כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2374

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
פיפיגער סוחר
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 9:14 pm
Location: טראוועי
x 80

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך פיפיגער סוחר »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:50 pm https://www.google.com/maps/place/City+ ... FQAw%3D%3D
וואס איז דא ?
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 435

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

פיפיגער סוחר האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:52 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:50 pm https://www.google.com/maps/place/City+ ... FQAw%3D%3D
וואס איז דא ?
עיר בבל...
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 435

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:21 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:33 pm רופט אריין מיטצוהאלטן לייו
יעצט
848-233-1750
IMG_20250304_103751_022.jpg
דער עד האט דאך ניטאמאל די קאמפיין לאגא.

א טיפיקל שפיצל צו לייגן א טריקי עד אין די טעגליכע בלעטלעך.

איך זאג אז ס'איז 90% א לב טהור אקציע. און אויב טאקע, זאל מען זען ווער די חברה זענען! נישט שקצים, נאר פיפיגע שקצים.
גוט מארגן האט נישט אזויפיל שכל צו וועריפייען אזא זאך?

ס'איז די ערשטע מאל אזא שפיצלט פאסירט?
alef
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 4:37 pm
x 25

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך alef »

פיפיגער סוחר האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:16 pmסירדש דא, ביי די טיעמס (וואס איך האב פריער געזען אז ס'איז געווען א טיעם Alter family און יעצט איז נישטא)!
now it shows
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2283
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5325

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

Screenshot 2025-03-04 170327.png
Screenshot 2025-03-04 170327.png (194.92 KiB) געזען געווארן 1770 מאל
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 258

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך אנעקדאט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:21 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:33 pm רופט אריין מיטצוהאלטן לייו
יעצט
848-233-1750
IMG_20250304_103751_022.jpg
דער עד האט דאך ניטאמאל די קאמפיין לאגא.

א טיפיקל שפיצל צו לייגן א טריקי עד אין די טעגליכע בלעטלעך.

איך זאג אז ס'איז 90% א לב טהור אקציע. און אויב טאקע, זאל מען זען ווער די חברה זענען! נישט שקצים, נאר פיפיגע שקצים.
גוט מארגן האט נישט אזויפיל שכל צו וועריפייען אזא זאך?

ס'איז די ערשטע מאל אזא שפיצלט פאסירט?
זיי קענען אויסשפילן די וועריפייקעישאן אויך...

בעבר איז שוין דבר יום אויך געווארן אויסגענארט פון אזא סארט זאך.
אוועיטער
פיפיגער סוחר
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 9:14 pm
Location: טראוועי
x 80

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך פיפיגער סוחר »

alef האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:02 pm
Eric Trump האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:06 pm סירדש דא, ביי די טיעמס (וואס איך האב פריער געזען אז ס'איז געווען א טיעם Alter family און יעצט איז נישטא)!
now it shows
כ'זעה מ'האט עס ציריקגעלייגט. זייער אינטערסאנט (יעצט איז ציריק דא 21 טיעמס)

איינער קען אויסקלארן וואס דא גייט פאר?
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 299

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

דיסקלעימער איך האב נישט געהערט די קאנפערענץ
איך קען ר חיים עזרי וחבריו שוין א לענגערע תקופה און מיין עקספיריענס מיט זיי איז אז זיי האבן מוראדיגע פחדים עד היום צו רעדן פון און אויף די כת ובפרט אויף שלמה העלבראנץ אליין (זיי לייגן אלעס אן אויף די ארימיגע ווי למשל די וויינגארטןס ועוד
ווי אויך איז זיי זייער שווער צו רעדן פערזענליכע איבערגענג זיי וועלן ענדערש רעדן בכלליות פון די גאנצע עולם
אשר על כן סאיז מיר בכלל נישט קיין חידוש ליידער טראומע פון אזויפיל יאר גייט נישט אוועק איו 2 מינוט….
לגבי די געבן פאר זיין פעידש, איך פערזענליך בין געווען אינוואלווד אין זיכער מאכן אז די אידן וואס זענען שוין ארויס א תקופה צוריק און זיצן אין כנישתא חדא ליידער מיט שוועריגקייטן ארויסצופארן פון דארט און משפחה אינדרויסן האבן זיי אויך נישט געהעריג, אז זיי מיט זייערע ידידים זאלן קענען האבן פעידשעס וואס די געלט וועט גייו פאר זיי זיך צו קענען אוועקשטעלן .
אלזא שארט אייך ארויף די ארבל און גיבטס אויף זייערע פעידשעס עס גייט פאר זייער עתיד און זיי זענען געווען די נחשונים ארויסצוגיין און עס קומט זיי אסאך קרעדיט פאר דעמאלט און פאר יעצט וואס זיי האבן א גרויסע יד אין העלפן די עסקנים
ודי בזה
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6090
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13569

