דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

נייעס אין אונזער קווארטאל
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 242

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך בן נביאים »

איך מיין אז ר' מענדעלע שרייבט זייער שארף דערוועגין

קומט זיך א היינטיגער מיט א נקודה אז דער חתם סופר האט עס נישט אנגענומען

אפשר עסטו געבראקטס פסח ווייל דיין זיידע האט געגעסן

אויב יא, האסטו נישט וואס אריינרעדן דא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4984

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
עס זענען דא אידן וואס לעבן מיט אן אנדערע מהלך המחשבה ווי אייך. כלומר, געוויסע מנהגים טובים זענען ביי זיי ענליך צו אזא מנהג טוב צו עסן פרישטאג וואס איז אן עסענשאל כאטש עס איז מותר צו פאסטן. מגביר זיין ימין על שמאל באדייט שטארקע זאכן און עס מעג זיין אידן וואס קוקן דאס אן ווי אן עסענשאל פאר א חסידישע איד. יה"ר עס זאל ברענגען אלעס גוטס.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 388

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 8:37 am

אבער ארויפצווינגען אויף אנדערע?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4984

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קודם כל איך ווייס נישט אויב דאס גייט זיין א תקנה. צווייטנס דער רבי צווינגט נישט קיינעם צו וואוינען אין זיין שטאט אדער צו גיין אין זיינע מוסדות.... אבער ער מעג האלטן אז ווער עס גייט אין זיינע מוסדות מעג אויסגעבן 20 דאלאר פאר חסידישקייט.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 416

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך משה רבינו »

מען רעדט נישט פון א תקנה מען רעדט פשוט עס זאל זיין צו באקומען (ער האט גערעדט צו די סטארס נישט צו די מענטשן)

אגב די תקנה איז שוין גאר אלט, די רבי רבי מענדעלע האט פשוט שטענדיג מעורר געווען דערויף
און עס האט צו טוהן מיט העכערע זאכן,

ממש מען צווינגט ארויף מענטשן זאלן מגביר זיין די חסד אויפן דין... א זאך וואס קאסט גארנישט מער
וואס פארדרייטקייט קען היינט צוברענגען......
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 90

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שואל כענין »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
ס'שווער צו זאגן אויף אזא נושא נול. למעשה האט ר' מנחם מרימנוב פארפירט אויף דעם. שיין זעהט מען אויס אויב זאגט מען פרשת המן ג' בשלח בשעת'ן גיין געקנעפלט לינקס אויף רעכטס...

אבער ליבערשט דארף מען קוקן וויפיל געוויכט אונזערע זיידעס האבן געלייגט אויף דעם. כמדומה האט מען אויף קינדער נישט מקפיד געווען בכלל (אפשר די גאר פרומע יא) און אפילו אויף ערוואקסענע איז אויך נישט געווען אזא דגוש. איך ווייס נישט וואס איז געווען פארן קריג, אבער די אידן נאכן קריג האבן נישט אזוי מקפיד געווען אפילו ווען עס איז שוין יא געווען צו באקומען.

מיר האט אן עלטערן צאנזער אייניקל געזאגט אז דער דברי חיים האט כלל נישט מקפיד געווען. איך נעם נישט קיין אחריות, אבער דער איד איז א באגלייבטער.

אגב, ווער עס וויל טעסטן @מסתמא זאל פראבירן מאכן א תקנה פון נעמען 17 הדסים. ער מיינט נישט דעם חתם סופר, ער מיינט די נקודה שבו. תקנות וואס זענען נישט געבויעט אויפן תורת הנגלה, אדער סייג לתורת הנגלה, איז א פראבלעם און איבריג לשיטתו. ומצטרף אני גם כן כיהודה ועוד לקרא לדעתו הגדולה.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 416

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך משה רבינו »

די רבי רבי מענדעלע האט געהאלטן אז עס איז אן איסור דאורייתא פון ובחקותיהם לא תלכו און די חוקת הגוי איז לינקס אויף רעכטס,

