היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1308

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:08 pm
פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 4:30 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 4:20 pm

אזויווי מיין פאוסט איבער הלכות איז גענומען געווארן זייער פערזענליך דורך געוויסע שרייבער וועל איך אנכאפן דעם פאוסט אלס משל (הגם איך האב נישט געוואלט רעדן פון קיינעם פערזענליך בשעת איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די מאנסי מצילי אש ווס. ברוער), וואס האלט דער שרייבער איז די הלכה דא? איז טאקע געקומען 3 טראקס מיט יודן אדער איז געקומען עטליכע מעמבערס מיט די קארס און איין טראק? ווי אויך האט דער שרייבער קאנפירמד אויב יודן האבן געדרייווט אדער נישט בעפארן אראפרייסן די "מחללי שבתות"? ווייסט מען וויאזוי דער קאלל איז אריינגעקומען?
פארן אריינגיין אין די הלכה, קודם די מציאות: יא ס'איז געווען דריי פולע טראקס מיט אידן, יא ס'איז געדרייווט געווארן דורך אידן, און די איבריגע וואס האבן נישט געדרייווט די טראקס צום קאל האבן געדרייווט זייער קארס צו די טראקס, די קאל איז אריינגעקומען אלץ אן אלארעם וואס קלונגט און לעשט זיך אויס ווען מ'עפנט די פענסטערס, און מ'האט פארשטאנען אז ס'איז קארבאן מאנקסייד, למעשה איז עס געווען א א צובראכענע אלארעם.

דאס אלעס האב איך געהערט פון א שכן אין דעם בנין שבת פרשת בא, ס'איז געווען אויף 22 לינאר.

דא שרייבט נישט די שרייבער קיין הלכה נאר א מעשה, ער זאגט אז א שכנ'טע האט זיך געערגבערט פארוואס מ'האט גערופן די פייער דעפארטמענט אנשטאט מצילי אש, ווען מ'רופט מצילי אש אויף אזא קאל קומען איין צוויי מעמבערס מיט א גוי אדער צופיס, און ווען מ'רופט זיי קומען דריי טראקס.

אדרבה קום די אריין מיט די הלכה וואס די עולם קען נישט, און פאל דאס אדער ענדליך פארסירט אינעם עתיד וואס דארף מען טוען? וועמען דארף מען רופן?

[סארי ס'איז זונטאג, איך האב צייט...]
לגבי די הלכה וואס איך האב געהערט פון א דיין: ביי א שאלה פון קארבאן מאנאקסייד אלארם טאר מען נישט ווארטן אויף א גוי, לאמיר עס צוטיילן אויף צוויי וואס דער פראבלעם קען זיין און עס איז וויכטיג צו וויסן אפילו אינמיטן די וואך:

1. די שעדליכקייט פון קארבאן מאנאקסייד וואס קען זיין טויטליך.

2. רוב מאל ווען עס איז דא הויכע שטאפלען פון קארבאן מאנאקסייד אין א הויז מיינט עס אז עס ליעקט געז, צו ווייל דער געז רענטש איז אנגעצינדן אן א פלאם אדער ווייל א פייפ האט א לאך

לגבי די ערשטע פראבלעם קען העלפן אויב מען עפנט דעם פענסטער ביז א יוד וואס איז אין געגנט קומט אריבער אבער לגבי די צווייטע פראבלעם, אויב איז דא צופיל געז אינעם הויז קען דאס גאנצע הויז ח"ו עקספלאדירן! יעדער שטיק צייט הערט מען אין די נייעס אז א גאנצע בנין האט עקספלאדירט פון א געז ליעק אן קיין פייער, אין אזא פאל טאר מען נישט ווארטן אויפן גוי אן עקסטערע מינוט ווייל עס איז א גרויסע סכנה.

ביי פיקוח נפש איז נישטא דער כלל אז "רוב מאל איז עס א פאלשע אלארם", אויב איז דא א ספק ספיקא פון פיקוח נפש מוז א יוד לויפן מיטן קאר שבת, יעצט ברויך מען 3 טראקס? לכאורה נישט אבער ביי די זאכן איז אויך דא דער כלל אז אויב די געווענליכע פראטאקאל איז צו קומען מיט 3 טראקס (נישט אז איך ווייס, איך זאג אויב איז דאס זייער פאליסי פאר סעיפטי סיבות) דאן איז די הלכה איז אז שבת מוז מען עס אויך טאן און מען טאר זיך נישט פארלאזן אז א וואלונטיר וועט אפשר צושפאצירן.