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויסקלארקונג בנוגע דעם קאנפערענס קאל


איך האב גערעדט יעצט מיט אן עסקן אינעם גרויסן קאמפיין, זאגט ער מיר אזוי:

ר' חיים עזרי' אלטר איז א לעגאלער "יוצא" פון לב טהור, ער האט זיי פארלאזט חדשים צוריק, און ער איז פון די אקטיווע עסקנים אין "כנשתא חדא".

דער קאנפערענס איז נישט מטעם די קאמפיין, נאר דער קאמפיין ארבעט אז יעדע קעיס באקומט געלט באזירט לויט וויפיל די משפחה/חברים/עסקנים אויף די ספעציפישע קעיס ברענגען אריין. די ועד הרבנים גייט דן זיין גענוי וויאזוי צו צוטיילן די געלט, אבער עס גייט זיך שטארק צוטיילן באזירט לויט די קעיסעס, וויפיל זיי האבן אריינגעברענגט דירעקט.

ממילא איז יעדער ערלויבט צו קאמפיינען פאר זיין אייגענע פעידזש, ואדרבה!

דער אינגערמאן האלט שוין נאך די אלע קאורטס וואס ר' אברהם גרינהוט פירט יעצט אן פאר אלע נייע קעיסעס, ער איז שוין לאנג אריבער דעיס, נאר ער דארף יעצט עשרות אלפים צו קענען פשוט און פראסט "ארויסקומען" אהער מיט זיין גאנצע משפחה. עס וועט אפקאסטן א מינימום פון $50,000. אודאי איז א מצוה רבה צו געבן אויף זיין פעידזש און אים העלפן https://www.dryveup.com/mission/13844


(פאר די זעלבע סיבה איז מארקוס גרייט צו געבן אינטערוויו'ס, ער האט אויך א פעידזש, און דארף אויך קריטיש אסאך געלט פאר זיין אייגענעם קעיס).

נאר וואס, יעדער יוצא האט א צווייטע עקספיריענס צו דערציילן פונעם עבר, עס איז געוואנדן אין יעדנס פערסאנאלעטי און אין יעדנס אריבערגאנג, און אויך וויפיל מ'איז גרייט צו עפענען די מחשבה און מויל, ודי למבין. מען דארף נישט נעמען ערנסט יעדעס ווארט און אפלערנען ווי א ראשון. ניין, זיינע יעצטיגע ווערטער אינעם קאנפערענס שפיגלען נישט אפ וואס עס האט זיך אפגעטון אין לב טהור, און ער וואלט אפשר נישט געדארפט רעדן די וועג, אבער ער רעדט פאר זיך אלס יחיד און דאס איז נישט די נושא בכלל. ער איז אויפ'ן וועג ארויס ב"ה, און ער דארף הילף.