אבער די עצם זאך פון מגביר זיין דורך די לבוש ימין על שמואל שטייט אין זוהר הק',
כל עובדין דעבד קב"ה בעלמא, בכל עובדא ועובדא אית דרגא ממנא על ההוא עובדא בעלמא הן לטב הן לביש, מנהון דרגין לימינא, ומנהון דרגין לשמאלא. אזיל בר נש לימינא ההוא עובדא דעביד, ההוא דרגא ממנא (ס"א דימינא) לההוא סטרא, ועביד ליה סיועא, וכמה אינון דמסייעי ליה, אזל בר נש לשמאלא ועביד עובדוי, ההוא עובדא דעביד ממנא (ס"א דרגא דשמאלא) איהו לההוא סטרא, וקא מקטרג ליה ואוביל ליה לההוא סטרא ואסטי ליה. ובגין כך ההוא עובדא דעביד בר נש כדקא חזי, ההוא ממנא דסטר ימינא קא מסייע ליה, ודא הוא בעתו, יפה בעתו, דההוא עובדא מתקשרא בעתו כדקא חזי ליה.

ווי לון לחייביא דלא ידעין עת דההוא עובדא, ולא משגיחין למעבד עובדיהון בעלמא על תקונא דאצטריך ליה לעלמא, ולאתקנא עובדא בההוא דרגא דאתחזי ליה, מאי טעמא, בגין דלא ידעין. ועל דא אתייהב כלא ברעותהון דבני נשא, דכתיב מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלהי"ם מראש ועד סוף, ובגין כך דאינון עובדין לא אתעבידו לאתקנא בדרגייהו כדקחזי, דיתכליל עובדא דא בדרגא דא, דלאו כתקונא אלא כפום רעותא דבר נש, מה כתיב בתריה, ידעתי כי אין טוב בם כי אם לשמוח ולעשות טוב בחייו, ידעתי כי אין טוב בם, באינון עובדין דלא אתעבידו כדקא יאות, כי אם לשמוח בכל מה דייתי עלוי, ולמיהב הודאה לקב"ה, ולעשות טוב בחייו. דהא אי ההוא עובדא גרים ליה בישא, בגין ההוא דרגא דקא ממנא עלוי, אית ליה למחדי ביה ולאודאה עליה, דאיהו גרים ליה לנפשיה, ואיהו אזיל בלא ידיעא כציפרא דא בגו קוסטירא.

תא חזי בזמנא דבר נש אזיל לימינא, נטירו דקב"ה תדיר לגביה, ולא יכיל סטרא אחרא לשלטאה עליה, והאי רע אתכפיא קמיה ולא יכיל לשלטאה, וכיון דנטירא דקב"ה אתעברא מניה, בגין [דף רט ע"א] דאיהו אתדבק ברע, כדין ההוא רע כיון דחמי דלאו עמיה נטירו, כדין שליט עליה ואתי לשיצאה ליה, וכדין אתיהיב ליה רשו ונטיל נשמתיה. משה אמר למה הרעות, דאתיהיב ליה רשו לסטרא דרע למשלטא עלייהו דישראל, למהוי בשעבודא דיליה, דבר אחר למה הרעות, דחמא כמה מנהון דהוו מתין ואתמסרו בסטרא דרע. תא חזי, בשעתא דטוב אתער דאיהו ימינא, כל חידו וכל טיבו וכל ברכאן משתכחן, וכלא בחשאי איהו כמה דאוקמוה, דאמרינן ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד בחשאי, ורזא דא, בגין (ס"א דהאי איהו יחודא) דאיהו כדין יחודא כדקא חזי.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 416

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך משה רבינו »

די רבי רבי מענדעלע שרייבט
ומזה יכולים לבוא לכל המידות רעות שבעולם ולכל המידות המגינות ולניאוף ובפרט לגאוה שהוא מידה מגונה מאוד, ועוד שע"י זה שולטים בו כל מיני עין הרע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12181

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
לאמיך דא זאגן אפאר ווערטער, כאטש ס'איז נוגע מער כלליות ווי דער פרט דא, אבער אלס אויבערלענדישער אפשטאמיגער קומסטו אלס אריין מיט דעם בליק, און איך פיל אז מ'מוז עס אויסקלארן, ווייל אז נישט קען מען בלייבן מיט א אידישקייט וואס איז זייער - סארי פאר מיין אויסדרוק - נאקעט.

ס'איז אמת אז מיר האבן א תורת הנגלה אשר מנה לא נזוע. ס'איז קלאר גע'פסק'ט אז ווען תורת הנסתר איז זיך סותר מיט נגלה, פסק'ט מען ווי נגלה. תורת הנגלה איז נתונה מסיני צו לעבן מיט דעם און זיין א איד.