איך זאג נישט אז דאס איז געווען דער מעשה דא, איך זאג נאר אז עס איז דא א שטארקע צד אז זיי האבן עס געדארפט אזוי טאן און א שרייבער אויף אידטיש איז נישט דער וואס מאכט אפ וואס מען מעג און וואס נישט
קודם כל די רעדטס בנוגע די הלכה ווי אזוי מ'דארף זיך פירן, די שרייבער האט נישט גערעדט דערפון.

דאס וואס די שטעלסט צו א געז ליעק צו קארבאן מאנקסייד איז נישט קיין עמי-הארצות אין הלכה נאר עמי-הארצות אין מציאות, איך גיי נישט אריין גיין אין די ויכוח.

בעיקר בנוגע דיין הנחה אז א איד דארף גיין דאס מיינט אליינס דרייווען, הגה"צ ר' געציל שליט"א און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א און הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א אלע פסק'נען אנדערש ווי דיין דיין וואס די האסט געפרעגט, מ'קען זיך אפשר קריגן און איך גיי נישט זאגן אז ווען איינער האלט אנדערש איז א קל אדער טוט דלא כהלכה, אבער פון דארט ביזן זאגן אז די וואס האלטן אנדערש ווי דיין דיין ווייסן נישט ווי אזוי ס'גייט צו אין א פייער דעפארטמענט איז פאלג מיר א גאנג.

יעצט לאמיר רעדן הלכה למעשה, פאסירט אזא מעשה שב"ק פרשת יתרו וועם דארף מען רופן מצילי אש אדער די פייער דעפארטמענט, און אזא שטאט ווי מאנסי איז לכאורה עס נוגע כמעט מידי שבת בשבתו?
שר הדעות
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:56 am
Location: spring vally ny 10977
x 45

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שר הדעות »

אויף די אשקול איז געזאגט געווארן, נעבעך נעבעך.

האסט אמאל געטרייט צו טשאלענדזשען טראמפ אין קאווע שטיבל, אין ממש געווארן פארשטיינערט, די זעלבע דא מען האקט אין מען שטעלט, יעדער ברענגט קלארע עדת פונעם שכנטע וואס איז דארט געווען (פלוצלינג וואוינט יעדער אויף פיליס טערעס) אז חילל שבת איז געגאנגען לארדזש!

משוגע מיטורף.

אין איך גיי נאך איינמאל טשאלענדזשען מצילי אש, אלס א רעזידענט אין מאנסי (נישט אזוי ווי האלב דא וואס זענען KJ Willi אין מישן סתם א גוגעל) ברוער האט נישט א דיין וואס פירט עס אין מצילי אש אויכעט נישט (פינטל!)
רב ווייס איז רב דמצילי אש, אין עס איז נישט אינטער קיין שום פראמינענטע דיין אין מאנסי.
צו די דיינים אין מאנסי קענען באשטיין אז מצילי אש זאל עקזעסטירן זיכער יא! פונקט ווי עס שטערט זיי נישט חסד 24/7 העסט זיי קומען בעטן א ברכה האלטן זיי זיכער געבן זייער ברכה פארוואס נישט.
צו עס גייט זיי אן אז ברוער גייט אן לכוארה אויכעט נישט אויפן יעצטיגן צייט, יא ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן האבן זיי געוואלט טשעינדזש, די רבנים מאנסי האבן קיינמאל נישט אינטערעסירט צו צומאכן ברוער אדער עפענען א קאמפעטישן.
שר הדעות
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:56 am
Location: spring vally ny 10977
x 45

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שר הדעות »

אין נאכאיינמאל רב ווייס איז נישט קיין דיין.

מצילי אש ווערט געפירט אן א דיין עטליסט אויף פאפיר.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 474

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:17 pm אין נאכאיינמאל רב ווייס איז נישט קיין דיין.

מצילי אש ווערט געפירט אן א דיין עטליסט אויף פאפיר.
וואס איז די דעפיניציע פון א דיין?

מען ברויך האבן א טיטל דומ"ץ דקהל סאו ענד סאו?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3628
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5884

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

רינגי ראנגי ראוזי...

