אידישע נייעס אין ארץ ישראל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

דער 'מזכיר הממשלה' יוסי פוקס זאגט היינט אין אן אינטערוויו פאר'ן משפחה:

א פרישע "חוק הגיוס" וועט ווערן אויפגעברענגט אין די ממשלה אנהייב ווינטער (פון וואו ווייסט ער צו עס גייט נאך לעבן?) וואס וועט אנטהאלטן א פטור מגיוס פאר לומדי תורה (ווארשיינליך ענליך צו ביז היינט, מיט תנאים וכו'), אן קיין סאנקציעס (וואס באדייט אז אויב ס'וועט זיין 'יעדי גיוס' וועט עס נישט זיין מענדעיטעד), א געזעץ וואס וועט זיין 'וואקסינירט' (חוק שיהיה חסין) קעגן די בג"ץ.

ונזכה ונחי' ונראה.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 726

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך צייטווייליג »

אוי הלואי זאל מען שוין פטור ווערן פון די ביין אין האלז גיוס
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

בעסער ווי יעצט איז נישט ערווארטעט.

בעסער קען נאר ווערן אויב די יעדי גיוס ווערן טאטאל בטל, און זיי הייבן זיך אן מייאש זיין פון חרדים בכלל, אזוי ווי ס'איז געווען פאר אזא גוטע 30 יאר ביז אין די ס' יארן.

און דאס איז נישט ערוואטעט צו פאסירן. גראדע יא, אבער משיח וועט קומען ערשט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

די חרדישע פאליטיקאנטן זענען אין די לעצטע טעג געזיצן מיט די אטורני דזשענעראל'ס (יועמ"ש) פון די מיליטער מיסטער גיל לימון און מיסטער איטי עופר, צו אויסשמועסן וועלכע סארט געזעץ ס'קען לויט זיי אריבערגיין געזעצליך.

זיי האבן למעשה געגעבן א גרינע ליכט אויף איין פרט, צו אראפריקן דעם גיל הגיוס (ביז ווען מ'מוז באנייען א דיחוי) צו 21 יאר. (יעצט איז עס 26). דאס איז א גרויסע דערגרייכונג פאר די חסידישע עסקנים, אבער א דארן אין אויג פאר די ליטווישע וואס ווילן דוקא מ'זאל זיין געצווינגען צו בלייבן אין ישיבה ביז די 26... אבער ווי עס שיינט וועלן די חסידישע זיגן, וויבאלד דער מהלך פון די אטורני דזשענעראלס גייט אז דאס איז אייגנטליך דער צוקערל פאר'ן בג"ץ, אז די חרדים גייען ווערן מער איינגעגלידערט אין די ארבעטס קראפט (שוק העבודה).

די צוויי חברה האבן געגעבן 2 אפציעס וויאזוי א נייע געזעץ זאל געלונגען עגעזצליך. 1. ס'זאל זיין נאר א צייטווייליגע געזעץ, אויף טריי אויט. 2. ס'זאל האבן א ערנסטע שטארקע מהלך פון אריינשלעפן חרדים אינעם ארבעטס קראפט.

די חרדישע פאליטיקאנטן האבן זיך אבער קעגנגעשטעלט די געדאנק פון "צייטווייליג", און זיי ווילן ענדערשט מ'זאל אריינשטעלן אינעם חוק עפעס וואס זאל אטאמאטיש איבערקומע דעם בג"ץ (ווי נעכטן דא געשריבן), אבער למעשה איז דאס א שווערע זאך בפרט מיט די לינקע פראטעסטן.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1226
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1637

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

עפולה - א מעשה מיט א הינטל וועלכע מוז הערן קידוש והבדלה, שטייט ביים בית מדרש במשך דאווענען, בילט נישט און לויפט צו ערליכע אידן און שטעלט א פאר בעטענדיגע אויגן, הערט זיך ממש פון א מעשה ביכל, אבער אין פאקט שפילט זי זיך אויס ממש אזוי אין די שטעטל עפולה אין ארץ ישראל. די מעשה האט הרב אהרן גראנדאש א תלמוד מובהק פון הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל וועלכע איז לעצטנס אריבער וואוינען קיין עפולה אפגעשריבן צו הגר"י זילבערשטיין, ווי ער דערציילט האבן אים די קינדער אינדערהיים פארציילט איבער א שכנה אויפן גאס, ליידער נישט קיין קיין שומר תורה ומצות אבער צינד שבת לעכט, וועלכע האט א הינטל אויף וועלכע זי זאגט אז עס האט א נשמה, יעדע פרייטאג צונאכטס גייט דער הינט ארויס פון איר הויז צו אן אנדער שכן א שומר תו"מ און קלאפט אויפן טיר און ווארט ביז יענער קומט ארויס און באגלייט אים צו ביהמ"ד, דערנאך קומט ער צוריק אהיים מיט יענעם און ווארט ביז נאך קידוש און ערשט דאן גייט ער אהיים. צו מנחה שבת נאכמיטאג חזר'ט זיך איבער די זעלבע, ער גייט צום שול אין קומט אהיים בלויז נאכן הערן הבדלה. באזונדער דערציילן זיי א דבר פלא, דער הונט עסט נישט קיין פיש און פלייש צוזאמען.