אבער!

עס איז געקומען א רבי שמעון בן יוחאי און געזען א צורך אויפצודעקן דעם פירהאנג, און דערציילן אז אונז זעמיר בלינד!

נישט יעדער קען דמיונען וואס די וועלט איז יא אדער נישט, אבער מיר ווייסן יא קלאר אז אונזער שכל איז פארשטאפט און פארמאכט, און זאכן פאסירן יעדע מינוט אן אונזער השגה, העכער ווי אונזער השגה, טיפער ווי אונזער השגה. תורת הנסתר איז נישט געמאכט פאר פשוטע אידן. אבער פאר בני עלי' דעקט עס אויף וואס עס טוט זיך אפ, כאטש בימינו אלה איז כמעט נישטא ווער עס קען עס משיג זיין אויף די הויכע בחינות. מען קען בלויז פארשטיין אז מ'פארשטייט נישט.

אבער די צדיקים הקודמים, בעלי רוח הקודש, זיי האבן יא געוויסט! זייער שכל און השגה איז יא געווען ברייטער! זיי האבן נישט געהאט די ערדישע פערדענע בלינדקייט וואס איך האב! זייערע אויגן און מח זענען געווען עטוואס מער אפן!

ממילא, אז א צדיק האט געזאגט א זאך, איז בכלל נישט מוכרח אז דאס איז עפעס א "מנהג טוב". עס איז זייער מעגליך אז ס'איז "הרים גדולים תוליים בה"!

אודאי, איך ווייס פון וואו ס'קומט דאס נישט וועלן וויסן בלויז פון נגלה. ס'קומט פון דעם וואס היינט איז דא א שפע פון בעלי דמיון וואס מיינען אז תורת הנסתר איז ס"ה דאס וואס זיי פארשטייען, און זיי בויען אליינס דערויף אייגענע דמיונות, אזש ביז זיי שפירן שוין אז זיי האבן אויגן ווי דער חוזה. לאמיר נישט אריינגיין דערין יעצט...

אבער עפעס וואס האט יא א מקור פון צדיקים קדושים וכו', איז בכלל נישט עפעס וואס אונז דארפן פארשטיין. חסידות איז נישט מנהגים טובים, חסידות איז א צווייטע בליק אויפ'ן לעבן בכלל, און טיפערע פארשטענדעניש אז דא טוט זיך זאכן וואס מיר הייבן נישט אן משיג צו זיין.

כ'האף כ'בין גענוג קלאר מיט וואס כ'וויל ארויסברענגען. א גוט שבת.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 388

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:00 pm

אבער די אלע זאכן זענען נאר אינטערסאנט ווען עס קומט פונעם אייגן רצון, די רגע עס איז ארויפגעצווינגען דורך א צווייטן פארלירט עס די גאנצע נשמה.
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 90

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שואל כענין »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:04 pm אבער די אלע זאכן זענען נאר אינטערסאנט ווען עס קומט פונעם אייגן רצון, די רגע עס איז ארויפגעצווינגען דורך א צווייטן פארלירט עס די גאנצע נשמה.
זאת ועוד.
אני מאמין באמונה שלימה אז ביים חתם סופר אויפן בגד האבן זיך קיין חיצונים נישט געדרייעט. איך גיי נישט זאגן אז די ווערטער פון רבי ר' מנחם מרימנוב דארף גענומען ווערן מיט א לעפל זאלץ, פארט אבער דארף מען וויסן אז אין רוב וועלט פירט מען זיך נישט כדבריו. אפילו אין חסידישע הויפן. ואשר ע''כ האבן מיר נישט מער ווי צאו לך בעקבי הצאן. אונזערע עלטערן האבן קיין גרויס דגוש אויף דעם נישט געלייגט.

אבער דער עיקר איז דאס וואס דו זאגסט. די חיוב פון שטעלן תקנות איז אך ורק צו היטן אויף די תרי''ג ושס''ה. אלעס חוץ פון דעם איז שיינע און הייליגע ענינים, אבער יעדער אויף זיין שטייגער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12181

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שואל כענין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 3:06 pm אונזערע עלטערן האבן קיין גרויס דגוש אויף דעם נישט געלייגט
טאטאל Wראנג.

אונזערע עלטערן האבן שטארק שטארק מקפיד געווען דערויף.

