פאר א גוי קען מען דאך געבן די קינדער פאר גוים מיט באָרד און פיאותAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 77
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 340
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:24 pmער דארף אויך זיין אינדערויסן פון גוואטאמאלא ביז 30 טעג?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:23 pm עס איז דא שמועות אז איינער פון די הנהלה האט געווינען א קאורט יעצט צו באקומען זיין קינד, אונטער אויפזיכט פון א גוי (אבי נישט א איד).
ניין.
ער טאר נישט קיין שייכות האבן מיט לב טהור מיטגעלידער.
די קינד איז אונטער קאסטעדי פון א לויער.
די מאמע האט צוטריט צום 5 חדשים'דיג קינד, כדאי צו פיטערן.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 95
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 242
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
- Location: שמים וארץ
- x 63
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעצט געהערט אז עס געפינט זיך א יוצא לב טהור אין מאנסי וואס געהערט נאך אין דעם פלאץ במחשבה דיבור ובמעשה. מדארף אכט געבן
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז נישט קיין סוד אז זיי האבן מיטגלידער אין די פרייע וועלט וואס זיי האבן פילע סימפאטיע צום כת
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך ווייס נישט ווער עס האט צוזאמענגענומען די אויסגאבעס, און אויב יענער האט שייכות מיטן כת צו נישט. אבער יעצט נאכדעם וואס דער קאמפיין איז פאריבער מעג מען שוין זאגן אז קיין שלעכטע זאך האט ער נישט געטוהן...
מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?
איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?
זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?

- פאוסטס: 166
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 352
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די זעלבע קשיא האבעך אויף קרעטשמע ווייל נישט נאר די נבלות איז א סכנה פון בחורים און קינדערלאנדסמאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:50 pm מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?
איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?
זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?
נאר דאס אז מקען איינרעדן שקרים אין אידישקייט קען דעמידשן א אינגע מח וואס פארשטייט נאכנישט די חילוק פון זיי און פון וואס מהאט אונז געלערנט
זיי טארן דאס בכלל נישט הערן לדעתי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
- Location: שמים וארץ
- x 63
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הרב @222555 אין אייער צווייטער טענה זעה איך נישט איין.
תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.
ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!
אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?
אלא מאי:
ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!
און זאג נאר:
דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!
אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!
ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.
ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!
אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?
אלא מאי:
ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!
און זאג נאר:
דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!
אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!
ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 166
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 352
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זייער קלאר און גוט געזאגטצריכין פרנסה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 12:41 am הרב @222555 אין אייער צווייטער טענה זעה איך נישט איין.
תורתינו הקדושה תורת אמת. והאמת עד לעצמו.
קליינע קינדער ווייסן אויך וואס איז די תורה און וואס איז דיקטאטוריע מיט רשעות.
ריכטיג אז אלס כיתה ג' אינגל האסטו צומאל פארשטאנען אז די מלמד שלאגט דיר פון כעס?, דו פארשטייסט וואס איך מיין? קינדער זענען נישט קיין נארנים!
אויב ווילסטו א ראי' חותכת דערויף:
וויאזוי קען זיין אז אידן וואס זענען געוואקסן דארטן פונעם געבורט קומען יעצט ארויס פון דארט, און זאגן אז זיי האבן אסאך אריינגעקלערט וואס די באשעפער האט געוואלט פון זיי, און דעריבער לאזן זיי איבער דער טמא'נער פלאץ?
אלא מאי:
ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, פאר אמת'ע מבקשי אמת אנטפלעקט זיך מיט סייעתא דשמיא די ריכטיגע ווארהייט!!!
און זאג נאר:
דו האסט אויך א פראבלעם ווען מ'פארציילט פאר קינדער אז ש"ץ ימ"ש האט געלערנט די גרעסטע נסתרי תורה, און פארלייגט וועלטן מיט מופתים להפליא, און אנגעצויגן שווערע טויזענטער יראים ושלמים שטיצער, צווישן זיי גאר גרויסע וואס האבן זיך טועה געווען, מיט א חשש אז קינדער און בחורים וועלן מיינען אז מ'קען אויסטוישן אידישקייט???!!!
אויב עפעס, איז די גאנצע סעטואציע דא די גרעסטע ראי' אויף דער וועלט, אז:
מ'קען נישט פארדרייען קיין קעפ!!!
ניכרים דברי אמת, והאמת עד לעצמו!!!