וואס אין לב טהור גייט פאר איז דא גענוג און נאך לעבעדיגע עדות וואס רעדן אפן, און מ'קען לאזן הרב אלטר לעבן זיין וועג, מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט ער אנקומען צו א נארמאלער לעבן, מיט יעדנס הילף.
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 267

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

אן אפן הארץ האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:06 pm
פרייער פויגל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:03 pm
איך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:33 pm רופט אריין מיטצוהאלטן לייו
יעצט
848-233-1750
IMG_20250304_103751_022.jpg
קוקט אויס ווי א אגענט פאר לב טהור.. רעדט אגאנצן צייט ממש נאר גוטס.. (אויך מודה אז עס איז געווען 'אביסל' פראבלעמען...)
כ'קען פארשטיין זיין פערספעקטיוו,
די שווערסטע זאך איז א מענטש זאל קוקן זיין גאנץ לעבן ווי א טעות,
למעשה פילט ער ווי ער האט געהארעוועט, און מצדו איז עס געווען ריין, און ס'איז אמת, און ער קען ווייטער שטאלצירן דערמיט.

אבער במציאות האלט חיים עזרי נישט אזוי, ער רעדט אויף זיי שרעקליכע דיבורים.

במילא איז גאר אינטערסאנט דא די גאנצע שמועס.

איך טראכטן אז עס איז פאלטש??
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 299

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 6:47 pm אויסקלארקונג בנוגע דעם קאנפערענס קאל


איך האב גערעדט יעצט מיט אן עסקן אינעם גרויסן קאמפיין, זאגט ער מיר אזוי:

ר' חיים עזרי' אלטר איז א לעגאלער "יוצא" פון לב טהור, ער האט זיי פארלאזט חדשים צוריק, און ער איז פון די אקטיווע עסקנים אין "כנשתא חדא".

דער קאנפערענס איז נישט מטעם די קאמפיין, נאר דער קאמפיין ארבעט אז יעדע קעיס באקומט געלט באזירט לויט וויפיל די משפחה/חברים/עסקנים אויף די ספעציפישע קעיס ברענגען אריין. די ועד הרבנים גייט דן זיין גענוי וויאזוי צו צוטיילן די געלט, אבער עס גייט זיך שטארק צוטיילן באזירט לויט די קעיסעס, וויפיל זיי האבן אריינגעברענגט דירעקט.

ממילא איז יעדער ערלויבט צו קאמפיינען פאר זיין אייגענע פעידזש, ואדרבה!

דער אינגערמאן האלט שוין נאך די אלע קאורטס וואס ר' אברהם גרינהוט פירט יעצט אן פאר אלע נייע קעיסעס, ער איז שוין לאנג אריבער דעיס, נאר ער דארף יעצט עשרות אלפים צו קענען פשוט און פראסט "ארויסקומען" אהער מיט זיין גאנצע משפחה. עס וועט אפקאסטן א מינימום פון $50,000. אודאי איז א מצוה רבה צו געבן אויף זיין פעידזש און אים העלפן https://www.dryveup.com/mission/13844


(פאר די זעלבע סיבה איז מארקוס גרייט צו געבן אינטערוויו'ס, ער האט אויך א פעידזש, און דארף אויך קריטיש אסאך געלט פאר זיין אייגענעם קעיס).

נאר וואס, יעדער יוצא האט א צווייטע עקספיריענס צו דערציילן פונעם עבר, עס איז געוואנדן אין יעדנס פערסאנאלעטי און אין יעדנס אריבערגאנג, און אויך וויפיל מ'איז גרייט צו עפענען די מחשבה און מויל, ודי למבין. מען דארף נישט נעמען ערנסט יעדעס ווארט און אפלערנען ווי א ראשון. ניין, זיינע יעצטיגע ווערטער אינעם קאנפערענס שפיגלען נישט אפ וואס עס האט זיך אפגעטון אין לב טהור, און ער וואלט אפשר נישט געדארפט רעדן די וועג, אבער ער רעדט פאר זיך אלס יחיד און דאס איז נישט די נושא בכלל. ער איז אויפ'ן וועג ארויס ב"ה, און ער דארף הילף.

