שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:32 pm
טראפקעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 1:18 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:51 am
כ'ווייס נישט פון וועלכע צייט דו רעדסט, אבער אויב איז נישט ממש אין די לעצטערע יארן: די בעקיטשעס ווערן נאר נתרבה אין קרית יואל, אסאך בחורים וואס זייערע טאטעס זענען נישט געגאנגען בעקיטשעס טוען עס יא אן.
פון ווי נעמסטו די אינפא?
איז דא א בעקיטשע האטליין אזוי ווי ביי די פרויען?...
ווער מאכט די ווינט? די בחורים אליין?
#נייע אשכול
אויך די ביבער היטן ווערן מער און מער פשוט ווייל רוב שטאפען היטן וואס ווערן א איידעם ביי א ביבער היט טוישן זיי זיך צו א ביבער היט משא''כ פארקערט נישט וכן בבעקטישעס
פונעם גליון בקודש פנימה - שיחת קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בעת שמחת החאלאקא להנין הילד שלמה זלמן ני"ו בן פרע"ח הרב אלי' לייב מאסקאוויטש שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מזלאטשוב שליט"א, וחתן חדב"ן הרה"צ רבי אהרן כ"ץ שליט"א אב"ד תולדות אהרן
חסידי פיטסבורג דערהערן קריאת הקודש פון האד' מפיטסבורג אנצוטון שבת'דיגן מלבוש "קאשקעטל" פאר קינדער
אין די טעג זיך גרייטנדיג צו די ימי השמחה בחצר הקודש פיטסבורג האבן חסידי פיטסבורג אויפגענומען די הכרזת ורצון קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן און געבעטן מפרסם צו זיין ביי אלע חסידים, איבער'ן חשיבות פונעם הייליגן חסיד'ישן "קאשקעטל" מלבוש וואס איז כדאי אנצוטון פאר די יונגלעך, ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה.
דעם רבינס דעת ורצון קדשו איבער'ן נושא פון אנטון קאשקעטלעך, איז איבערגעגעבן געווארן דורך מקורבו הרה"ג ר' אברהם משה שווארץ שליט"א ראש הכולל פיטסבורג, ביי א כינוס הכנה צו די ימי השמחה וואו ער האט נאכגעזאגט פונעם רבין שליט"א די מעלות פון דעם חסידישן מלבוש וואס טראגט א אידישן חן, און ברענגט מיט זיך א התחייבות זיך מרחק צו זיין פון די היינטיגע מאדעס און נישט אנטוהן די מאדערנע מלבושים וואס כאפן זיך אריין ביים היימישן ציבור, און אין אנדערע הינזיכטן וואס חסידישע אידן האבן מקפיד געוועהן וואו רעדן אידיש וכדומה.
דעריבער האט דער רבי געבעטן אז קינדער פון די דריי יאהר זאלן גייען אנגעטוהן מיט א קאשקעטל, וואס חסידים ואנשי מעשה פלעגן אנטון די קינדער בשבתים וימים טובים, וואס ס'איז ידוע אז די פריערדיגע צדיקים האבן שטארק מחשיב געווען בשבחפון דעם מלבוש.
דעם רבינס בקשה האט געהאט א שטארקן אפקלאנג, און איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס רגש דורך די חסידים, וועלכע גרייטן זיך מחדש צו זיין זיו אורה פון דעם הערליכן חסיד'ישן מלבוש, מלא טעם מיטן פארצייטישן חסיד'ישן חן שוין אויף די קומענדיגע וואך הבעל"ט לכבוד די חתונה בחצר הקודש.