אבער עס הערן בשעת מעשה איז אנדערש ווי הערן א אמאליגע ש"ץ מעשה וואס יעדער ווייסט שוין ווער זיי זענען געווען
בפרט ווען מאיז א קינד איז נישט אויסגעהאלטן זיי אריינצילייגן אין דעם טראמא בגשמיות און אויך נישט ברוחניות וואו מהערט יענער פון לב טמא ווערט געוואויר אז זיין גאנצע אמונה איז געווען א איינגערעטע אמונה טפילה, עס איז טראמא פאר עלטערע אויך כ"ש פאר אינגערע מחות
עס איז נישט געזינט פאר א קינד דאס צי הערן לייוו עס צעמישט א מח, פינטל.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 77
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 340
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווייל דאס קינד איז א בעבילעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עפ"י רוב ווערט קרעטשמע נישט אויסגעהערט דורך קינדער.222555 האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 3:11 am זייער קלאר און גוט געזאגט
אבער עס הערן בשעת מעשה איז אנדערש ווי הערן א אמאליגע ש"ץ מעשה וואס יעדער ווייסט שוין ווער זיי זענען געווען
בפרט ווען מאיז א קינד איז נישט אויסגעהאלטן זיי אריינצילייגן אין דעם טראמא בגשמיות און אויך נישט ברוחניות וואו מהערט יענער פון לב טמא ווערט געוואויר אז זיין גאנצע אמונה איז געווען א איינגערעטע אמונה טפילה, עס איז טראמא פאר עלטערע אויך כ"ש פאר אינגערע מחות
עס איז נישט געזינט פאר א קינד דאס צי הערן לייוו עס צעמישט א מח, פינטל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
- Location: New York State
- x 60
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ישר כח פאר אלע באריכטן (הגם מ’מעג זיך אביסל מער איינהאלטן, נו שוין).
איז דא ערגעץ דער אינטערוויאו אינעם ”איד” מיט ר’ ליפא קרויס?
איז דא ערגעץ דער אינטערוויאו אינעם ”איד” מיט ר’ ליפא קרויס?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 6:31 pm
- Location: בארא פארק
- x 17
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פשוטע שאלה וואס איז פשט אז די רבי אליינס האט זיך געברויכט שווארץ מאכן מיט די גאנצע קידנעפינג מעשה, מען האט נישט געקענט שיקן פון די שיק אינגעלעך?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:23 pm
- x 195
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'דאך אבער דא מער ווי איין בעבי,כבוד מלכים האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 5:16 amווייל דאס קינד איז א בעבילעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:26 pm פארוואס האט זי מער רעכט ווי די אנדערע מאמעס?
אויך ווי באריכטעט האט א פרוי געהאט א קינד דארט פאר עטליכע וואכן צוריק יעצט אינמיטן זיין אין גאס,
קען איינער אויסקלארן?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:23 pm
- x 195
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ניין, נישט אלעמאל,לאנדסמאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:50 pm מיט וואספארא אחריות האט מען געשריבן און פארשפרייט דעם ארטיקל אין אן אויסגאבע וואס ווערט פארטיילט בחינם אזוי אז דערנאך זאלן בחורים אין אלע ישיבות פילעווען אין די דעטאלן בדברים שהצניע יפה להם?
איז טאקע נישט דא בעסערע און מער אויסגעהאלטענע וועגן צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו א קאמפיין?
זיי האבן נאך געלייגט א צעטיל אויף אלע סטענדס אז די אויסגאבע איז נישט געמאכט פאר בחורים... ניטאמאל איז עס גוט פאר וויץ. זענען טאקע אלע גדרים אוועקגעפאלן?
אדרבה, קום אריין מיט איידיעס,
סתם אראפרייסן קען איך אויך.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 842
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1450
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א וויכטיגע קלארמאכונג פאר אלע חברים, נייעס ברענגער און שמועסער.
ווי יעדער זעהט האבן מיר אין דעם טעמע ערלויבט צו רעדן ברייט, זינט דער טעמע ווערט נישט באטראכט ווי א פאליטיק ח"ו, נאר ווי א שוידערליכע קליפה און אן אנגייענדער בארבארישע פרשת רציחה וואס יעדער רב וואס האט זיך אריינגעלייגט צו גובה עדות זיין זאגט קלאר אז דא רעדט מען פון דאס ארגסטע, ארגסטע בגשמיות און ארגסטע ברוחניות, א כת וואס איז לכאורה ארגער ווי די כת ש"ץ אויף וועמען אונזערע רביס און גדולים האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מגלה זיין פני הלוט.
אבער מיר מוזן קלארשטעלן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט שווערע ארבעט דא צו האלטן קאנטראל די לעצטע 2 טעג:
- דעבאטירן א כת און אירע רוצחים בעת זיי שטייען בראש הכת אדער טוען מעשי רציחה, איז אין דעם געהענגל ערלויבט.
