סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מעמד קימו וקבלו
לקראת מגבית עַל אַף לטובת כוללינו בקרית יואל
ב' פרשת תצוה תשפ"ה לפ"ק
לקראת מגבית עַל אַף לטובת כוללינו בקרית יואל
ב' פרשת תצוה תשפ"ה לפ"ק
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ''ק מרן רבינו שליט''א
https://customer.teleground.com//media/ ... 439300.wav
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א
https://customer.teleground.com//media/ ... 532300.wav
הגה"צ דומ"ץ וראה"כ שליט"א
https://customer.teleground.com//media/ ... 525000.wav
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:43 pm
- Location: ירושלים דאמעריקא
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וואס איז פשט פון די נאמען על אף?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2381
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5589
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
...what a nameAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:48 pmעל אפך וחמתך... נאר א ווערטל. זיי שרייבן אז "על אף" די שווערע עקאנאמישע מצב גייט יעדער געבן שיין געלט.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
גראדע האט מען יעצט געצאלט די ערשטע מאל זייט אנהייב דעם זמן אין כולל ויואל משה, קוקט אויס מ'איז טאקע זייער געדרוקט.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בצל הקודש באריכט: תרומה - תצוה
► Show Spoiler
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
.........ביינאכט איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש וואס דער רבי האט פארופן פאר אלע יתומים פון קהלתינו הק' פון גרעיטער ניו יארק וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון ויואל משה.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד ראש חודש.
דער יושב ראש איז געווען דער בארימטער משמח אלקים ואנשים, מוה״ר יוסף חיים ראטענשטרייך הי״ו, וועלכער האָט מיט זיין שפּרודלדיגע שמחה געברענגט א ליכטיגן שמייכל אויף די יונגע הערצער, און מוה"ר יואל הערש פוקס הי"ו.
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, וואס האט ארויס געברענגט די שווערע יארן פון רבינו הק' הברך משה זי"ע וואס איז געוען א יתום מאב ואם און דער רבי זי"ע האט אים אריין גענומען און אויפגעהאדעוועט ווי אן אייגן קינד, און מיט די אלע שוועריקייטן איז ער אויפגעוואקן דער רבן של כל בני הגולה, און אזוי האט ער אנגעהויבן די הספד אויפן רבין זי"ע יתומים היינו ואין אב,
האט ער געזאגט אז אונז קומען זיך דא צוזאם צו וויסן אז עס איז טאקע יתומים היינו, אבער יש לנו אב, ענק האבן א טאטע, דער רבי שטייט גרייט ווי א טאטע און איז אייביג גרייט פאר ענק סיי וואס ענק דארפן קען יעדע אינגל אדער בחור גיין בעטן.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט ארום גערעדט איבער די כוח התחזקות וואס מיר נעמען ארויס פון די לבנה, אז ווען עס קומט סוף חודש שיינט עס שוין נישט, אבער דעמאלס ווען עס איז אין די נידריגסטע מדריגה הייבט ער אן די מולד פון פריש, דעריבער זענען אידן מונה ללבנה, אז און סיי וועלכע מצב מען איז נאר קען מען זיך מתחזק זיין און פון פריש אנהייבן,
דער רבי האט געטייטש אז המן האט געזאגט יעשו עץ גבוה חמישים אמה, וואס עפעס דייקא פופציג, ווייל ער האט געוואלט מרמז זיין אויפן אות נ', וואס איז מרמז אויף פסוק נפלה לא תוסיף, ער האט מכוון געווען אז אידן זאל נישט האבן קיין תקומה, אבער ער האט נישט מכוון געווען צום סוף פונעם פסוק, נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל אז אידן וועלן שוין מער נישט פאלן, נאר זיך קענען אויפהייבן.
אזוי אויך ביי גאולת מצרים האט מען געזעהן אז משה רבינו האט געזאגט ומאז באתי אל פרעה לדבר בשמך הרע לעם הזה, אז עס איז געווען שוין אין די נידריגסטע מדריגה וואס איז נאך שייך, האט דער אייבישטער געזאגט, עתה תראה, טאקע יעצט ווען מען איז די נידריגסטע, פון דא וועט ארויס קומען די ישועה.
ביי דעם מעמד איז געמאלדן געווארן פאר די יתומים איבער די גרינדונג פון א נייער ארגאניזאציע ״יעודד״, שע״י ק״ק ומוסדות סאטמאר, וואס וועט זיין מיוחד צונויפצונעמען מיט ספּעציעלע פּעולות סיי פאַר אלמנות, סיי פאר יתומים, סיי פאר יתומות.
די נייע ארגאניזאציע שטייט אונטער די פּערזענליכע באגלייטונג פון הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, בשליחות הקודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א מיט א ספּעציעלער ועד בעלי בתים פון עטליכע געקליבענע נגידים ואנשי מעשה, זיך אומצוקוקן אויף די נשברי לב פון אונזער קהלה, להחיותם ולשמחם ולהחזיקם בכל זמן ועידן.
נאכ'ן בענטשן איז דער רבי אריין אין א חדר מיוחד, וואו אלע יתומים זענען אריין פּריוואט צו רבינו שליט״א.
נאכ׳ן שמועס האָט דער רבי שליט״א יעדן עקסטער געשאנקען א גאר טייערער ״אנטיק-לעדערנער סידור״, אריינגעקריצט דעם נאמען - נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד מוה״ר אברהם בנימין קרויס הי״ו.
