עכט וויל איך נישט אריינרעדן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן. איך האף איך וועל נישט אריינגעשלעפט ווערן אין ענדלאזע דעבאטעס.
איך האב געזען א תגובה אויף אייוועלט פון ידידינו הרב @יוד אלף בנוגע עפעס אנדערש, כ'האב שטארק הנאה געהאט און ס'איז נוגע לענינינו.
כמעט גאנץ כלל ישראל (נע, נישט גאנץ, איך רעד פון חרדים) האט די זעלבע השקפה.
די חילוקים, זענען געווענליך איבער זאכן וועלכע זענען נוגע צו די נפש, צו איינעם רעד ברסלב צו איינעם רעד חב”ד וואס איז פרעמד פאר דיין נפש איז נאנט צו מיין נפש. אן דאס איז דאך נישט מעגליך צו באשטימען לויט די מקום ווי מען איז געבוירן.
נישט פארהאנען קיין סאך השקפות און דעריבער איז נישט פארהאנען קיין סאך שיטות איבער די נושא, אויב איר ווייסט פון אסאך, זייט מוחל און ברענגט עס.
דאס אז איינער פסק׳ט ווי רבינו תם און ווארט אויף 72, א צווייטער איז מקפיד שבת אויף זמן תפילה, יענער טראגט יא מיט די עירוב, און פלוני עסט נישט קיין שמאלץ פסח, די דאזיגע ”השקפות” ווערן באטראכט ”פרעמד” ביי די דאזיגע אויף וועמען דער רמב”ם שרייבט אז די ווייטסטע ווי זייערע השגים גרייכט איז יראת העונש.
על פי רוב וועט מען זיך פירן הלכה, לויט ווי מען איז געבוירן, א חוץ ווען מען ווערט שטארק דבוק און א רבי, ווי עס האבן געטוען די תלמידי בעל שם, ותלמידי תלמידיהן, און אזוי האבן געטוען א שיינער טייל אונגארישע אידן וועלכע זענען אנגעקומען נאכן קריג קיין סאטמאר, סקווירא, וכדו׳ דאס האט דאך אבער נישט מיט השקפה צו טוען.
דערנאך איז דא איין נקודה, אז סאטמאר איז זייער סענסיטיוו צו ציונות, און אין סאטמאר האט יעדער א אייגענע לעוועל פון סענסיטיוויטי וויאזוי צו מעסטן ציונות. וואס צו מגדיר זיין אלץ ”פרעמד” איז ממילא נפל פיתא בבירא, וכל ערום יעשה בדעת.
לאמיר נעמען סאטמאר vs מאדערן ארטאדאקס, פארשטייט יעדער אז די core values צווישן די צוויי זענען זייער זייער ווייט, אפילו זיי זענען שומרי תומ''צ, און נישט נאר לגבי ציונות.
ווידעראום, סאטמאר vs פאפא, זענען די צוויי מער ווייניגער די זעלבע, נישט נאר אין די סאמע יסודות נאר אינעם גאנצן הלוך ילך אינעם לעבנסשטייגער אין אלעם. ופשוט הוא.
יעצט לאמיר נעמען וויזשניץ לדוגמא, (ס'איז אזוי מיט אלע א''י חסידות'ער וואס גייען מיט דעם שפאן) לאמיר לייגן פאר א מינוט ציונות מיט אגודה וכו' אין א זייט, אבער אין פאקט זענען זיי מיט אלע אנדערע אידישקייט זאכן, די אלע core values די זעלבע ווי ביי אונז, אנגעהויבן פון לבוש ביז כשרות המאכלים און אלעס בעפאר און נאכדעם און אלעס אינדערמיט.
דא קומט די גרויסע 'אבער', ציונות. מיר זענען זייער סעסעטיוו צו דעם, און מיר שפייען אויס יעדעם וואס איז נישט מיט אונז בשיטה אחת לגבי ציונות.
דא קומט יעדער מיט זיין אייגענע מעסטער וויפיל מ'מעג יא און וויפיל מ'טאר נישט האבן שייכות מיט זיי, מיט חילוקים וחילוקי חילוקים עד אין קץ. ווייל אין פאקט האבן רבותינו הקדושים זיי נישט אפגעסטעמפעלט אלס ציונים, מיר האבן זיי אלס אנגעקוקט פאר ערליכע פרומע אידן, מיר עסן זייערע השגחות, מיר וועלן זיך באנוצן מיט זייערע מקוואות, נאכמער, מיר קוקן זיי אן פאר פרומע אידן וואס זענען 'אנטי-ציונות', נאר ערגעץ ווי האבן זיי א טעות מיט דעם, מיר האבן זיך אפילו משדך געווען צווישן אונז. און מיר האבן שטארק מחשיב געווען זייערע רבי'ס וראשי ישיבות, מ'האט זיי מחשיב געווען סיי אין געדאנק און סיי מחשיב געווען און מכבד געווען באמת בפועל ממש.
ווער האט די ריכטיגע מעסטער? איך ווייס נישט. איך האלט אז איך, אבער דו האלטסט אז דו, וואס זאל איך טון?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.