- דעבאטירן יחידים, אפילו פריוואטע מענטשן און כ"ש וכ"ש רבנים, צו זיי געהערן צום כת אדער נישט, צו זיי טוען געוויסע מעשים אדער נישט, איז אויסדרוקליך "נישט" ערלויבט.
יעדער פארשטייט אז דא ווערט שוין א דינע ליין וואו דער גבול איז, איינער איז זיכער אויף איינעם אז ער איז אן אגענט, דער צווייטער וועט זיין זיכער אויף א צווייטן ווייל ער איז כמעט זיכער א חבר מיט'ן דריטן, אא"וו. דאס קען בשו"א נישט זיין אויף אזא אויסגעהאלטענע און פרידליכע פלאטפארמע וואס אידטיש שטעלט פאר.
יישר כח פאר'ן צוהעלפן, און יישר כח פאר'ן פארשטיין.

- פאוסטס: 31
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 8:59 am
- Location: london
- x 38
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איינער ווייסט אויב מדארף האבן הילף מיט'ן זיין מיט די קינדער? מזוכט מענטשן, מענער - פרויען זאלן אראפפארן זיך אפגעבן מיט די קינדער דארט?
מקען קומען אישי
מקען קומען אישי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 77
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 340
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויפן מינוט נישט...
זיי לאזן יעצט קיינעם אריין צו די קינדער ליידער, צוליב די 'געטרייע' עלטערן פון די קינדער, ואכהמ"ל.
מען טוט פולע השתדלות אין דעם ענין, יעצט אויפן מינוט נאנט צום זמן זיצן נאך טייערע אידן און פראבירן וואס מעגליך צוריק צו שטעלן די אידישע באזוכער'ס.
לאמיר האפן.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 79
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: מאנסי ניו יארק
- x 358
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און בשם כל הקהל הקודש טוען מיר טאקע אויסדריקן אן האציגע הכרת הטוב פאר די מנהלים פון דעם פלאץ, פארן געבן די געלעגנהייט צו דעסקאסן די ברענעדיגע טעמע, אויף א כשר'ן איידעלען אויסגעהאלטענעם אופן,אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 11:18 am א וויכטיגע קלארמאכונג פאר אלע חברים, נייעס ברענגער און שמועסער.
ווי יעדער זעהט האבן מיר אין דעם טעמע ערלויבט צו רעדן ברייט, זינט דער טעמע ווערט נישט באטראכט ווי א פאליטיק ח"ו, נאר ווי א שוידערליכע קליפה און אן אנגייענדער בארבארישע פרשת רציחה וואס יעדער רב וואס האט זיך אריינגעלייגט צו גובה עדות זיין זאגט קלאר אז דא רעדט מען פון דאס ארגסטע, ארגסטע בגשמיות און ארגסטע ברוחניות, א כת וואס איז לכאורה ארגער ווי די כת ש"ץ אויף וועמען אונזערע רביס און גדולים האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מגלה זיין פני הלוט.
אבער מיר מוזן קלארשטעלן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט שווערע ארבעט דא צו האלטן קאנטראל די לעצטע 2 טעג:
- דעבאטירן א כת און אירע רוצחים בעת זיי שטייען בראש הכת אדער טוען מעשי רציחה, איז אין דעם געהענגל ערלויבט.
- דעבאטירן יחידים, אפילו פריוואטע מענטשן און כ"ש וכ"ש רבנים, צו זיי געהערן צום כת אדער נישט, צו זיי טוען געוויסע מעשים אדער נישט, איז אויסדרוקליך "נישט" ערלויבט.
יעדער פארשטייט אז דא ווערט שוין א דינע ליין וואו דער גבול איז, איינער איז זיכער אויף איינעם אז ער איז אן אגענט, דער צווייטער וועט זיין זיכער אויף א צווייטן ווייל ער איז כמעט זיכער א חבר מיט'ן דריטן, אא"וו. דאס קען בשו"א נישט זיין אויף אזא אויסגעהאלטענע און פרידליכע פלאטפארמע וואס אידטיש שטעלט פאר.
יישר כח פאר'ן צוהעלפן, און יישר כח פאר'ן פארשטיין.
און די אמת איז נישט נאר בשם תושבי אתרא קדישא הדין נאר גאנץ כלל ישראל, גיבט נאר א קוק וויפיל פרעמדע וואס זייערע אויגן זענען געוואנדן דא אהער, אלס די סאמע איינציגסטע אויסגעהאלטענע פלאץ פאר די זאך.
אשריכם!