משה קומט צו פרעה דער רשע
און לייגט פאר זיין יעצטיגע בקשה
פאר דריי טעג די יודן פון דא ארויס שיק
דערנאך מיר קומען צום לאנד צוריק
וואס איז משה'ס חשבון איך פרעג
גייען זיך דען די אידן צוריק דרייען אונמיטן וועג?
--
נאר פונעם אלשיך הקדוש טוט שטיין
אז ניסיונות וואס מען קענישט ביישטיין
דער באשעפער ער שיקט נישט ניין
פרעה וואלט זיך נישט געבראכן
מכות ער וואלט געווארן צושטאכן
און נישט ארויס לאזן די אידן דאָךן
טאקע דערוועגן
טוט אים משה פרעגן
בלויז אויף דריי טעגן
#שמות
מען געבט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4601
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13754
Re: מען געבט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען
זייער אינטערסאנט. קענסט געבן א מראה מקום אין אלשיך?
מברויך וויסן וויאזוי סשטימט מיט 'כי אני הכבדתי את לבו'.
מברויך וויסן וויאזוי סשטימט מיט 'כי אני הכבדתי את לבו'.
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 419
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 1075
Re: מען געבט פאר קיינעם מער וויפיל ער קען פארנעמען
כ'האנישט קיין מראה מקוםשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 22, 2025 1:00 am זייער אינטערסאנט. קענסט געבן א מראה מקום אין אלשיך?
מברויך וויסן וויאזוי סשטימט מיט 'כי אני הכבדתי את לבו'.
א חבר האט מיר עס נאכגעזאגט בשם ר' אלימלך בידערמאן
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4601
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13754