קענסט זאגן אז ביי אינגע קינדער האט מען נישט מקפיד געווען. עכ"פ דא אין אמעריקא. ווייס איך נישט וויאזוי ס'איז געווען אינדערהיים.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1928
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 6315

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:04 pm אבער די אלע זאכן זענען נאר אינטערסאנט ווען עס קומט פונעם אייגן רצון, די רגע עס איז ארויפגעצווינגען דורך א צווייטן פארלירט עס די גאנצע נשמה.
איר זענט נישט באצווינגען.
איר געהערט צו אן אנדערער קהילה.
טוט וואס אייער דעת תורה פארשטייט פאר ריכטיג.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שמח »

שואל כענין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 3:06 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:04 pm אבער די אלע זאכן זענען נאר אינטערסאנט ווען עס קומט פונעם אייגן רצון, די רגע עס איז ארויפגעצווינגען דורך א צווייטן פארלירט עס די גאנצע נשמה.
זאת ועוד.
אני מאמין באמונה שלימה אז ביים חתם סופר אויפן בגד האבן זיך קיין חיצונים נישט געדרייעט. איך גיי נישט זאגן אז די ווערטער פון רבי ר' מנחם מרימנוב דארף גענומען ווערן מיט א לעפל זאלץ, פארט אבער דארף מען וויסן אז אין רוב וועלט פירט מען זיך נישט כדבריו. אפילו אין חסידישע הויפן. ואשר ע''כ האבן מיר נישט מער ווי צאו לך בעקבי הצאן. אונזערע עלטערן האבן קיין גרויס דגוש אויף דעם נישט געלייגט.

אבער דער עיקר איז דאס וואס דו זאגסט. די חיוב פון שטעלן תקנות איז אך ורק צו היטן אויף די תרי''ג ושס''ה. אלעס חוץ פון דעם איז שיינע און הייליגע ענינים, אבער יעדער אויף זיין שטייגער.
שוין לאנג נישט געניצט דיין צווייטע ניק...

מ'האט יא געלייגט א דגוש דערויף ביי חסידים.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4603
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13765

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 12:39 am
שוין לאנג נישט געניצט דיין צווייטע ניק...
;)

ס'נישט מיין ניק...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 12:48 am

ס'פאלט דיר ביי איך מיין דיר?...

כ'מיין יענער האט אפציעל געשריבן אז ס'איז זיין צווייטע, אויב כ'בין זיך נישט טועה.

@שאינו יודע לשאול
viewtopic.php?p=31677#p31677
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2561
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2892

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 3:12 pm
שואל כענין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 14, 2025 3:06 pm אונזערע עלטערן האבן קיין גרויס דגוש אויף דעם נישט געלייגט
טאטאל Wראנג.

אונזערע עלטערן האבן שטארק שטארק מקפיד געווען דערויף.

קענסט זאגן אז ביי אינגע קינדער האט מען נישט מקפיד געווען. עכ"פ דא אין אמעריקא. ווייס איך נישט וויאזוי ס'איז געווען אינדערהיים.
ביי קינדער האט מען נישט אזוי מקפיד געווען. מעגליך ווייל עס איז נישט געווען צו באקומען. אבער ביי עלטערע האט מען גאר שטארק מקפיד געווען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4603
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13765

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 12:57 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 12:48 am
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 12:39 am
שוין לאנג נישט געניצט דיין צווייטע ניק...
;)

ס'נישט מיין ניק...
ס'פאלט דיר ביי איך מיין דיר?...

כ'מיין יענער האט אפציעל געשריבן אז ס'איז זיין צווייטע, אויב כ'בין זיך נישט טועה.
איי קנאו... כהאב נאר נישט געוואלט אז דער וואס ווייסט נישט, און וועט זען מיין קרומע שמייכל צו דיר, זאל זיך טועה זיין אז איך בין עס...
מאיר שלום
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 124

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך מאיר שלום »

ס’איז דא צוויי ענינם ביי דעם. איינס חוקת הגוי.און לויט דעם קען מען אפשר מחלק זין צווישן און פרויען לויט די מציאות ביי די גוים.

טעם ב’ גובר צו זיין רחמים אויף דין. און ס’איז לאו דוקא בבגדים נאר אנדערע זאכן אויכט אז רעכטס דארף גיין אויף לינקס.

אסאך פון די ליטווישע האבן אויכט מקפיד געווען אויף דעם.