וואס אין לב טהור גייט פאר איז דא גענוג און נאך לעבעדיגע עדות וואס רעדן אפן, און מ'קען לאזן הרב אלטר לעבן זיין וועג, מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט ער אנקומען צו א נארמאלער לעבן, מיט יעדנס הילף.
גענאגלט!!
ווי אויך לאמיר נישט פארגעסן פון די אנדערע יוצאים וואס האבן פעידשעס פאר זייער עתיד
(וגם אני הקטן האב א פעידש פאר איינעם פון זיי, נדבות יתקבלו באהבה ובאישי…)
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3979

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איך האב נישט אדורכגעליינט אלע פעידש'עס
איך וויל נאר שרייבן וואס איך ווייס בידיעה ברורה
ר' חיים עזרי' גייט ארום כסדר רעדן אלעס וואס ר' יואל מארקוס רעדט און נאך ערגער ווי דעם
ער האט געפלאנט דאס אלעס צו רעדן אויפן קאנפערענס
ציליב א לעצט מינוטיגע סיבה האט ער זיך געדארפט האלטן דאס מויל
עס איז פארוויקלט פרטים וואס מען קען נישט ארויסגעבן (ווער עס איז טאקע נייגעריג זאל קומען אין אישי)
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

איך האב מיר נישט געפוילט, איך האב גערופן רבי חיים עזרי' אויסצוקלארן וואס דא איז געווען.

סיבת הדברים פארוואס ער האט אזוי גערעדט אויפן קאנפרענס, איז נישט לעת עתה אויף ארויסצושרייבן, אבער איך האב זייער גוט פארשטאנען זיין פוינט... (איינער האט אים לעצט מינוטיג צוגעפיקסט)

דער עיקר איז ער דארף אסאך געלט אויף זיין פעידזש, און אסאך חיזוק.

היינט נאכט 10:00 גייט גארנישט פארקומען.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2374

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

מנהיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 6:47 pm אויסקלארקונג בנוגע דעם קאנפערענס קאל


איך האב גערעדט יעצט מיט אן עסקן אינעם גרויסן קאמפיין, זאגט ער מיר אזוי:

ר' חיים עזרי' אלטר איז א לעגאלער "יוצא" פון לב טהור, ער האט זיי פארלאזט חדשים צוריק, און ער איז פון די אקטיווע עסקנים אין "כנשתא חדא".

דער קאנפערענס איז נישט מטעם די קאמפיין, נאר דער קאמפיין ארבעט אז יעדע קעיס באקומט געלט באזירט לויט וויפיל די משפחה/חברים/עסקנים אויף די ספעציפישע קעיס ברענגען אריין. די ועד הרבנים גייט דן זיין גענוי וויאזוי צו צוטיילן די געלט, אבער עס גייט זיך שטארק צוטיילן באזירט לויט די קעיסעס, וויפיל זיי האבן אריינגעברענגט דירעקט.

ממילא איז יעדער ערלויבט צו קאמפיינען פאר זיין אייגענע פעידזש, ואדרבה!

דער אינגערמאן האלט שוין נאך די אלע קאורטס וואס ר' אברהם גרינהוט פירט יעצט אן פאר אלע נייע קעיסעס, ער איז שוין לאנג אריבער דעיס, נאר ער דארף יעצט עשרות אלפים צו קענען פשוט און פראסט "ארויסקומען" אהער מיט זיין גאנצע משפחה. עס וועט אפקאסטן א מינימום פון $50,000. אודאי איז א מצוה רבה צו געבן אויף זיין פעידזש און אים העלפן https://www.dryveup.com/mission/13844


(פאר די זעלבע סיבה איז מארקוס גרייט צו געבן אינטערוויו'ס, ער האט אויך א פעידזש, און דארף אויך קריטיש אסאך געלט פאר זיין אייגענעם קעיס).

נאר וואס, יעדער יוצא האט א צווייטע עקספיריענס צו דערציילן פונעם עבר, עס איז געוואנדן אין יעדנס פערסאנאלעטי און אין יעדנס אריבערגאנג, און אויך וויפיל מ'איז גרייט צו עפענען די מחשבה און מויל, ודי למבין. מען דארף נישט נעמען ערנסט יעדעס ווארט און אפלערנען ווי א ראשון. ניין, זיינע יעצטיגע ווערטער אינעם קאנפערענס שפיגלען נישט אפ וואס עס האט זיך אפגעטון אין לב טהור, און ער וואלט אפשר נישט געדארפט רעדן די וועג, אבער ער רעדט פאר זיך אלס יחיד און דאס איז נישט די נושא בכלל. ער איז אויפ'ן וועג ארויס ב"ה, און ער דארף הילף.

