פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm אויך אין א"י זאגען אלע מנהיגים אז מ'מאכט נישט קיין פשרות.
גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm
ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.
גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
א פשרה איז ווען מען געבט נאך אביסל
ביזדערווייל איז נאך קיין איינער פון די חסידישע אגודה קרייזן נישט געגאנגען אין מיליטער, סיי איינער וואס לערנט און סיי איינער וואס לערנט נישט
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון פארפוילטע עפלעך וואס גייען מרצונם וואס דאס איז ליידער דא איבעראל
נישט ריכטיג. איך ווייס פאר זיכער פון 2 אדמורי"ם וואס שיקן זייערע חסידים "נאך די חתונה" נעמען א דזשאב צו גיין אין מיליטער, אין די טעכנאלאגיע אפטיילונג.
אודאי וועט מען ענטפערן אז ס'איז נאר אינגעלייט, נאר טעכנאלאגיע, וכו', און איך גיי נישט אריינגיין מסביר צו זיין די שרעקליכע חורבן דערפון וואס די אדמורי"ם ווייסן אוודאי נישט, ווייל די עסקנים זענען חברי כנסת וואס פרייען זיך דערמיט ואכמ"ל.
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:11 pm
אין חו"ל הא מען נישט קיין פראבלעם צו לערנען וויפיל מיר האלטן פאר וויכטיג און ריכטיג. נישט וואס די רעגירונג פאדערט צוצולייגן.
למעשה איז יא דא א חרם קעגן לימוד שפות זרות אין ירושלים. וויאזוי גיט מען זיך א עצה דערמיט???
כאילו די אלע סייענס און היסטאריע וואס מ'לערנט אין אסאך היימישע מוסדות אין חו"ל האלט מען פאר וויכטיג צו לערנען... ס'איז קלאר אז מ'שטעלט זיך צו צום רעגירונג, טאקע נישט ביי זאכען וואס זענען די "ציפור הנפש", אבער יא ביי אנדערע זאכען.
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm
די חרם איז גע'חתמ'עט ביי די מהרי"ל דיסקין זצ"ל, און דוקא נישט דורך הגר"ש סאלאנט זצ"ל (וראיתי שפעם פרסמו החרם ההוא נגד הגרש"ס זצ"ל שהשתתף באיזה מוסד כזה, אינני יודע הפרטים, ואז אמר הגרש"ס זצ"ל שגם יפרסמו ברחובות קריה החרם שכנגד החסידים, להראות שכתוקף זה החרם כן תוקף החרם ההוא), און בכלליות איז דאס א כלליות'דיגע טענה קעגן גאר אסאך מוסדות אין ירושלים.
אויב רבי שמואל סאלאנט זצ"ל האט נישט גע'חתמ'עט איז עס אויס חרם? איך פארשטיי נישט די תשובה.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm
ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.
גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
אלע יארען איז געווען די מהלך אז די דיחוי איז נאר פאר דער וואס לערענט, אנגעפאנגען פון די צייטען פון די חזו"א, אזוי אז דער ציטאט פון מאיר פרוש ווייזט נישט אויף קיין פשרות.
דאס זאג איך דאך, אז אלע יארן איז מען דארט געגאנגען מיט פשרות, און דאס גייט אזוי אן אלע יארן.
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:49 pm דא איז די שמועס וועלעכע לימודים מען גייט יעצט אנהייבן צו לערנען אדאנק זיין אינגאנצען אינטערגעווארפן אונטער די רעגירונג?
מ'רעדט נישט פון זיין אינגאנצען אונטערגעווארפען די רעגירונג (אזויווי די ממלכתי שטרעמונג), נאר פון זיין אונטער די ספרדישע חרדישע שטרעמונג "בני יוסף", און פון לערנען ליב"ה/לימודי חול, כעין וואס אין אמעריקע דארפען די לימודים זיין איקוועלענט (כ'האף איך האף עס גוט געשריבען) צו די לימודים אין פאבליק סקול.
און איך האב געמיינט אז דא איז מען פארנומען צו מסביר זיין פארוואס די לימודים הייסען איקוועלענט.
לאמיר קלארשטעלן אז איך רעד נישט פון אלע היימישע מוסדות אין אמעריקע, און ס'קען זיין ס'דא מוסדות ווי מ'לערנט טאקע בלויז חשבון און שפראך, און ס'קען אפילו זיין אז די גרויסע רוב אידטיש ליינער/שרייבער זענען געגאנגען צו אזעלכע מוסדות, איך רעד אבער פון אנדערע היימישע מוסדות ווי מ'לערנט אויך נאך זאכען, צוליב די רעגירונג פארלאנגען און/אדער צו קענען באקומען א דעגרי (וואס העלפט צו באקומען ארבעט, פאר אזעלכע וואס זענען נישט אויסגעשטעלט אויף צו עפענען אייגענע ביזנעסער אד"ג), און איך שטעל בלויז צו אז אזויווי מ'שרייט נישט אויף יענע מוסדות, און מ'פארשטייט אז זיי זענען נישט אפגעפארען פונעם דרך צוליב'ן זיך פירען אזוי, די זעלבע זאל מען אויך פארשטיין דא, און איך מיין אז מיט דעם פאלען אוועק פיל פון די הערות אויף מיינע תגובות.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:35 pmאויב רבי שמואל סאלאנט זצ"ל האט נישט גע'חתמ'עט איז עס אויס חרם? איך פארשטיי נישט די תשובה.