א חילוק פון קינדער און ערוואקסענע איז נישט מסתבר
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 388

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:25 am ס’איז דא צוויי ענינם ביי דעם. איינס חוקת הגוי.און לויט דעם קען מען אפשר מחלק זין צווישן און פרויען לויט די מציאות ביי די גוים.

טעם ב’ גובר צו זיין רחמים אויף דין. און ס’איז לאו דוקא בבגדים נאר אנדערע זאכן אויכט אז רעכטס דארף גיין אויף לינקס.

אסאך פון די ליטווישע האבן אויכט מקפיד געווען אויף דעם.

א חילוק פון קינדער און ערוואקסענע איז נישט מסתבר
וועלכע ליטווישע?
מאיר שלום
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 124

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך מאיר שלום »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:29 am
מאיר שלום האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:25 am ס’איז דא צוויי ענינם ביי דעם. איינס חוקת הגוי.און לויט דעם קען מען אפשר מחלק זין צווישן און פרויען לויט די מציאות ביי די גוים.

טעם ב’ גובר צו זיין רחמים אויף דין. און ס’איז לאו דוקא בבגדים נאר אנדערע זאכן אויכט אז רעכטס דארף גיין אויף לינקס.

אסאך פון די ליטווישע האבן אויכט מקפיד געווען אויף דעם.

א חילוק פון קינדער און ערוואקסענע איז נישט מסתבר
וועלכע ליטווישע?
חזון איש, סייפלער. און די בילדער פונעם חפץ חיים זעהט מען אויכט אזוי אפילו די ארומיגע גייען אנדערש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12181

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב נעכטן אביסל מברר געווען, וזה החלי:

דעם שמיני עצרת האט דער רבי געטראפן דעם עסקן דגול ר' יצחק שווארץ, דער מנהל פון תורתך, וואס ער איז דער וואס האט געברענגט די מאניופעקטשער פאר די צניעות-קליידער פאר די מיידלעך, וואס איז א גרויסע סוקסעס אין קרית יואל און גייט זיך אנהויבן אין וומסב"ג (יעצט ערש"ק האט וומסב"ג אידן ערהאלטן אין פאסט א מודעה מיט אלע דיטעילס פון די נייע תקנות).

הפנים, דער רבי האט אים געפרעגט צו ער קען אויך אריינברענגען מלבושים פאר אינגלעך. "וואס איז?" פרעגט ער, זאגט אים דער רבי אז ער זעט אלע קליינע קינדער גייען מיט רעקלעך און וועסטלעך לינקס אויף רעכטס, און מ'זאגט אז נאר דאס פארקויפט מען, וויל ער מזאל אריינברענגען חסידישע.

שמחת תורה האט אים דער רבי נאכאמאל געטראפן, און איבערגעפרעגט צו ער גייט טון דערין. האט ער געפרעגט "יא? ס'איז טאקע אזוי וויכטיג?...", האט דער רבי געזאגט אז יא ער מיינט עס ערנסט ער וויל דאס האבן.

האט ער זיך אריינגעלייגט דערין, און אויף פסח גייט שוין זיין אין די דרייגוד געשעפטן די קינדער רעקלעך פון רעכטס אויף לינקס.

לגבי העמעדער, ווייסע איז שוין דא רעכטס אויף לינקס, וואכעדיגע נישט. ער טוט דערין אבער עס וועט נאך נעמען צייט.

לויט ווי ער זאגט מיר רעדט מען בכלל נישט פון א תקנה, נאר פון צושטעלן אז ס'זאל זיין צו באקומען, און פארשטייט זיך אז דער רבי וועט שטיפן דעם עולם עס צו נעמען.
אינטערעסאנט
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
x 75

Re: דורכברוך!! דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך אינטערעסאנט »

דרייט זיך ארום א בילד פונעם רבי'ן שליט''א אלס קינד ווי ער גייט אנגעטון פון לינקס אויף רעכטס, בין איך נייגעריג צו מ'איז אלס געגאנגען אזוי בלית ברירה? האט קיינער קיינמאל נישט פרובירט צו טון עפעס וועגן דעים?
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 128
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 242

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך בן נביאים »

דרך אגב, איך זע איר זענט באפריינדעט מיט ר' יצחק,

איך בין זיכער דעמאלס אז איר לערנט תורתך שעשעי

מזל טוב צום סיום
שרייב פאוסט