סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
הרב ר'@נפתלי איך וויל אייך נישט ענפערן אין אייער אשכול בנוגע די מעסעדזש viewtopic.php?p=143763#p143763 אבער פון די בילדער וואס איר האט ארויפגעלייגט דא viewtopic.php?p=144780#p144780 viewtopic.php?p=144778#p144778 זעט אויס ווי איר האט א טעות געהאט
הצלחה רבה!
הצלחה רבה!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איינמאל וועל איך דיר מיזן געבן גערעכט....חכם עתיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 07, 2025 12:24 pm הרב ר'@נפתלי איך וויל אייך נישט ענפערן אין אייער אשכול בנוגע די מעסעדזש viewtopic.php?p=143763#p143763 אבער פון אייער בילדער וואס איר האט ארויפגעלייגט דא viewtopic.php?p=144780#p144780 viewtopic.php?p=144778#p144778 זעט אויס ווי איר האט א טעות געהאט
הצלחה רבה!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מסע חינוך הטהור
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דאס איז די טיר צום היכל נחלת יעקב.נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 07, 2025 12:28 pmאיינמאל וועל איך דיר מיזן געבן גערעכט....חכם עתיק האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 07, 2025 12:24 pm הרב ר'@נפתלי איך וויל אייך נישט ענפערן אין אייער אשכול בנוגע די מעסעדזש viewtopic.php?p=143763#p143763 אבער פון אייער בילדער וואס איר האט ארויפגעלייגט דא viewtopic.php?p=144780#p144780 viewtopic.php?p=144778#p144778 זעט אויס ווי איר האט א טעות געהאט
הצלחה רבה!
די בית שני איז צעטיילט אין 2 שטיבלעך, א קלענערע שטיבל (חדר מאיר) און די גרעסערע נחלת יעקב.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בילדער פון די נעכטיגע שמחת התנאים האט איינער?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דעם מוצאי שב"ק נאכן דערהויבענעם "שבת בצלא קדישא" וועט גאנץ קרית יואל שטראמען פאראייניגט אין ביהמ"ד הגדול צום "ליל המחזיקים למען החזקת מוסדותינו הקדושים!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ענגע זיצונגען היינט אינדערפרי אין בית המדרש הגדול צו איבערגיין די לעצטע דעטאלן איבער דער מאסיווער אויסשטעל אינעם היכל הגדול היכל אלטר יחזקאל אין די גאר קורצע שעה צווישן די שלש סעודות פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ביזן מעמד אדיר צו קענען אקאמאדירן די אלפי המשתתפים
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
''גרויסארטיגע מעמד חנוכת הבית אין סאטמאר בארא פארק וועט פארקומען מוצאי שבת שמות''
פרייליכע נייעס ווערט געמאלדן פון מוסדות סאטמאר אין בארא פארק, אז דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת שמות וועט געפייערט ווערן די גרויסארטיגע מעמד חנוכת הבית פאר די נייע גיגאנטישע געביידע פון בית רחל ד'סאטמאר בנין פריעדמאן, וואס איז געבויעט געווארן מיט פראכט אין לויף פון די לעצטע יאר צייט, אויף א בליץ שנעלן טעמפא להרחיב גבולי הקדושה.
די ריזן געביידע ביים ווינקל פון די פערצנטע עוועניו און די צוויי און זעכציגסטע סטריט, איז מיט א יאר צוריק נאך געווען א ליידיגע שטח ווען עס איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דורכאויס די לעצטע עלף חדשים איז די בוי ארבעט אנגעגאנגען אין פולן שוואונג ווען יעדן טאג האט מען זיך גערוקט פאראויס, און אצינד שטייט שוין די געביידע על תילה בנויה, לשם ולתפארת פון מלכות סאטמאר אין בארא פארק.
זעכציג קלאס צימערן צושפרייט אין זיבן שטאק, פארנעמט דעם ריזן געביידע מיט הונדערט טויזענט סקווער פיס, דערונטער א ריזיגע אודיטוריום פון צען טויזענט סקווער פיס, וואס וועט דינען אלס לאנטשרום פאר די טויזענטער תלמידות.
אצינד ווען מ'גרייט זיך צו פייערן די מעמד חנוכת הבית, ווען אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך אויף א געהויבענעם שבת של שמחה בחצר הקודש סאטמאר אין בארא פארק, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט פראווענען דעם קומענדיגן שבת פרשת שמות בתוככי הקהילה אין בארא פארק, לרגל די שבת שבע ברכות פון א אייניקל, א טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א, איז באשטעטיגט געווארן אז די מעמד חנוכת הבית וועט געפייערט ווערן מוצאי שבת קודש ברוב פאר והדר, קאמבאנירט מיט א שמחת שבע ברכות במעון הקודש, און א גייסטרייכע כינוס פאר כלל תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק, און וועט פארקומען אינעם ריזן אוידיטוריום אין די נייע געביידע.
קרעדיט: JDN
''הבנין בתפארתו''

וואס איז פשט פון די אלע רמזים, וואס קען מען נישט שרייבן קלאר ווי עס איז?