וואס אין לב טהור גייט פאר איז דא גענוג און נאך לעבעדיגע עדות וואס רעדן אפן, און מ'קען לאזן הרב אלטר לעבן זיין וועג, מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט ער אנקומען צו א נארמאלער לעבן, מיט יעדנס הילף.
גענאגלט!!
ווי אויך לאמיר נישט פארגעסן פון די אנדערע יוצאים וואס האבן פעידשעס פאר זייער עתיד
(וגם אני הקטן האב א פעידש פאר איינעם פון זיי, נדבות יתקבלו באהבה ובאישי…)
דאס מיינט אז רוב פון די יוצאים גייען נישט באקומען קיין הילף עס גייט בעיקר פאר די וואס האבן משפחות?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
עצי בשמים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:51 pm
x 183

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עצי בשמים »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 8:48 pm דאס מיינט אז רוב פון די יוצאים גייען נישט באקומען קיין הילף עס גייט בעיקר פאר די וואס האבן משפחות?
רוב האבן משפחה.
על ההדס ועל ורד שקורין ראזען ועל הלבונה וכיוצא בהם, מברכין בורא עצי בשמים.
פרייער פויגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:16 am
x 320

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך פרייער פויגל »

אנפין נהירין האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 8:43 pm ווי אזוי קומט מען אן? איך הער אנדערע זאכן!
פרייער פויגל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:32 pm
פרייער פויגל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 4:43 pm איינער מיט א רעקארדירונג פון די קאנפערענץ?
מ'קען עס הערן אויף קרעטשמע 6-12
דריק 6 פון די מעין מעניו דערנאך 12. עס ליגט יעצט די ערשטע זאך דארט
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3979

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 8:48 pm
מנהיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 7:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 6:47 pm אויסקלארקונג בנוגע דעם קאנפערענס קאל


איך האב גערעדט יעצט מיט אן עסקן אינעם גרויסן קאמפיין, זאגט ער מיר אזוי:

ר' חיים עזרי' אלטר איז א לעגאלער "יוצא" פון לב טהור, ער האט זיי פארלאזט חדשים צוריק, און ער איז פון די אקטיווע עסקנים אין "כנשתא חדא".

דער קאנפערענס איז נישט מטעם די קאמפיין, נאר דער קאמפיין ארבעט אז יעדע קעיס באקומט געלט באזירט לויט וויפיל די משפחה/חברים/עסקנים אויף די ספעציפישע קעיס ברענגען אריין. די ועד הרבנים גייט דן זיין גענוי וויאזוי צו צוטיילן די געלט, אבער עס גייט זיך שטארק צוטיילן באזירט לויט די קעיסעס, וויפיל זיי האבן אריינגעברענגט דירעקט.

ממילא איז יעדער ערלויבט צו קאמפיינען פאר זיין אייגענע פעידזש, ואדרבה!

דער אינגערמאן האלט שוין נאך די אלע קאורטס וואס ר' אברהם גרינהוט פירט יעצט אן פאר אלע נייע קעיסעס, ער איז שוין לאנג אריבער דעיס, נאר ער דארף יעצט עשרות אלפים צו קענען פשוט און פראסט "ארויסקומען" אהער מיט זיין גאנצע משפחה. עס וועט אפקאסטן א מינימום פון $50,000. אודאי איז א מצוה רבה צו געבן אויף זיין פעידזש און אים העלפן https://www.dryveup.com/mission/13844


(פאר די זעלבע סיבה איז מארקוס גרייט צו געבן אינטערוויו'ס, ער האט אויך א פעידזש, און דארף אויך קריטיש אסאך געלט פאר זיין אייגענעם קעיס).