נ.ב. כ'ווער זייער נערווירט פון קרומע ספעלינג, בעיקר ביי ווערטער וואס מ'נוצט אזוי אפט אז ס'וואלט געפאסט אז מ'זאל וויסן וויאזוי מ'שרייבט עס, עכ״פ איינער וואס וויל זיך מתדיין זיין אין הלכה.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 125

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:14 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:08 pm
פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 4:30 pm

פארן אריינגיין אין די הלכה, קודם די מציאות: יא ס'איז געווען דריי פולע טראקס מיט אידן, יא ס'איז געדרייווט געווארן דורך אידן, און די איבריגע וואס האבן נישט געדרייווט די טראקס צום קאל האבן געדרייווט זייער קארס צו די טראקס, די קאל איז אריינגעקומען אלץ אן אלארעם וואס קלונגט און לעשט זיך אויס ווען מ'עפנט די פענסטערס, און מ'האט פארשטאנען אז ס'איז קארבאן מאנקסייד, למעשה איז עס געווען א א צובראכענע אלארעם.

דאס אלעס האב איך געהערט פון א שכן אין דעם בנין שבת פרשת בא, ס'איז געווען אויף 22 לינאר.

דא שרייבט נישט די שרייבער קיין הלכה נאר א מעשה, ער זאגט אז א שכנ'טע האט זיך געערגבערט פארוואס מ'האט גערופן די פייער דעפארטמענט אנשטאט מצילי אש, ווען מ'רופט מצילי אש אויף אזא קאל קומען איין צוויי מעמבערס מיט א גוי אדער צופיס, און ווען מ'רופט זיי קומען דריי טראקס.

אדרבה קום די אריין מיט די הלכה וואס די עולם קען נישט, און פאל דאס אדער ענדליך פארסירט אינעם עתיד וואס דארף מען טוען? וועמען דארף מען רופן?

[סארי ס'איז זונטאג, איך האב צייט...]
לגבי די הלכה וואס איך האב געהערט פון א דיין: ביי א שאלה פון קארבאן מאנאקסייד אלארם טאר מען נישט ווארטן אויף א גוי, לאמיר עס צוטיילן אויף צוויי וואס דער פראבלעם קען זיין און עס איז וויכטיג צו וויסן אפילו אינמיטן די וואך:

1. די שעדליכקייט פון קארבאן מאנאקסייד וואס קען זיין טויטליך.

2. רוב מאל ווען עס איז דא הויכע שטאפלען פון קארבאן מאנאקסייד אין א הויז מיינט עס אז עס ליעקט געז, צו ווייל דער געז רענטש איז אנגעצינדן אן א פלאם אדער ווייל א פייפ האט א לאך

לגבי די ערשטע פראבלעם קען העלפן אויב מען עפנט דעם פענסטער ביז א יוד וואס איז אין געגנט קומט אריבער אבער לגבי די צווייטע פראבלעם, אויב איז דא צופיל געז אינעם הויז קען דאס גאנצע הויז ח"ו עקספלאדירן! יעדער שטיק צייט הערט מען אין די נייעס אז א גאנצע בנין האט עקספלאדירט פון א געז ליעק אן קיין פייער, אין אזא פאל טאר מען נישט ווארטן אויפן גוי אן עקסטערע מינוט ווייל עס איז א גרויסע סכנה.

ביי פיקוח נפש איז נישטא דער כלל אז "רוב מאל איז עס א פאלשע אלארם", אויב איז דא א ספק ספיקא פון פיקוח נפש מוז א יוד לויפן מיטן קאר שבת, יעצט ברויך מען 3 טראקס? לכאורה נישט אבער ביי די זאכן איז אויך דא דער כלל אז אויב די געווענליכע פראטאקאל איז צו קומען מיט 3 טראקס (נישט אז איך ווייס, איך זאג אויב איז דאס זייער פאליסי פאר סעיפטי סיבות) דאן איז די הלכה איז אז שבת מוז מען עס אויך טאן און מען טאר זיך נישט פארלאזן אז א וואלונטיר וועט אפשר צושפאצירן.

איך זאג נישט אז דאס איז געווען דער מעשה דא, איך זאג נאר אז עס איז דא א שטארקע צד אז זיי האבן עס געדארפט אזוי טאן און א שרייבער אויף אידטיש איז נישט דער וואס מאכט אפ וואס מען מעג און וואס נישט
קודם כל די רעדטס בנוגע די הלכה ווי אזוי מ'דארף זיך פירן, די שרייבער האט נישט גערעדט דערפון.

דאס וואס די שטעלסט צו א געז ליעק צו קארבאן מאנקסייד איז נישט קיין עמי-הארצות אין הלכה נאר עמי-הארצות אין מציאות, איך גיי נישט אריין גיין אין די ויכוח.

