דעת זקנים האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 11:44 am
מיין שאלה איז אביסל אנדערש.
ווען איך זעה א מאדנע/רשעות׳דיגע שטר פון די נידוי ואלות וכו׳, אונטערגעשריבן דורך א בי״ד פון טעללער, ראזנער, און נחמן, זעה איך דא 3 אפציעס.
1. דריי תמימות׳דיגע אינגעלייט, גראדע געווען אמאל העכסט נארמאל און עהרליך, נעבעך געווארן געברעינוואשד משך די יארן, און זענען יעצט ממשיך מיט׳ן פולסטן תמימות מיט זייער כמו-עהרליכקייט נאר נעבעך אויף א צודרייטן און פארקרומטן אופן.
2. דריי ראפינירטע חברה און שוי שפילערס, ווייסן פונקטליך וואס זיי טוהן (און אז זיי מיינען נישט דעם אויבערשטן), און האלטן זיך נישט אפ פון גארנישט אנצוהאלטן א קאנטראל אויף א גרופע רחמנות׳דיגע אונטערטאנען צילוב עפעס א בענעפיט וואס זיי האבן דערפון (געלט, תאוה, וכו׳).
3. נאר איינער פון די דריי איז אזוי ווי נומער 2, און די אנדערע צוויי זענען נעבעך אזוי ווי נומער איינס און זענען ווייטער כחומר ביד היוצר אונטערן קאנטראל פונעם דריטן.
די זעלבע מיט דאס וואס @על פי תורה האט דא פריער רעפערירט די ווידעא אין וואס מ׳זעהט זיי טיילן מכות פאר די פרעמדע אריינדרינגער.
ס׳ענטפערט נישט מיין פריערדיגע שאלה ווייל ס׳קען ווייטער זיין איינע פון די 3 היכי תמצות.
די תשובה איז אזוי: ווען דו זעסט ווען אז איינער פון זיי זאל האבן א ברעקל תמימות און יראת שמים, און די תורה איז זיין פריארעטעיט, ער געבט צדקה, ער דאווענט ערליך, ער האט נישט קיין טריפה'נע טעלעפאון, ער רעכנט זיך מיט די סעיפים אין שו''ע וכדומה, וואלט מען עס געקענט תולה זיין אין צד 1.
אבער היות מען זעט דאך ביי אלע פון זיי די היפוך לגמרי, איז פשט אז מען האט זיי אריינגעשלעפט אפשר אהין מיטן אויסרייד אז דא גייט מען זיין עובדי השם, אבער מיט די צייט האט מען זיי אויסגעלערענט אז די תורה איז נישט די וויכטיגסטע זאך אין לעבן, עס איז דא איין ציל אין לעבן ותו לא: די אידילאגיע וואס הייסט לב טהור, און אויב די אידילאגיע הייסט דיר מחלל שבת זיין, כאטשיג די תורה לאזט נישט, וועסטו עס טון! אויב די אידילאגיע הייסט דיר הרג'נען א צווייטע איד, כאטשיג די תורה לאזט נישט וועסטו עס טון! אויב די אידילאגיע הייסט עובר זיין אויף ג''ע וועט מען עס טון!
פונקט ווי היטלער ימ''ש האט אנגעהויבן מיט זיינע סאלדאטן. ער האט גענומען אן אגענדע וואס הייסט אויפבויען די כבוד פון דייטשלאנד, און די רגע די בירגער פון דייטשלאנד זענען געווען פארקויפט דערפאר, האט ער זיי געקענט הייסן טון אלע מעשי רציחה אן א בלינק מיטן אויג.
דא קומט אבער אריין א סענסעטיווע נקודה. עס זענען דא עטליכע פון די הנהלה וואס אפילו נאכן איינזען אז זיי גייען אויף א פאלטשע וועג, זענען די נגיעות און די איגאו אריינגעקומען אין בילד, און זיי האבן ממשיך געווען מיט די ערגסטע אכזריות צו קעמפן, פלעין פאר זייער איגאו, נאכן וויסן און אפילו מודה זיין קלאר אז זיי טון עוולות נוראות. איך שרייב נישט סתם השערות נאר ביודעי ובמכירי קא אמינא.