נאר וואס, יעדער יוצא האט א צווייטע עקספיריענס צו דערציילן פונעם עבר, עס איז געוואנדן אין יעדנס פערסאנאלעטי און אין יעדנס אריבערגאנג, און אויך וויפיל מ'איז גרייט צו עפענען די מחשבה און מויל, ודי למבין. מען דארף נישט נעמען ערנסט יעדעס ווארט און אפלערנען ווי א ראשון. ניין, זיינע יעצטיגע ווערטער אינעם קאנפערענס שפיגלען נישט אפ וואס עס האט זיך אפגעטון אין לב טהור, און ער וואלט אפשר נישט געדארפט רעדן די וועג, אבער ער רעדט פאר זיך אלס יחיד און דאס איז נישט די נושא בכלל. ער איז אויפ'ן וועג ארויס ב"ה, און ער דארף הילף.

וואס אין לב טהור גייט פאר איז דא גענוג און נאך לעבעדיגע עדות וואס רעדן אפן, און מ'קען לאזן הרב אלטר לעבן זיין וועג, מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט ער אנקומען צו א נארמאלער לעבן, מיט יעדנס הילף.
גענאגלט!!
ווי אויך לאמיר נישט פארגעסן פון די אנדערע יוצאים וואס האבן פעידשעס פאר זייער עתיד
(וגם אני הקטן האב א פעידש פאר איינעם פון זיי, נדבות יתקבלו באהבה ובאישי…)
דאס מיינט אז רוב פון די יוצאים גייען נישט באקומען קיין הילף עס גייט בעיקר פאר די וואס האבן משפחות?
עס איז דא גענוג פעידש'עס פון סתם עסקנים
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 278

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

איך האב געוואלט ארויסברענגען א נקודה וואס איך האב נישט געזען אז איינער זאל אנמערקן
לויט ווי איך פארשטיי איז די געלט וואס די משפחות מאכן גייט קודם צו ראטעווען זייערע משפחות
צוליב דעם אויב איינער האט נישט קיין ספעציעלע געפיל פאר וועמענס פעידזש צו געבן
איז אפשר גלייכער ער זאל געבן פאר אזא איינער וואס האט נישט צופיל ווער עס זאל געבן פאר אים
(ביי דיפאלט וואלט א מענטש ארייגנעווארפן ביי ר' אברהם גרינהוט אדער ר' יואל בלום וכדו' דערפאר בין איך עס מעורר)
למשל אזא איד ווי ר' יואל מארקוס ער האט לכאו' נישט קיין באקנטע אונטערן פרייען הימל וואס זאלן אים ארויסהעלפן, און דער איד דארף געלט צו ראטעווען זיינע קינדער וכו', מש' בלום ראזנער וכו' וועלן שוין שאפן פאר זייערע באקאנטע, דו געב ביטע פאר אזא איינעם (קען זיין עס זענען דא נאך אין די מצב איך שרייב נאר וואס איך ווייס).
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 63

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

מיינע צוויי צענט.


דער איד האט צוואנציג יאר געלעבט אין א ביטערע טעות.
נישטאמאל אנדערהאלבן יאר ארויס פון דארט.
איז דען אזוי שווער צו פארשטיין אז ער איז נאכנישט ערהוילט?


דאס יא, מ'קען נישט נעמען אזעלכע מענטשן אויף אינטערוויאס פארן פובליק, אויב האט ער נאך מורא אדער ער האט נאכנישטנ ארויס די ביטערע מציאות.
הרב מארקוס האט שוין ב"ה חתונה געהאט און געאטעמט פרייע לופט "אינדרויסן פון גוואטעמאלע", חתונה געהאט נ6כאמאל כו', איז ער פאסיג פאר אן אינטערוויא אפצומאלן פארן ברייטן גאס די קלארע מציאות אויף וויפל מ'קען.
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3979