הגר"י זילבערשטיין איז אנגעפרעגט געווארן אויף די מעשה און האט צוגעשטעלט די גמרא מיטן פרה וועלכע האט נישט געוואלט ארבעטן שבת, און די פרה פון די נביאי הבעל וועלכע האט נישט געוואלט גיין. און ברענגט בשם גדולי המוקבלים אז די פרה אין די גמרא איז געווען א גלגול פון ושתי, די חמור פון רבי פינחס בן יאיר איז געווען א גלגול פון ישמעאל בן אברהם און די צוויי פרות ביי אליהו בהר הכרמל זענען געווען גלגולים פון דתן ואבירם. הגר"י זילבערשטיין ברענגט ארויס אז דער תיקון איז נישט דאס זיין די בהמה און היטן שבת - ווייל דער בהמה איז נישט מצוה דערויף, דער תיקון פאר די נשמות איז דער קידוש השם וואס קומט ארויס נאכדעם. ביי די פרה וואס די גמרא פארציילט האבן די אידן אויסגעשריגן הויעך ה' הוא האלוקים. אצינד פירט הגר"י זילבערשטיין אויס איז דער עיקר אז די מעשה זאל פארשפרייט ווערן איבער די גארער וועלט ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלוקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה. אויפן בילד ווערט געזען די נשמה הינטל.
JD media
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 218

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך פנים חדשות »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:39 am עפולה - א מעשה מיט א הינטל וועלכע מוז הערן קידוש והבדלה, שטייט ביים בית מדרש במשך דאווענען, בילט נישט און לויפט צו ערליכע אידן און שטעלט א פאר בעטענדיגע אויגן,
וואס איז די מקור פאר דעם?

(אדער איז דאס שוין פון די צוגעגעבענע זאלץ און פעפער?)
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

אידטיש עקסקלוסיוו רעפארט:


א באריכט אין 'חדשות כאן' דעקט אויף אז נתניהו פאדערט פון די חרדי'שע חברי כנסת אראפצוקריכן פונעם פלאן אז דער "חוק הגיוס" זאל אנטהאלטן א 'פסקת התגברות' וואס זאל עס באהיטן פונעם בג"ץ.

נתניהו האט געהאט צוגעזאגט פאר די חרדים ביים צוזאמשטעלן די קאאליציע, אז עס וועט אדורכגעפירט ווערן א געזעץ פאר גיוס מיט א פסקת התגברות, אזוי אז מ'זאל איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פונעם אנשיקעניש אז דער בג"ץ האלט אין איין פסל'ען די געזעצן מיט די פאדערונג אז ס'איז נישט גענוג שארף פאר שוויון בנטל.

למעשה אבער, אין ליכט פון די שטורמישע פראטעסטן פון די לינקע קעגן נתניהו'ס געריכט רעפארם, ערווארטעט נתניהו אז דער גיוס געזעץ וועט זיין א פרישע שוועבל פאר'ן פאלק און אונטערצינדן די פראטעסטן, און עס וועט אים שטערן פון דורכפירן סיי וועלכע חוק הגיוס, נאר בלייבן שטעקן מיט עפעס וואס קען מאכן די קאאליציע ווידער צוזאמפאלן.

דעריבער פאדערט ער יעצט פון זיינע חרדישע שותפים אויפצוגעבן דערויף, און מ'זאל דורכפירן א גיוס געזעץ אן דעם וואס ס'זאל האבן א סעיף קעגן די בג"ץ. טייל חרדישע פארטרעטער זאגן אז זיי זענען נישט מסכים בשו"א, און ס'איז דערווייל נישט קלאר וואס די החלטה וועט זיין.

