מען גיט פאר קיינעם נישט מער פון וויפיל ער קען פארנעמען

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

מען גיט פאר קיינעם נישט מער פון וויפיל ער קען פארנעמען

פאוסט דורך יוחנן כהן »

משה קומט צו פרעה דער רשע
און לייגט פאר זיין יעצטיגע בקשה

פאר דריי טעג די יודן פון דא ארויס שיק
דערנאך מיר קומען צום לאנד צוריק

וואס איז משה'ס חשבון איך פרעג
גייען זיך דען די אידן צוריק דרייען אונמיטן וועג?

--

נאר פונעם אלשיך הקדוש טוט שטיין
אז ניסיונות וואס מען קענישט ביישטיין
דער באשעפער ער שיקט נישט ניין

פרעה וואלט זיך נישט געבראכן
מכות ער וואלט געווארן צושטאכן
און נישט ארויס לאזן די אידן דאָךן

טאקע דערוועגן
טוט אים משה פרעגן
בלויז אויף דריי טעגן

#שמות
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: מען געבט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זייער אינטערסאנט. קענסט געבן א מראה מקום אין אלשיך?

מברויך וויסן וויאזוי סשטימט מיט 'כי אני הכבדתי את לבו'.
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

Re: מען געבט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2025 1:00 am זייער אינטערסאנט. קענסט געבן א מראה מקום אין אלשיך?

מברויך וויסן וויאזוי סשטימט מיט 'כי אני הכבדתי את לבו'.
כ'האנישט קיין מראה מקום
א חבר האט מיר עס נאכגעזאגט בשם ר' אלימלך בידערמאן
שרייב פאוסט