► Show Spoiler
דאנערשטאג מקץ - א' דחנוכה
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית המדרש הגדול.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר אליעזר אהרן ראזענבערג הי"ו.
ביים ליינען האט עולה געווען כהן הבחור הבר מצוה, לוי מוה"ר יושע העשיל דייטש הי"ו, שלישי רבינו שליט"א, הגבהה מוה"ר אליעזר אהרן ראזענבערג הי"ו, גלילה מוה"ר שמואל דוד גאלדבערגער הי"ו.
ביינאכט בשעה 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול צו הדלקת נר חנוכה.
חשוף האט געזינגען מוה"ר וואלף בראווער הי"ו פון קרית יואל.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במחלוקת הרמב"ם והרמב"ן במצות דרבנן אם נכללים בלאו דלא תסור.
נאכ'ן דברות קודש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן לחיים.
שבת מקץ - חנוכה
א דריי פערטל שעה נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.
קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו.
בשעה 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבחור משה בן הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א חדב"ן ורב בית מדרשינו ליע גארדענס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יחיאל ברוך געלער שליט"א דומ"ץ באבוב וויליאמסבורג, מנוחה ושמחה הרה"ג ר' שלמה ראטטער שליט"א אב"ד קאלוזשוב, קה אכסוף הרב אהרן כ"ץ שליט"א מנהל ישיבתינו הק' אין מאנטרעאל, קה ריבון הרה"ח ר' אליעזר יצחק שטיינמעטץ הי"ו, לקל אשר שבת הרה"ח ר' עמרם ווידער הי"ו פון מאנטרעאל.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל.
יום שבת קודש
בשעה 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרא האט געדאווענט פארן עמוד הרב הערצקא רייז סגן מנהל במוסדותינו הק'.
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה און הלל.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג אב"ד ניאמץ שליט"א.
ביי שלש סעודת האט דער רבי ארום גערעדט אין די ווערטער פונעם זלאטשובע מגיד, אז יוסף הצדיק האט געזאגט פאר די שר המשקים ונתת כוס פרעה בידו כמשפט הראשון, אז עס וועט נאך אמאל געשעהן די זעלבע מעשה און פרעה וועט גארנישט טון, צו ווייזן אז עס וואלט איהם בכלל נישט געדארפט קומען א עונש דערפאר, נאר די גאנצע מעשה איז געשעהן אלעס מיט א השגחה עליונה לטובת יוסף הצדיק, כי אם זכרתני אתך ועשית נא עמדי חסד והזכרתני אל פרעה, און דאס איז געווען די עבודה וואס יוסף הצדיק האט אוועק געשטעלט אינעם גלות צו וויסן אז יעדע עונש איז אלעס מיט אן השגחה עליונה פונעם אייבירשטען, וואס דאס טוט ממרק זיין און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו שמחנו כימות עניתנו.
מוצאי שבת האט דער רבי געצינדן חנוכה ליכט בביתו נאוה קודש.
זונטאג ויגש
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול.
ביים ליינען האבן עולה געווען כהן הרב יואל גראס, לוי הרה"ג ר' יעקב יצחק הורוויץ שליט"א אב"ד שארית ישראל, ישראל הרה"ח ר' אביש פערלמוטער הי"ו, הגבהה רבינו שליט"א.
אינמיטן די זמני כניסה איז אריין בקודש הפנימה הרה"ג רבי לוי יצחק אבראהאם שליט"א אב"ד בארדיטשוב לרגל נישואי בנו למז"ט.

