לגבי פראטאקאל קען איך דיר זאגן אז זייער פראטאקאל אינדערוואכן איז געווענטליך ווען די עולם ארבעט מערסטנס 1 טראק און געווענטליך אפי' ווייניגער א טשיף מיט 1 אדער 2 מעמבערסThink and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 09, 2025 10:01 pmבלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 09, 2025 9:08 pmיעצט ברויך מען 3 טראקס? לכאורה נישט אבער ביי די זאכן איז אויך דא דער כלל אז אויב די געווענליכע פראטאקאל איז צו קומען מיט 3 טראקס (נישט אז איך ווייס, איך זאג אויב איז דאס זייער פאליסי פאר סעיפטי סיבות) דאן איז די הלכה איז אז שבת מוז מען עס אויך טאן און מען טאר זיך נישט פארלאזן אז א וואלונטיר וועט אפשר צושפאצירן.► Show Spoiler
איך זאג נישט אז דאס איז געווען דער מעשה דא, איך זאג נאר אז עס איז דא א שטארקע צד אז זיי האבן עס געדארפט אזוי טאן און א שרייבער אויף אידטיש איז נישט דער וואס מאכט אפ וואס מען מעג און וואס נישט
ממש אזוי? אדער דריי טראקס אדער קיינער נישט און זיך פארלאזן אז איינער וועט אפשר צושפאצירן? איך ווייס אז איר זענט נישט אזוי נאריש, אבער איז האלט באמת אז מיר זענען יא?
און ניין, נישטא אזא זאך 'פראטאקאל פארלאנגט דריי טראקס', און זיכער נישט פאר א קארבאן מאנאקסייד אלארם. פארוואס נישט זיבן טראקס? ווען א קאל קומט אריין איז דער דיספעטשער מחליט לפי הענין וויפיל רעספאנדערס און טראקס צו שיקן, און די איינציגסטע סיבה צו שיקן דריי טראקס איז להוסיף חילול שבת האסורה אויף חילול וואס איז מעגליך מותר.
שבת טוישט זיך פראטאקאל ווייל עס איז דא א שבת סיסטעם וואס הייסט "מען ארבעט נישט" און יעדער איז עפ"ר אוועלעביל און עס זעהט אויס ווי עס זעהט ליידער אויס חילות שבת בפרהסיא
און פון די אנדערע זייט אדווערטייזן זיי אז עס איז דא היימישע דיספעשטערס און מען זאל זיך איינשרייבן בהוראת הרבנים, עפרא לפי'