ס'איז אבער צום ערווארטן אז נתניהו וועט אויספירן, און דער נייער חוק וועט זיין א פרישע איבערשפיל פון אלע ביז יעצטיגע, עס וועט מזן אנטהאלטן שווערע סעיפים כדי צו געפעלן פאר'ן בג"ץ, און נאך אלעם וועט עס דער בג"ץ ווידער פסל'ען, וחוזר חלילה, והחוזק חזק.

אינדערצווישן איז נאר א רחמנות אויף די בחורים און איגענלייט וואס פאלן דערווייל קרבנות און שמאכן אין די טורמעס, נישט קענענדיג נאכקומען די יעצטיגע פאדערונגען פונעם מיליטער.
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 83

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך בן שמחה »

פארוואס איז ערווארטעט אז נתניהו זאל אויספירן?
דאכצעך אז די לעצטע סטאבילע קאליציע האבן טאקע די חרדים צובראכן וועגן עפעס א פארלאנג.
אוועיטער
רייסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 am

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך רייסער »

בן שמחה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:30 am פארוואס איז ערווארטעט אז נתניהו זאל אויספירן?
דאכצעך אז די לעצטע סטאבילע קאליציע האבן טאקע די חרדים צובראכן וועגן עפעס א פארלאנג.
מיט רעכט. ווי איז מעגליך צו זיצן מיט ליבערמאן אין איין קאליציע
כ'בין טאקע שוין נישט קיין רייסער אבער כ'האב נאך די קאנעקשענס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9749

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בן שמחה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:30 am פארוואס איז ערווארטעט אז נתניהו זאל אויספירן?
דאכצעך אז די לעצטע סטאבילע קאליציע האבן טאקע די חרדים צובראכן וועגן עפעס א פארלאנג.
די לעצטע קאאליציע האט לפיד צובראכן, און איינס פארדעם האט בני גאנץ צובראכן.

די חרדים צוברעכן נישט קיין קאאליציעס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

היינט איז געקומען דער אפיציעלער מעלדונג פון די ליכוד אפיסעס צו די חרדישע פארטייען ווי פאלגנד:

לצערנו, לא נוכל לתמוך בחוק הגיוס שמופיע בהסכמים הקואליציוניים. הנסיבות במדינה השתנו.
(לצערינו וועלן מיר נישט קענען תומך זיין אין אזא חוק הגיוס וואס ערשיינט אין די קאאליציע אפמאך (מיט א פסקת התגברות), דער מצב אין די מדינה האט זיך געטוישט.

אויך דער אטערני דזשענעראל יריב לוין האט זיך פרובירט צו איינבעטן ביי די חרדים אז מ'זאל עס קודם אדורכפירן אן א סעיף וואס גייט קעגן די בג"ץ, און נאר ווען די בג"ץ וועט עס פסל'ען זאל מען דעמאלס עס איבערמאכן מיט דעם סעיף (א זאך וואס וועט אודאי נישט פאסירן).

די דיונים איבער דעם וועט אנגיין אין די קומענדיגע טעג צווישן די חרדישע פארטייען, צו זען אויב אלע זענען ביי איין מיינונג וויאזוי דאס צו באהאנדלען. היינט האט מען געזען דעם זיכערהייט מיניסטער יואב גלנט ארויסקומען פון די שטוב פון ארי' דרעי, דער הויפט מיניסטער פון ש"ס:
פיילס
whatsapp-image-2023-08-14-at-204742.jpg
whatsapp-image-2023-08-14-at-204742.jpg (68.79 KiB) געזען געווארן 1109 מאל
אוועיטער
עפעס א ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:07 pm
x 14

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך עפעס א ניק »

די חרדישע פארטייען האבן קלאר געמאכט פאר די ליכו"ד פארטיי אז אן קיין חוק הגיוס האט די ממשלה ניט קיין זכות קיום און מ'גייט גיין אויף פרישע וואלן!
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 25

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אהרן זאב »

עפעס א ניק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:57 pm די חרדישע פארטייען האבן קלאר געמאכט פאר די ליכו"ד פארטיי אז אן קיין חוק הגיוס האט די ממשלה ניט קיין זכות קיום און מ'גייט גיין אויף פרישע וואלן!
און פארוואס זאל איינער זיי גלייבן ווען זיי האבן געזאגט די זעלבע זאך פאר מהאט אריבער געפירט די תקציב אז אויב פירט מען נישט אריבער די חוג הגיוס לעזן זיי אויף די ממשלה??