בעיקר בנוגע דיין הנחה אז א איד דארף גיין דאס מיינט אליינס דרייווען, הגה"צ ר' געציל שליט"א און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א און הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א אלע פסק'נען אנדערש ווי דיין דיין וואס די האסט געפרעגט, מ'קען זיך אפשר קריגן און איך גיי נישט זאגן אז ווען איינער האלט אנדערש איז א קל אדער טוט דלא כהלכה, אבער פון דארט ביזן זאגן אז די וואס האלטן אנדערש ווי דיין דיין ווייסן נישט ווי אזוי ס'גייט צו אין א פייער דעפארטמענט איז פאלג מיר א גאנג.

יעצט לאמיר רעדן הלכה למעשה, פאסירט אזא מעשה שב"ק פרשת יתרו וועם דארף מען רופן מצילי אש אדער די פייער דעפארטמענט, און אזא שטאט ווי מאנסי איז לכאורה עס נוגע כמעט מידי שבת בשבתו?
אנטשולדיגט אבער איך ווייס נישט וויאזוי מען נוצט דעם ספוילער סא וועט עס זיין א לאנגע פאוסט.

לגבי דעם מציאות ווייס איך נישט וואס דו ווילסט, עס איז א מציאות אז רוב פון די קארבאן מאנאקסייד וואס מען טרעפט אין א הויז קומט פון געז וואס רינט, צו פון א געז רענטש וואס איז אנגעצינדן אן דעם פלאם צו פון א ליעק ערגעץ וואו.

לגבי א גוי דרייוון, ווי איך פארשטיי זאגט דער דיין שטערן אנדערש ווען מען דארף ווארטן אויפן גוי (איך האב עס קלאר געשריבן אז אויב עס געדויערט לענגער) ווען עס קומט צו קארבאן מאנאקסייד אבער איך האב אים נישט געפרעגט.

לגבי וועמען מען זאל רופן האב איך נישט קיין אנונג, איך בין נישט באקאנט ווי טרענירט מצילי אש איז אבער אויב זענען זיי נישט געהעריג טרענירט איז עס סכנות נפשות זיי צו רופן, אויב זענען זיי יא זאלסטו רופן וועמען דיין קהילה שטיצט, איך האב פריער געשריבן אז איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג אין די מאנסי פייער דעפארטמענט/מצילי אש מערכה, מיר באדערט נאר ווען מענטשן באשמוצן אנדערע יודן אויף א פובליק פארום אן קענען די הלכות און מציאות
שר הדעות
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:56 am
Location: spring vally ny 10977
x 45

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שר הדעות »

לאמיר גיין אויסגעפינען פון דיינים.

אבער סאו פאר רוף עניווען אין מאנסי פרעגען צו רב ווייס איז א דיין אין הער די ענטפער.
אפי' ארג ווי ער פלעגט / דינט איז ער נישט דיין בסך הכל א מגיד שיעור אין הלכה אין די הלכות פסק'נט זייער דיין.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1308

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:15 pm אויף די אשקול איז געזאגט געווארן, נעבעך נעבעך.

האסט אמאל געטרייט צו טשאלענדזשען טראמפ אין קאווע שטיבל, אין ממש געווארן פארשטיינערט, די זעלבע דא מען האקט אין מען שטעלט, יעדער ברענגט קלארע עדת פונעם שכנטע וואס איז דארט געווען (פלוצלינג וואוינט יעדער אויף פיליס טערעס) אז חילל שבת איז געגאנגען לארדזש!

משוגע מיטורף.

אין איך גיי נאך איינמאל טשאלענדזשען מצילי אש, אלס א רעזידענט אין מאנסי (נישט אזוי ווי האלב דא וואס זענען KJ Willi אין מישן סתם א גוגעל) ברוער האט נישט א דיין וואס פירט עס אין מצילי אש אויכעט נישט (פינטל!)
רב ווייס איז רב דמצילי אש, אין עס איז נישט אינטער קיין שום פראמינענטע דיין אין מאנסי.
צו די דיינים אין מאנסי קענען באשטיין אז מצילי אש זאל עקזעסטירן זיכער יא! פונקט ווי עס שטערט זיי נישט חסד 24/7 העסט זיי קומען בעטן א ברכה האלטן זיי זיכער געבן זייער ברכה פארוואס נישט.
צו עס גייט זיי אן אז ברוער גייט אן לכוארה אויכעט נישט אויפן יעצטיגן צייט, יא ווען די מערכה האט זיך אנגעהויבן האבן זיי געוואלט טשעינדזש, די רבנים מאנסי האבן קיינמאל נישט אינטערעסירט צו צומאכן ברוער אדער עפענען א קאמפעטישן.
דאס וואס די שרייבסט איז א קשיא נישט א תירוץ, אבער נישט אויף מצילי אש נאר אויף די רבנים, חוץ אויב מ'וועט ענטפערן אז ס'איז דא פרעשור אין די רבנים האבן נישט קייין כח זיך צו שלאגן.