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

די הנהלה האט באפוילן דעם עולם צוריקצוקומען צו בבל, כדי צו קענען צוריקבאקומען קאנטראל אויפן ציבור וועלעכע האט אפיציעל אנגעהויבן האבן שייכות מיט די עירוב רב.
עס איז נישט קלאר אויב עס גייט זיך טאקע אויסארבעטן, בלייבט איבער צו ווארטן און זען וויאזוי דאס גייט זיך אויסשפילן.
אויבנאויף זעט נישט אויס ווי עס גייט זיי עפעס העלפן אויף למעשה, אפילו דער עולם וועט צוריקגיין, נאך וואס די עסקנים זענען שוין בקשר מיט כמעט אלע יונגעלייט, אבער שווערער מאכן פאר די עסקנים קען דאס זיכער.
אבער מען גייט זיך ח''ו נישט אפשטעלן וועגן דעם, און בעז''ה וועט יעדער ארויסקומען פון דארט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 960
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1335

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 12:55 am די הנהלה האט אנגעהויבן בעטן דעם עולם צוריקצוקומען צו בבל, כדי צו קענען צוריקבאקומען קאנטראל אויפן ציבור וועלעכע האט אפיציעל אנגעהויבן האבן שייכות מיט די עירוב רב.
עס איז נישט קלאר אויב עס גייט זיך טאקע אויסארבעטן, בלייבט איבער צו ווארטן און זען וויאזוי דאס גייט זיך אויסשפילן.
אויבנאויף זעט נישט אויס ווי עס גייט זיי עפעס העלפן אויף למעשה, אפילו דער עולם וועט צוריקגיין, נאך וואס די עסקנים זענען שוין בקשר מיט כמעט אלע יונגעלייט, אבער שווערער מאכן פאר די עסקנים קען דאס זיכער.
אבער מען גייט זיך ח''ו נישט אפשטעלן וועגן דעם, און בעז''ה וועט יעדער ארויסקומען פון דארט.
ווי האלט מען מיט די געריכט?

וואס העלפט אז די אינגעלייט גיין אויב די פרויען זענען פארעקשענט?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
alef
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 4:37 pm
x 25

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך alef »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 12:55 am די הנהלה האט אנגעהויבן בעטן דעם עולם צוריקצוקומען צו בבל...
?who is now the hanhala? they are not in jail
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3979

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

alef האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 1:05 am
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 12:55 am די הנהלה האט אנגעהויבן בעטן דעם עולם צוריקצוקומען צו בבל...
?who is now the hanhala? they are not in jail
טעללער
מיט די אנדערע 2 אוויף בעיל
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 3979

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 1:00 am
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 12:55 am די הנהלה האט אנגעהויבן בעטן דעם עולם צוריקצוקומען צו בבל, כדי צו קענען צוריקבאקומען קאנטראל אויפן ציבור וועלעכע האט אפיציעל אנגעהויבן האבן שייכות מיט די עירוב רב.
עס איז נישט קלאר אויב עס גייט זיך טאקע אויסארבעטן, בלייבט איבער צו ווארטן און זען וויאזוי דאס גייט זיך אויסשפילן.
אויבנאויף זעט נישט אויס ווי עס גייט זיי עפעס העלפן אויף למעשה, אפילו דער עולם וועט צוריקגיין, נאך וואס די עסקנים זענען שוין בקשר מיט כמעט אלע יונגעלייט, אבער שווערער מאכן פאר די עסקנים קען דאס זיכער.
אבער מען גייט זיך ח''ו נישט אפשטעלן וועגן דעם, און בעז''ה וועט יעדער ארויסקומען פון דארט.
ווי האלט מען מיט די געריכט?

וואס העלפט אז די אינגעלייט גיין אויב די פרויען זענען פארעקשענט?
עס איז נישט דא איין געריכט, יעדע קינד איז נאך א געריכט.
די פרויען הייבן זיך אויך אן צו ברעכן צוביסלעך צוביסלעך ב''ה.
א פרוי וואס איז א מעין שוואנצענעטע דארט האט דאנערשטאג געזאגט אז בעצם וואלט זי שוין געקומען קיין אמעריקע, נאר זי שעמט זיך פון איר טאטע מאמע וכו', בקיצור די זאך פארט גוט ב''ה.

תכלית, דער עולם דא האט שוין געגעבן פארן קאמפיין?
שרייב פאוסט