סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ"ק מרן רבינו שליט"א בסעודת ברית מילה לבן הנולד אצל הרבני הנגיד ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו חבר הנהלת קהילתינו קרית יואל היינט צופרי
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ברכת מזל טוב פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א צו די שידוך שליסן פון אן אייניקל הכלה בת הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"ן וראה''כ סניף קליימער, מיט החתן בן גיסו הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש בן כ''ק גאב"ד שאפראן זצ"ל חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א
''שישו ושמחו בשמחת רבינו''

איינער מיט בילדער/ווידיא'ס פונעם רבי'ן'ס יערליכע באזוך בתוככי מוסדותינו הק' אין וומס''ב במשך די ימי החנוכה?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
שכ''ח @נפתלי
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מסיבת לחיים היינט נאכט נאכן הנרות און ביהמ"דחכם עתיק האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:22 am''קול רנה וישועה באהלי צדיקים''
ברכת מזל טוב פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א צו די שידוך שליסן פון אן אייניקל הכלה בת הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"ן וראה''כ סניף קליימער, מיט החתן בן גיסו הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש בן כ''ק גאב"ד שאפראן זצ"ל חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א
''שישו ושמחו בשמחת רבינו''
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:20 pmמסיבת לחיים היינט נאכט נאכן הנרות און ביהמ"דחכם עתיק האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:22 am''קול רנה וישועה באהלי צדיקים''
ברכת מזל טוב פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א צו די שידוך שליסן פון אן אייניקל הכלה בת הגה"צ ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"ן וראה''כ סניף קליימער, מיט החתן בן גיסו הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש בן כ''ק גאב"ד שאפראן זצ"ל חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א
''שישו ושמחו בשמחת רבינו''
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
יעצט אין די ימי חנוכה, ווען עס קומען נישט פאר קיין שמחות, האט די הנהלת הישיבה אונטערגענומען א בליץ-שנעלע אקציע אויפצופרישן די פלאר פונעם ויואל משה חתונה זאל, מיט נייע שיינע פארקעי האלץ, וואס איז געווארן גרייט צום פרישן חתונה סעזאן פון חודש טבת
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אזוי אויך האב איך געהערט אז ס'גייט פארקומען א גרויסארטיגע פראכטפולע מעמד ''חנוכת הבית'' פארן נייעם בנין האדיר בית רחל החדש - בנין ליפא פרידמאן אין בארא פארק, מוצש''ק פר' שמות, צוזאמען מיט די שבע ברכות לרגל נישואי נכדת כ''ק מרן רבינו שליט''א,
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מיט בלויז צוויי וואכן פארבליבן צו די פרייליכע שמחת נישואין בחצר הקודש סאטמאר, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו חביבו הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א, איז נעכטן אויפדערנאכט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז די גרויסע חתונה וועט פארקומען אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, מקום מגוריו פונעם מחותן אבי הכלה.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז שוין באשטעטיגט געווארן אז די גרויסע שבת של שמחה שבת שבע ברכות פרשת שמות, וועט געפראוועט ווערן בתוככי קהילה קדושה סאטמאר אין בארא פארק, אלע תפילות און טישן דורכ'ן גרויסן זיידן דער סאטמארער רבי שליט"א וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און אצינד איז באשטעטיגט געווארן אז אויך די חתונה וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אין שטאט בארא פארק.
די מעמד קבלת פנים וועט פארקומען אינעם גרויסן היכל בית המדרש אויף די צוויי און פופציגסטע סטריט, וואס וועט ווערן אהערגעשטעלט אויפן מאקסימום צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער חסידים, נאכגעפאלגט מיט די מעמד החופה ברחובה של עיר, אויף די פערצנטע עוועניו ביים ווינקל פון די צוויי און פופציגסטע סטריט.
צו די סעודת החתונה און די ריקודין איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן די ריזן פראכטפולע זאל "אולם הגדול" אין בנין פון ת"ת בעלזא אויף די זיבן און דרייסיגסטע סטריט, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אין א סאטמארע שמחה צענטער מיט אלע אפטיילונגען פאר די חתונה הגדולה, די ריזן זאל פאר די ריקודין און מצוה טאנץ, און ספעציעלע זייטיגע היכלות פאר די סעודת החתונה פאר די בחורי חמד און תינוקות של בית רבן.
קרעדיט: JDN

.I'm following up
אזוי אויך האט רבינו שליט''א אפגעשטאט נעכטן די יערליכע חנוכה באזוך בקרב מוסדותינו הק' אין בארא פארק, און איז דערנאך געווען ביי א ביקור כבוד ביי כ''ק האדמו''ר מבית חיים יהושע שליט''א
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די בילדער זענען נאך און די עדעטינג פראסעס
נאכנישט ארויס צום ציבור
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נו, אפשר העלפסטו ארויס, ענק זענען דאך זייער גוט אין דעם..נפתלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 11:24 amדי בילדער זענען נאך און די עדעטינג פראסעס
נאכנישט ארויס צום ציבור
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אזוי אויך האט זיך היינט אינדערפרי אפגעשפילט א מחזה הוד אין גרויסן ביהמ''ד אין וומס''ב, ווי קרוב צו פופצן הונדערט קינדער בליע''ה פון כיתות ז' ח' ט' פון די מוסדות אין וומס''ב, האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און דערנאך פארטיילט חנוכה געלט,