פאקט: מצילי אש איז נישט עובר אויף דיני תורה.
פאקט: ברוער איז מחלל שבת בפהרסיא.

מיין איינציגסטע הנחה איז צו זאגן מיין [שוואכע] תירוץ אויף די רבנים וואס לדבריך באדערט זיי נישט ברוער איז ווי אויבן דערמאנט.

דאס וואס געוויסע פראבירן צו לייקענען אז ס'איז דא חילול שבת בפהרסיא, אדרבה מיינט איר טאקע אז מ'קען פארשפרייטן אין א שטאט און פופציג פראצענט שטאט זאל זיין קאנווינסט אז ס'קומט פאר חילול שבת בפרהסיא בשעת ווען ס'גייט נישט פאר קיין חילול שבת? אדרבה האט דאס שוין איינער פראבירט אויף סיי וועלכע אנדערע מציאות און אים געלונגען אזוי ווייט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3628
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5884

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:25 pm
אנטשולדיגט אבער איך ווייס נישט וויאזוי מען נוצט דעם ספוילער סא וועט עס זיין א לאנגע פאוסט.

לגבי דעם מציאות ווייס איך נישט וואס דו ווילסט, עס איז א מציאות אז רוב פון די קארבאן מאנאקסייד וואס מען טרעפט אין א הויז קומט פון געז וואס רינט, צו פון א געז רענטש וואס איז אנגעצינדן אן דעם פלאם צו פון א ליעק ערגעץ וואו.
:lol:
ספוילער קען איך דיר אויסלערנען, אבער וועגן געז ליקס און קארבען מענאקסייד זאלסטו זיך גיין לערנען דארט ווי די מ״א מעמבערס זענען געגאנגען, און געוואור ווערן אז קארבען מענאקסייד האט קיין שייכות מיט א געז ליעק.
שר הדעות
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:56 am
Location: spring vally ny 10977
x 45

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שר הדעות »

געדענק מצילי אש זאגט אז "זיי" פירן א מחלוקת לשם שמים, זיי זאגן עס.

ווער נאך? איך ווייס נישט.

וואס יא אלע רבנים אין מאנסי זענען ארויסגעקומען אז די ברוער קאמפעני מוז זיך זאפארט טשעינדזשען צו זיין אויסגעהאלטן!
צו זיי האבן גלייך געפאלגט, בין איך נישט באקאנט אין עס איז א גרויסע דעבאטע.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3628
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5884

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

די סטאטיסטיק אידן ווערן געבעטן צו שטיין גרייט צו שרייבן ווען מ'קומט אן צו 100 בלעטער...
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1308

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:29 pm געדענק מצילי אש זאגט אז "זיי" פירן א מחלוקת לשם שמים, זיי זאגן עס.

ווער נאך? איך ווייס נישט.

וואס יא אלע רבנים אין מאנסי זענען ארויסגעקומען אז די ברוער קאמפעני מוז זיך זאפארט טשעינדזשען צו זיין אויסגעהאלטן!
צו זיי האבן גלייך געפאלגט, בין איך נישט באקאנט אין עס איז א גרויסע דעבאטע.
כאפ איך נישט די מחלוקת דא.

מצילי אש לעשט פייערס, ווער ס'האט אן אישו קען זיי רופן, אדער קענען זיי רופן די אנדערע.

די אנדערע האט נישט ליעב די פאקט אז מצילי אש לעשט פייערס.

געוויסע האבן נישט ליעב די הצלחה פון מצילי אש מחמת איזה סיבה שיהא.

געוויסע האלטן אז ס'איז דא א חיוב מחאה אויף חילול שבת אין זיי זענען מוחה ווען זיי זען עס.

געוויסע פילן זיך געטראפן ווען מ'פארשפרייט די מציאות אז ברוער איז מחלל שבת ווייל דאס וועט [אפשר] מאכן אז מצילי אש זאל האבן מער קאלס.