חשוף האט געזינגען מוה"ר יששכר גוטמאן הי"ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בסוגיא פון אימתי זמן הדלקת המנורה בבית המקדש.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן לחיים.
מאנטאג ויגש
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בית המדרש הגדול אין קרית יואל.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לרך הנימול בן מוה"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו חבר הנהלת הקהלה קרית יואל, און לרך הנימול בן מוה"ר ר' נטע טויב הי"ו.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב צום ברית סעודה וואו דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה.
נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום בנין התלמוד תורה עטרת יואל פון כתות ד' ה' ו' סניף הרב נחום דוד שמאיע און הרב מאיר שווארטץ.
די קליינע קינדער האבן אפגעווארט ביים אריינגאג וואו דער רבי האט דורכשפאצירט דערנאך איז דער רבי אראפ אין די זאלן פון עטרת אברהם.
די קינדער האבן געזינגען ניגונים און דער מנהל הרב מאיר שווארץ האט אויפגעטרעטן.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט ארום גערעדט אז די נר חנוכה צינד מען אדער ביים טיר אדער ביי די פענסטער, דאס ווייסט אז מען דארף מתפלל זיין אז די בוכ"ע זאל עפענען די טיר און מקבל זיין די תפילות, אדער ביי די פענסטער איז מרמז אויף תשב"ר, ווי די דובנער מגיד זאגט א משל אז א טאטע האט געטראגן זיין קינד אין שטאט אבער האט נישט געקענט אריין גיין אין טויער, האט ער געזאגט פאר זיין קינד אז די ביזט נאך קליין און די קענסט אריין קריכן דורך די פענסטער, האט דער רבי געזאגט דאס איז מרמז אז אויב קען מען נישט דורך די תפילה עפענען די טיר, די שערי שמים, דארף מען ניצן די תפילה פון די קינדער, די תשב"ר, וואס קענען אריין גיין אפילו דורך א פענסטער, האט דער רבי געבעטן די קינדער זיך מער מתאמץ צו זיין בתפילה, און נזהר זיין בשמירת עינים.
נאך די דברות קודש האט דער רבי פארטיילט פאר אלע קינדער א מטבע.

חשוף האט געזינגען מוה"ר יואל פאללאק הי"ו ובניו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בסוגיא תן לה כדי מדתה.

דינסטאג ויגש

פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן הרה"ג ר' זושא כ"ץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' און הבחור בן מוה"ר יואל יצחק לעפקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האבן עולה געווען כהן הבחור הבר מצוה בן הרה"ג ר' זושא כ"ץ שליט"א, לוי הרה"ח ר' ישעי' קרויס הי"ו, שלישי הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל יצחק לעפקאוויטש הי"ו, הגבה מוה"ר יואל יצחק לעפקאוויטש הי"ו, גלילה מוה"ר יוסף שטיינפעלד הי"ו, רביעי רבינו שליט"א, הגבהה מוה"ר מנחם יחזקאל טייטלבוים הי"ו, גלילה מוה"ר שמואל חיים פריעד הי"ו.
פארמיטאג איז דער רבי אנגעומען צום בני התלמוד תורה בנין פערלמוטער וואו די קינדער פון כתות ד' ה' ו' סניף הרב נטע מארקאוויטש האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן.
די קינדער האבן געזינגען ניגונים און דער מנהל האט אויפגעטרעטען

