פאוסט
דורך Azoi Tzi Zugen »
די רענטאל מהפיכה איז נישט פשוט. עס קומט גרויס קרעדיט פארן היימשטאט דערפאר! כאטש ס'איז אמת ווי @גראסערי (ער טאקע? איך דענק נישט פאר זיכער) האט מעיר געווען אז עס איז אדאנק די יעצטיגע דירות סופליי און ביז לעצטע זומער וואלט גארנישט געהאלפן, אבער יעצט אז די סופליי איז דא ב"ה איז זיכער אז די ווינט פון די ליסטינגס ברענגט אראפ די פרייזן. לויט ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט'ן בעה"ב קאלט די היימשטאט אליינס ארום און ארבעט אויס מיט יעדן וועלכע פרייז עס וועט אים גיין שנעל וכו'. בקיצור, א ארבעט בשלימות. כל הכבוד.