ווער פון די פינף אויבנדערמאנטע מאכן מחלוקת? [בהמשך וועט מען זען צו ס'איז לשם שמים].
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1308

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:25 pm לגבי וועמען מען זאל רופן האב איך נישט קיין אנונג, איך בין נישט באקאנט ווי טרענירט מצילי אש איז אבער אויב זענען זיי נישט געהעריג טרענירט איז עס סכנות נפשות זיי צו רופן, אויב זענען זיי יא זאלסטו רופן וועמען דיין קהילה שטיצט, איך האב פריער געשריבן אז איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג אין די מאנסי פייער דעפארטמענט/מצילי אש מערכה, מיר באדערט נאר ווען מענטשן באשמוצן אנדערע יודן אויף א פובליק פארום אן קענען די הלכות און מציאות
איך דארף נאך עפעס צולייגן?
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 125

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:36 pm

יא, אז שרייבן אויף אנדערע יודן "פראסטע מחללי שבתות" ביים שרייבן פון א ספעציפישע קאלל אן קענען די הלכות איז אן עוון פלילי
שר הדעות
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:56 am
Location: spring vally ny 10977
x 45

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שר הדעות »

מאכסט מיר לאכען

ברוער באשמיצט מצילי אש אין מצילי אש ברוער!
ווער האט אונגעהויבן? רב ווייס - גרינדער אין פירער אין רב פון מצילי אש!

ווער שרייבט דא אין באשמיצט אלע היימישע קאמישענערס פון ברוער, חברים מצילי אש אין זייערע אלע נייע ניקס!

לחיים! מזל טוב!

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:37 pm

נאכאמאל די שרייבסט אז די קענסט נישט די הלכה אין מציאות, און יענער ווייסט אויך נישט די הלכה אין במילא ווי מעג ער באשמוצן יענעם.
אפשר קען ער יא די הלכות און מציאות, די קענסט דאך עס נישט אים מכחיש צו זיין?

שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:37 pm מאכסט מיר לאכען

ברוער באשמיצט מצילי אש אין מצילי אש ברוער!
ווער האט אונגעהויבן? רב ווייס - גרינדער אין פירער אין רב פון מצילי אש!

ווער שרייבט דא אין באשמיצט אלע היימישע קאמישענערס פון ברוער, חברים מצילי אש אין זייערע אלע נייע ניקס!

לחיים! מזל טוב!
מחאה אויף חילול שבת הייסט באשמוצט? און געמאכט מחלוקת?

אפשר איז נקדישך א מחזיק במחלוקת פארן זאגן די פסק הלכה אז מ'דארף שרייען אויף איינער וואס רעדט אין ביהמ"ד?
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 125

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:40 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:37 pm
פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:36 pm

איך דארף נאך עפעס צולייגן?
יא, אז שרייבן אויף אנדערע יודן "פראסטע מחללי שבתות" ביים שרייבן פון א ספעציפישע קאלל אן קענען די הלכות איז אן עוון פלילי
נאכאמאל די שרייבסט אז די קענסט נישט די הלכה אין מציאות, און יענער ווייסט אויך נישט די הלכה אין במילא ווי מעג ער באשמוצן יענעם.
אפשר קען ער יא די הלכות און מציאות, די קענסט דאך עס נישט אים מכחיש צו זיין?
איך האב געפרעגט, דערווייל אויף מציאות איז געקומען אן ענטפער אבער נישט אויף הלכה,
אגב, זיך טענה'ן מיט אן אנאנימער ניק און באשמוצן יודן וואס יעדער ווייסט ווער זיי זענען איז בכלל נישט אינעם זעלבן קאטעגאריע און דו ווייסט עס אליין
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1308

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:44 pm
פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:40 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:37 pm

יא, אז שרייבן אויף אנדערע יודן "פראסטע מחללי שבתות" ביים שרייבן פון א ספעציפישע קאלל אן קענען די הלכות איז אן עוון פלילי
נאכאמאל די שרייבסט אז די קענסט נישט די הלכה אין מציאות, און יענער ווייסט אויך נישט די הלכה אין במילא ווי מעג ער באשמוצן יענעם.
אפשר קען ער יא די הלכות און מציאות, די קענסט דאך עס נישט אים מכחיש צו זיין?
איך האב געפרעגט, דערווייל אויף מציאות איז געקומען אן ענטפער אבער נישט אויף הלכה,
אגב, זיך טענה'ן מיט אן אנאנימער ניק און באשמוצן יודן וואס יעדער ווייסט ווער זיי זענען איז בכלל נישט אינעם זעלבן קאטעגאריע און דו ווייסט עס אליין
קלארשטעלונג איך פרעג נישט היתכן די באשמוצט א ניק.