ביים ארויסגיין האט רבינו שליט״א זיך פערזענליך באדאנקט פאר העסקן הנמרץ מוה״ר יצחק אייזיק וואלטער הי״ו, יו״ר ועד קרן הבנין ״להקים” קרית יואל, ועומד בראש פון ״יעודד״ וועלכער האט אנגעפירט דעם גאנצן מעמד מיט גרויס געטריישאפט.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מנחם אבל ביי הרה"ח ר' אהרן גרשון ענגעל הי"ו, ע"פ אביו הרה"ח ר' יודא לייביש ע"ה:
סאטמאר נייעס און בילדער 
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
סעודת ברית מילה בהיכל ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, ביי אן אור-אייניקל פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אצל נכדו הרה"ג רבי משה חיים לאבין שליט"א רב ביהמ"ד בית כהנא, חתן הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א:
סאטמאר נייעס און בילדער 
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ"ק מרן רבינו שליט"א יעצט אויפדערנאכט ביים שרייבן א אות אינעם ספר תורה בביתו פון גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וְהָעִיר קִרְיַת יוֹאֵל צָהֲלָה וְשָׂמֵחָה!!! היסטאָריע שפּילט זיך אפּ!*
היסטאָרישע ברעכנדע נייעס קומט יעצט אריין מביתו נאוה קודש של כ״ק מרן רבינו שליט״א, וואו עס איז יעצט פארגעקומען א מעמד ״מסיבת לחיים״ צו א זעלטענע פריידיגע אַנטוויקלונג בקורות ימי העיר רבתי עם קרית יואל יצ״ו, מיסודו של רבינו הקדוש זי״ע תחת דגלו והדרכתו של כ״ק מרן רבינו עט״ר שליט״א!
*ויהיו נקראים לפני המלך!*
עס זענען אריינגעקומען אל הקודש פּנימה די חשוב׳ע דעוועלאפּערס פון דער גיגאַנטישער *״פּראַספּעקט״ דעוועלאָפּמענט אין ״בלומינג גראָוו״,* וועלכע זענען אין ברען פון אויפבויען אַ *מעכטיגער מעגא-פּראיעקט פון העכער 2,000 דירות*, פון וועלכע 200 פּראכטפולע דירות *שטייען שוין גרייט, פארטיג צו ווערן גענצליך אין די קומענדיגע געציילטע חדשים בעזר ה׳!*
אינאיינעם מיט די *ראשי קהלתינו הק׳ פון וויליאמסבורג און קרית יואל, ובברכתו ובעידודו פון כ״ק מרן רבינו שליט״א איז בעזר ה׳ אויסגעאַרבעט געווארן, אז די ״גאנצע ערשטע פאַזע״ פון 200 דירות, וועט אי״ה איבערגעגעבן ווערן פאר אנשי שלומינו,* חברי קהלתינו הק׳, תלמידי וחסידי סאטמאר, און דערמיט ברענגען אַן אויסטערלישע הרווחה אינעם כראָנישן דירות מאַנגעל וואס פּלאגט יהדות ניו יארק!!!
ווי די חשוב׳ע דעוועלאפּערס האבן זיך פארפליכטעט וועט אי״ה דארט צוגעשטעלט ווערן אַ *הערליכער ביהמ״ד מפואר ונהדר פאר קהלתינו הקדושה, און אזוי אויך ווערט אויסגעארבעט פּלענער מיט הנהלת המוסדות קרית יואל צו קענען אַהערשטעלן פרישע כתות און בנינים נאָכצוקומען דעם צופלוס פון אַזויפיל פרישע הונדערטער קינדער* בלי עין הרע אין די הייליגע קרית יואל׳ער מוסדות אימפּעריע!
ביי דער מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש של רבינו שליט״א, וואו די דראמאטישע געשעעניש איז ב״ה נגמר געוואָרן בשלימות, האבן זיך באטייליגט *הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, וואס דער רב שליט״א בשליחות פון רבינו שליט״א האט פּערזענליך באַגלייט די גאַנצע אונטערנעמונג אין די לעצטערע תקופה, אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק׳ אין וויליאמסבורג, ראשי קהלתינו הק׳ אין קרית יואל, און די עסקנים פון ״דירה נאה*״ וואס געבן זיך אָפּ אהערצושטעלן דירות רחבות פאר אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר
שטייענדיג ערב דעם פרייליכן ליכטיגן יום טוב פּורים, זענען אנשי שלומינו ששים ושמחים, צו די היסטאָרישע דורכברוך לטובת אנ״ש, להרחיב גבולי עירנו, קהלתינו, מוסדותינו, מיט א ווייטגרייכנדער פּועל יוצא פאר׳ן הייליגן עתיד פון עיר עוז לנו, קרתא קדישא, קרית מלך רב, חדוות ומשוש לבינו ״קרית יואל״!
לויט ווי עס ווערט געמאלדן וועט זיך דער *״דירות פארקויף שוואונג״* אנהייבן תיכף ומיד, וואו אנ״ש וועלן האבן די געלעגנהייט צוצוקומען צו ״מלכות׳דיגע רחבות׳דיגע דירות״ פאר די ״*אויסנאַמליכע ביליגע פּרייזן*״, שוים לכל נפש, ממחרת יום הפּורים הבעל״ט!
אפּליקאציעס פאר די דירות וועלן קענען איבערגעגעבן ווערן אין *די צענטראלע אפיסעס פון קהל יטב לב אין וויליאמסבורג דורך די ״דירה נאה״ קערפּערשאפט און אין די צענטראַלע אפיסעס פון קהל יטב לב אין קרית יואל
סאטמאר שטוינט! סאטמאר קוועלט! וְכָל מַעֲשֵׂה תָקְפוֹ וּגְבוּרָתוֹ!
בכוחו ובזכותו של אותו זקן! הם אמרו פּן ירבה, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

יא אין לאנדאן
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.