אויסקלארקונג בנוגע דעם קאנפערענס קאל
איך האב גערעדט יעצט מיט אן עסקן אינעם גרויסן קאמפיין, זאגט ער מיר אזוי:
ר' חיים עזרי' אלטר איז א לעגאלער "יוצא" פון לב טהור, ער האט זיי פארלאזט חדשים צוריק, און ער איז פון די אקטיווע עסקנים אין "כנשתא חדא".
דער קאנפערענס איז נישט מטעם די קאמפיין, נאר דער קאמפיין ארבעט אז יעדע קעיס באקומט געלט באזירט לויט וויפיל די משפחה/חברים/עסקנים אויף די ספעציפישע קעיס ברענגען אריין. די ועד הרבנים גייט דן זיין גענוי וויאזוי צו צוטיילן די געלט, אבער עס גייט זיך שטארק צוטיילן באזירט לויט די קעיסעס, וויפיל זיי האבן אריינגעברענגט דירעקט.
ממילא איז יעדער ערלויבט צו קאמפיינען פאר זיין אייגענע פעידזש, ואדרבה!
דער אינגערמאן האלט שוין נאך די אלע קאורטס וואס ר' אברהם גרינהוט פירט יעצט אן פאר אלע נייע קעיסעס, ער איז שוין לאנג אריבער דעיס, נאר ער דארף יעצט עשרות אלפים צו קענען פשוט און פראסט "ארויסקומען" אהער מיט זיין גאנצע משפחה. עס וועט אפקאסטן א מינימום פון $50,000. אודאי איז א מצוה רבה צו געבן אויף זיין פעידזש און אים העלפן https://www.dryveup.com/mission/13844
(פאר די זעלבע סיבה איז מארקוס גרייט צו געבן אינטערוויו'ס, ער האט אויך א פעידזש, און דארף אויך קריטיש אסאך געלט פאר זיין אייגענעם קעיס).
נאר וואס, יעדער יוצא האט א צווייטע עקספיריענס צו דערציילן פונעם עבר, עס איז געוואנדן אין יעדנס פערסאנאלעטי און אין יעדנס אריבערגאנג, און אויך וויפיל מ'איז גרייט צו עפענען די מחשבה און מויל, ודי למבין. מען דארף נישט נעמען ערנסט יעדעס ווארט און אפלערנען ווי א ראשון. ניין, זיינע יעצטיגע ווערטער אינעם קאנפערענס שפיגלען נישט אפ וואס עס האט זיך אפגעטון אין לב טהור, און ער וואלט אפשר נישט געדארפט רעדן די וועג, אבער ער רעדט פאר זיך אלס יחיד און דאס איז נישט די נושא בכלל. ער איז אויפ'ן וועג ארויס ב"ה, און ער דארף הילף.
וואס אין לב טהור גייט פאר איז דא גענוג און נאך לעבעדיגע עדות וואס רעדן אפן, און מ'קען לאזן הרב אלטר לעבן זיין וועג, מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט ער אנקומען צו א נארמאלער לעבן, מיט יעדנס הילף.