איך זאג די ניק האט גארנישט געזאגט להלכה וואס די זאגסט אנדערש ווי אים, אדרבה די זאגסט די ווייסט נישט, איז אפשר ווייסט ער יא? ווען ער ווייסט מעג ער מודיע זיין אז יענער איז א מחלל שבת.

יעצט מ'רעדט דא פון א פרט, מיין שוואגער האט מיר גערופן נעכטן נאכט אז ער האט געזען פייער לעשער מיט קאפלעך זיך שפילן נעכטן נאכמיטאג מיט די קארס פון ברוער אויף זייער פראפעטי, איך האב נישט קיין שום חיוב זיי דן צו זיין לכף זכות, אפילו ווען אפשר אין געוויסע פאל האבן זיי בטעות געטוען על פי תורה.
שר הדעות
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:56 am
Location: spring vally ny 10977
x 45

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שר הדעות »

אבער למען האמת מוז איך עס שרייבן.

איך שרייב דא פעסט א הין אין צוריק, האב אין אונגעריפן מיין לאקאלע דיין אין מאנסי (מיין דיין פאר הילכות טהרה, נישט אזא ערב שבת שניידן נעגל דיין) אין איך האב אים געפרעגט מורי ורבי אויב האב איך א קאל שבת חשש פייער אדער קארבן מניאקסייד וכו' זאל איך ריפן ברוער אדער מצילי אש, האט ער געזאגט פאר מיר אלס זיין מתפלל, זאל איך ריפן מצילי אש.
סאו אי"ה דאס איז מיין לעצטע פאוסט אבער די נושא, נישט ווייל איך פארשטיי פשוט אלס מיין דעת תורה דארף איך פאלגן.

אדאנק.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1631

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 3:15 pm
שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 3:09 pm קוק ווען איך בין געווארן א פרישע באניצער, נישט לעצטע חודש לאל.
במילא? די געבסט דא צו אז די האסט פארלאנגען?

און איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם איז, איך האב געזען אין די לעצטע עטליכע בלעטער סך הכל איינער וואס האט געשריבן בערך ווי די לייגסט עס אראפ, און בכלל נישט לטובת מצילי אש, במילא ווייס איך נישט וואס דיין ווייטאג איז.

און אז מ'רעדט שוין, די וואך שבת צוועלווע מיטאג זענען אידן מיט קאפלעך געווען פארנומען מיט די רויטע קארס ביים פייער סטעישן עפענן און צומאכן מיט א הוללות אין גלייכעגעוויכט, איז דאס נישט חילול שבת בפרהסיא?

נעה, דאס איז בסך הכל בעיבישע לידערס..
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1308

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:49 pm אבער למען האמת מוז איך עס שרייבן.

איך שרייב דא פעסט א הין אין צוריק, האב אין אונגעריפן מיין לאקאלע דיין אין מאנסי (מיין דיין פאר הילכות טהרה, נישט אזא ערב שבת שניידן נעגל דיין) אין איך האב אים געפרעגט מורי ורבי אויב האב איך א קאל שבת חשש פייער אדער קארבן מניאקסייד וכו' זאל איך ריפן ברוער אדער מצילי אש, האט ער געזאגט פאר מיר אלס זיין מתפלל, זאל איך ריפן מצילי אש.
סאו אי"ה דאס איז מיין לעצטע פאוסט אבער די נושא, נישט ווייל איך פארשטיי פשוט אלס מיין דעת תורה דארף איך פאלגן.

אדאנק.
איך קען מסביר זיין די פסק בס"ד.

