שואל כענין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 14, 2025 3:06 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:04 pm
אבער די אלע זאכן זענען נאר אינטערסאנט ווען עס קומט פונעם אייגן רצון, די רגע עס איז ארויפגעצווינגען דורך א צווייטן פארלירט עס די גאנצע נשמה.
זאת ועוד.
אני מאמין באמונה שלימה אז ביים חתם סופר אויפן בגד האבן זיך קיין חיצונים נישט געדרייעט. איך גיי נישט זאגן אז די ווערטער פון רבי ר' מנחם מרימנוב דארף גענומען ווערן מיט א לעפל זאלץ, פארט אבער דארף מען וויסן אז אין רוב וועלט פירט מען זיך נישט כדבריו. אפילו אין חסידישע הויפן. ואשר ע''כ האבן מיר נישט מער ווי צאו לך בעקבי הצאן. אונזערע עלטערן האבן קיין גרויס דגוש אויף דעם נישט געלייגט.
אבער דער עיקר איז דאס וואס דו זאגסט. די חיוב פון שטעלן תקנות איז אך ורק צו היטן אויף די תרי''ג ושס''ה. אלעס חוץ פון דעם איז שיינע און הייליגע ענינים, אבער יעדער אויף זיין שטייגער.
כ'ווייס נישט פון די נעמסט אז רוב וועלט ובפרט ביי חסידישע הויפן האט מען נישט מקפיד געווען אויף רעכטס אויף לינקס, פונקט פארקערט אונז האב מיר אייביג געוויסט דאס איז דייקא יא געווען אן הקפדה ביי חסידישע אידן צו גיין רעכטס אויף לינקס.
און בפרט אונזערע רביס לבית סיגוט/סאטמאר ווי דער ייטב לב שרייבט אין זיין ספר רב טוב פרשת שמות, אויף די מדרש שבשביל ד' דברים נגאלו אבותינו ממצרים, שלא שינו את שמם וכו' מלבושיהם אז אפי' זיי זענען אפשר געגאנגן אנגעטון אזוי ווי די מלבושים פון די מצרים האבן זיי נישט משנה געווען פון די מנהג יהודית, און זענען געגאנגן רעכטס אויף לינקס, לאגברא ימינא על שמאלא, עיי"ש.
אויך דער קדושת יו"ט אין פרשת תצוה ברענגט אז ס'איז געווען מרגלא בפומא פון זיין טאטן דער ייטב לב ז"ל מעורר צו זיין אויף דעם צו גיין רעכטס אויף לינקס. אזוי אויך דערמאנט דער קדושת יו"ט דעם ענין נאך כמה פעמים עיין בקדושת יו"ט פרשת תולדות, אחרי, שלח ב' פעמים, חנוכה, שבת הגדול.
די זעלבע רביה"ק זי"ע האט מקפיד געווען דערויף, נאך מער ברענגן זיי אין מהר"י בר חי אז דער רבי ז"ל האט אפי' מקפיד געווען אז זיין הויזן זאל זיין פון רעכטס אויף לינקס.
(אפי' עס איז דא אין ספר טעמי המנהגים א טעם אז ביי הויזן גייט נישט פארקערט, דאך האט דער רבי ז"ל יא דווקא מקפיד געווען ביי זיין הויזן.)
על כל פנים ביי אונז איז רעכטס אויף לינקס אלס געווען א גרויסע ענין.
לגבי צו ס'איז א תקנה, ניין, ניטאמאל רעדט מען דערווייל פון וואכנדיגע העמעדער פאר קינדער, מ'רעדט פון די רעקלעך און וועסטלעך.