איך האב דאך געברענגט א מעשה ווי מ'זעט אז הגר"ש סאלאנט האט נישט חושש געווען צום חרם, קען זיין ווייל די ציבור האט עס נישט מקבל געווען, אדער היות ס'איז געווען א תקנה אין ירושלים אז בלויז א חרם אויף וואס סיי מהרי"ל דיסקין און סיי הגרש"ס חתמ'ענען ווערט אנגענומען (אזוי געדענק איך זען אין א ספר וואס האט געברענגט אזא תקנה).
השר פרוש ל'כיכר': "טעינו, היינו צריכים לפני הקמת הממשלה להעביר את חוק הגיוס. אנחנו דורשים חוק שלא יהיה פגיעה בבג"צ. יש לי הסכם שנתניהו חתום עליו, חוק גיוס וחוק יסוד לימוד תורה ופסקת התגברות. יש לנו הסכם חתום, וכך צריך להיות. לא מכיר חוק שיכול לעמוד בבג"צ בלי פסקת התגברות" .
אויף אידיש: פרוש שרייט אז ער איז נישט צופרידן פון נתניהו'ס פארשלאג מזאל קודם מאכן א פשוטע חוק, און נאר אויב די בג"ץ וועט זיך אריינמישן וועט מען מאכן א געזעץ קעגן די בג"ץ. ער זאגט אז ס'נישטא קיין ספק צו די בג"ץ וועט זיך אריינמישן סוי ס'איז אבי גערעדט אז "אויב זיי וועלן"... מאך עס יעצט.
ער זאגט אז ער האט חרטה (חחח) פאר'ן אריינגיין אין די ממשלה אויף הבטחות, מ'וואלט געדארפט פאדערן צו דורכפירן די געזעץ בעפאר.
אוי מיי... זאג מיר נישט אז די חברה זענען רעדי אנצוהייבן נאכאמאל פון כיתה א'.
קובי בורנשטיין חושף ב׳משפחה׳: בדגל התורה העבירו לליכוד מסר לפיו הם מוכנים ליעדי גיוס וסנקציות כלכליות. ההחלטה התקבלה לאחר שהגר״ד לנדו הורה ״לנהוג בגיוס כמו מרן ראש הישיבה הגראי״ל שטיינמן זצ״ל לקולא וכמו מרן הגראי״ל שטיינמן לחומרא״.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:03 am
א אויסווארף פון קלאזענבורג (הנקרא לאחרונה צאנז) אין מיליטער זיינע חברים קומען אים כסדר באזוכן.
די מדינת ישראל נאציאנאלא זיכערהייט קאנסול האט ארויס געשטעלט אן אלערט פאר אידן איבער קידנעפינג פרואוון דורך כאמאס און איסלאמיק דזשיהאד
די קאנסול זאגט אז די צוויי גרופעס זיכן צו פארכאפן מדינת ישראל בירגער און אידן סיי אינערהאלב ארץ ישראל און סיי אין אנדערע לענדער איבער די וועלט כדי זיי צו נוצן ביים פארהאנדלונגס טיש. די קאנסול זאגט אז כאמאס מיט איסלאמיק דזשיהאד זענען יעצט מער אנגערייצט דערפאר וויבאלד געשפרעכן איבער אן אויסטויש פאר צוויי מדינת ישראל געפאנגענע האבן נישט געפירט צו קיין שום רעזולטאטן
אן על-אל פליגער פליענדיג פון גריכנלאנד קיין ארץ ישראל האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדונג אין רהאודעס, לאזנדיג 200 אידישע פאסאזשירן געשטראנדעט אויפ'ן אינזל, די לאקאלע חב"ד הויז האט זיי אויפגענומען און אקאמאדירט פאר שבת.
אדם השני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:03 am
א אויסווארף פון קלאזענבורג (הנקרא לאחרונה צאנז) אין מיליטער זיינע חברים קומען אים כסדר באזוכן.
איטשע האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:00 am
וואס האט פארגעגאנגן שבת אין תל אביב?
אויפן שפיץ גאפל:
פלטים פון א געוויסע דיקטאטארישע מדינה "אריטריע" וואס געפינט זיך אין צפון מזרח אפריקע האבן דורכגעפירט ווילדע ראיאטן, אין ליכט פון א אווענט וואס האט געזאלט פארקומען אין תל אביב אויסצודריקן שטיצע פאר די "אריטריע" רעגירונג.
ירושלים: עשרות פניות למוקדי מד״א וכבאות על צריבות בעיניים בשכונות החרדיות בעיר: מלכי ישראל, בית ישראל, שמואל הנביא. מבדיקה ראשונית עולה שמדובר בשרידי גז מדמיע משכונות מזרח העיר