די האסט געשריבן:
שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:15 pm אין איך גיי נאך איינמאל טשאלענדזשען מצילי אש, אלס א רעזידענט אין מאנסי (נישט אזוי ווי האלב דא וואס זענען KJ Willi אין מישן סתם א גוגעל) ברוער האט נישט א דיין וואס פירט עס אין מצילי אש אויכעט נישט (פינטל!)
רב ווייס איז רב דמצילי אש, אין עס איז נישט אינטער קיין שום פראמינענטע דיין אין מאנסי.
ווען איינער היט שבת אן רב, און א צווייטער איז מחלל שבת אן א רב, דארף מען ניצן דער וואס היט שבת, ופשוט כנלענ"ד.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1631

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:08 pm
► Show Spoiler
יעצט ברויך מען 3 טראקס? לכאורה נישט אבער ביי די זאכן איז אויך דא דער כלל אז אויב די געווענליכע פראטאקאל איז צו קומען מיט 3 טראקס (נישט אז איך ווייס, איך זאג אויב איז דאס זייער פאליסי פאר סעיפטי סיבות) דאן איז די הלכה איז אז שבת מוז מען עס אויך טאן און מען טאר זיך נישט פארלאזן אז א וואלונטיר וועט אפשר צושפאצירן.

איך זאג נישט אז דאס איז געווען דער מעשה דא, איך זאג נאר אז עס איז דא א שטארקע צד אז זיי האבן עס געדארפט אזוי טאן און א שרייבער אויף אידטיש איז נישט דער וואס מאכט אפ וואס מען מעג און וואס נישט

ממש אזוי? אדער דריי טראקס אדער קיינער נישט און זיך פארלאזן אז איינער וועט אפשר צושפאצירן? איך ווייס אז איר זענט נישט אזוי נאריש, אבער איז האלט באמת אז מיר זענען יא?

און ניין, נישטא אזא זאך 'פראטאקאל פארלאנגט דריי טראקס', און זיכער נישט פאר א קארבאן מאנאקסייד אלארם. פארוואס נישט זיבן טראקס? ווען א קאל קומט אריין איז דער דיספעטשער מחליט לפי הענין וויפיל רעספאנדערס און טראקס צו שיקן, און די איינציגסטע סיבה צו שיקן דריי טראקס איז להוסיף חילול שבת האסורה אויף חילול וואס איז מעגליך מותר.
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1631

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:17 pm אין נאכאיינמאל רב ווייס איז נישט קיין דיין.

מצילי אש ווערט געפירט אן א דיין עטליסט אויף פאפיר.

מען האט שוין אויפגעוויזן דא אז עס איז שקר וכזב, און די דיינים זעלבסט זאגן אז 1) זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף ברוערס, און 2) פאר א קליינע פייער זאל מען רופן מצילי אש.
יחזקאל הלוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:05 pm
x 157

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יחזקאל הלוי »

פלאם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:52 pm
שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:49 pm אבער למען האמת מוז איך עס שרייבן.

איך שרייב דא פעסט א הין אין צוריק, האב אין אונגעריפן מיין לאקאלע דיין אין מאנסי (מיין דיין פאר הילכות טהרה, נישט אזא ערב שבת שניידן נעגל דיין) אין איך האב אים געפרעגט מורי ורבי אויב האב איך א קאל שבת חשש פייער אדער קארבן מניאקסייד וכו' זאל איך ריפן ברוער אדער מצילי אש, האט ער געזאגט פאר מיר אלס זיין מתפלל, זאל איך ריפן מצילי אש.
סאו אי"ה דאס איז מיין לעצטע פאוסט אבער די נושא, נישט ווייל איך פארשטיי פשוט אלס מיין דעת תורה דארף איך פאלגן.

אדאנק.
איך קען מסביר זיין די פסק בס"ד.

די האסט געשריבן:
שר הדעות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 9:15 pm אין איך גיי נאך איינמאל טשאלענדזשען מצילי אש, אלס א רעזידענט אין מאנסי (נישט אזוי ווי האלב דא וואס זענען KJ Willi אין מישן סתם א גוגעל) ברוער האט נישט א דיין וואס פירט עס אין מצילי אש אויכעט נישט (פינטל!)
רב ווייס איז רב דמצילי אש, אין עס איז נישט אינטער קיין שום פראמינענטע דיין אין מאנסי.
ווען איינער היט שבת אן רב, און א צווייטער איז מחלל שבת אן א רב, דארף מען ניצן דער וואס היט שבת, ופשוט כנלענ"ד.
סא דיין אייגענע דיין האט דיר געזאגט צו רופן מצילי אש, איך מיין אז דיין קשיא פון יאר 100 איז שוין פארענטפערט

און יא מצילי אש האט הלכות און פירט זיך לויט די הוראות פון די תורה

און ברוער פירט זיך נישט לויט די תורה און זייערע א. ג. דיינים ווייסן נישט די מציאות הדברים און נישט די פראקטישקייט פון לעשן פייערס
שרייב פאוסט