דער רבי האט ארום גערעדט אז די נר חנוכה צינד מען אדער ביים טיר אדער ביי די פענסטער, האט דער רבי געזאגט בדרך מוסר, אז א טיר קען מען נאר ניצן אז מען עפענט עס, אבער דעמאלס קומט אריין אלע ווינטן פון די גאס, דעריבער לייגט מען א מזוזה וואס דאס טוט אפהיטן די שטוב פון אלע רוחות רעות, אבער פון א פענסטער קומט אריין ליכטיקייט פון די גאס אפילו עס איז פארמאכט און עס היט אפ די שטוב פון אלעס וואס איז דא אויף די גאס, דאס דארף מען ארויס נעמען אויף למעשה צו זיין אפגעהיטן פון אלעם וואס איז דא אויף די גאס.
נאך די דברות קודש האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע קינדער.
ביינאכט בשעה 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול צו הדלקת נר חנוכה.
חשוף האט געזינגען מוה"ר ברוך מרדכי קליין הי"ו פון בארא פארק
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בסוגיא טומאה הותרה בציבור או דחויה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת קישור החיתון פון נכדת רבינו שליט"א הכלה בת הגה"צ רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א חדב"ן וראש הכולל סניף קליימער בן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א עב"ג החתן בן הרה"ג ר' שמעון ישראל מייזליש שליט"א ר"מ בישבתינו הק' בן הגה"צ אבד"ק שאפראן זצ"ל חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.
עדות זענען געווען הרב יעקב מאיר וויזענפעלד שליט"א מנהל בישיבה קטנה און הרב משה ביטמאן שליט"א מנהל בישיבה גדולה.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה דערנאך איז דער ציבור אדורך וואונטשן מזל טוב.
מיטוואך ויגש
רבינו שליטא האט געדאווענט שחרית אין בנין התלמוד תורה בנין ליפא פריעדמאן אין בארא פארק מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט'.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יואל פעדער הי"ו.
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט מטבעות.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אז די מצוה פון נר חנוכה איז די ראיה, צו ווייזן די עיקר פון א איד איז צו אפהיטן די אויגן פון וואס מען זעט און אזוי קען מען זוכה זיין לתורה
דערנאך איז דער רבי אריבער די אינגערע כיתות.
דערנאך איז דער רבי אריין אין לאנטש רום וואו די קינדער האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידים זיך צו מחזק זיין בעבודת התפילה און שמירת עינים.
דער רבי האט ארום גערעדט אז די ימי החנוכה איז די גמר החתימה וואס מען קען ענדיגן אלע תפילות פון די הייליגע טעג, צינד מען די נר חנוכה ביים טיר צו ווייזן אז מען קען נאך אין די טעג אויפמאכן אלע שערי שמים מיט די תפילות.
דער רבי האט מעורר געווען אז דורך לערנען און דאווענען ווערן נתקדש אלע אברים, ווען מען קוקט אריין אין סידור, חומש אדער גמרא ווערט נתקדש די אויגן, ווען מען זאגט ארויס די דיבורים פון די דאווענען מאכט מען הייליג די מויל, און אז מען דאווענט און לערנט בקול מאכט מען הייליג די אויערן, אזוי איז מען זוכה צו לערנען תורה
נאך די באזוכן אין חדר איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א וואו עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס, דערנאך האט האדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו די קאר.

חשוף האט געזינגען הרה"ח ר' הערשל ווייס הי"ו און מזמור שיר הרה"ח ר' פנחס אליהו שטיינווארצעל הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען די יערליכע מגבית לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל יאזשעף הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות.

דער רבי האט געזאגט אז מען זעט ביי שבת אז די השפעת הקדושה קומט אלעס דורכן שבת, די זעלבע זאך איז די קדושה פון די נרות חנוכה, דעריבער איז געווען די נס על ידי כהניך הקדושים, אז די צדיקים די כהנים זאלן זיין דעם צינור צו משפיע זיין אלע השפעות
דער רבי האט אויסגעפירט אז מען זעט ווי דער רבי זי"ע האט געוואלט משפיע זיין פאר אידן האט ער געבעטן אז מען זאל געבן געלט פאר זיינע מוסדות אזוי קען ער משפיע זיין כל טוב וטוב, ובפרט ביי די מוסדות בני ברק ווי מען זעט א אינטערעסאנט נקודה אז דער רבי האט דייקא געוואלט אז די מוסדות זאלן זיין אויף זיין נאמען, אויך פאר די זעלבע טעם אז ער זאל קענען משפיע זיין אלע השפעות דקדושה פאר אידן.
דער רבי האט געבעטן פון די בחורי חמד תלמידי ישיבתינו, אז מען זאל מיט נעמען די השפעות הקדושה פון די ימי חנוכה, מען זאל נזהר זיין נישט צו רעדן דברים בטלים, און נישט צו הערן דברים בטלים אויף די אלע מיני האטליינס, ובפרט יעצט וועט מען גייט אריין אין די ימי השובבים אויסניצן די צייט מיט לימוד התורה ברציפות.
ביי די לחיים האט דער רבי געווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו כתבינו בספר החיים, וואס ווען מען שרייבט חיים איז עס מיטן כולל גי' חס"ד, אז מען זאל אלע זוכה זיין צו א חיים של חסד, און א חיים של תורה.