#וואלף_וואלף
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3564

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ווער »

מדינת ישראל אפיצירן האבן פארניכטעט א באמבע לאבארטאריע וואס מען האט געפונען אין די שטאט שכם

ביים אנטדעקן די לאבארטארי האבן אפיצירן דארט געפונען 7 אפאראטן גרייט צו נוצן, און נאך 8 אפאראטן האבן זיך געפונען אין א סטארידזש שעד. דורכאויס די ארבייט זענען פארגעקומען פייער אויסטוישונגן מיט מיליטאנטן, פון וואס איין מיליטאנט איז קריטיש פארוואונדעט געווארן און 6 אנדערע זענען לייכטער פארוואונדעט געווארן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9749

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.

גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3564

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ווער »

אויטאריטעטן אין עגיפטן'ס סיני האלב אינזל האבן באפרייט די 18-יעריגע בחור וועלכע איז געהאלטן געווארן אינטער ארעסט

אן אדוואקאט פאר די בחור זאגט אז ער איז געווארן פרייגעלאזט און איז שוין אריבער דעם גרעניץ פון עגיפטן אריין קיין ארץ ישראל. דער בחור האט זיך געפונען אין סיני די לעצטע צוויי חדשים ציצושטעלן כשרע מאלצייטן און אנדערע געברויכן פאר אידישע באזיכער, אבער איז פארמישט געווארן אין א געראנגל מיט לאקאלא איינוואוינער ווען ער האט ארויס געצויגן א חבד פאן ביים זיך פאטאגראפירן מיט א גרופע באזיכער.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3564

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ווער »

טעראר אטאקע שיסעריי
נעבן שכם האט גקאסט די לעבן פון
ארטאדאקסישע פרוי הי"ד
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

א בומבאסטישע נייעס אין ארץ ישראל: בעלזא מוסדות לאזן גענצליך אפ די חינוך עצמאי (אגודת ישראל) אדער ממלכתי חרדי (אזוי ווי קלויזנבורג), און גייען אריין אונטער די ספרד'ישע "רשת בני יוסף", און נעמען אן צו לערנען 100% פון טאג לויט די רעגיורנגס תוכנית הליבה, אלס אויסטויש פאר 100% פאנדינג.


✅ ישי כהן: ‏ש״ס לקראת סגירה עם חסידות בעלזא: מוסדות החינוך של החסידות יצורפו לרשת החינוך ׳בני יוסף׳ ויילמדו 100% ליבה תחת פיקוח. כמה הליכים טכניים נותרו כדי שהמהלך יצא אל הפועל.

✅ עוד מישי כהן: ‏זה אירוע פנים חרדי דרמטי.
‏מוסדות החינוך של חסידות בעלזא מתחילים בתהליך של כניסה לרשת 'בני יוסף' של ש"ס. המשמעות: 100% (!) לימודי ליבה, עם פיקוח ודוחות למשרד החינוך. השר חיים ביטון מאשר הערב את הדברים בריאיון בלעדי בנושא. בום אמיתי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9749

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מעג מען עס שרייבן דא?... דער סאטמאר רב זצ"ל האט געשריבן "בהכרח ינתקו"... דאס איז זייער א שנעלע התנתקות.

(גראדע, ס'איז א בריוו פון תשל"ח, כבין נייגעריג צו דער רבי האט נאך דעמאלס אליינס געשריבן)

וואס זאגט בעלזא דערויף? איך בין זייער נייגעריג. 100% ליבה? אויף 40% האב איך נאך געגלייבט אז מ'קען טשידן און ארומדרייען, אבער 100%? מיט מפקחים? מיינט דאס אז מ'גייט אפיציעל בפועל לערנען אלעס וואס זיי פאדערן?
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 218

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך פנים חדשות »

קודם כל איז קלאר אז מיט אלע מעשיות גייט מען לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי דאס וואס מ'לערנט אין (כמעט) אלע מוסדות אין חו"ל, אזוי אז איינער וואס וואוינט אין חו"ל, אדער איינער וואס האט נישט א פראבלעם מיט די סדרי הלימודים אין די מוסדות אין חו"ל, האט לכאו' נישט וואס אריינצורעדן דא בכלל.

צווייטנס איז דא נאך חסידישע מוסדות וואס זענען אונטער "בני יוסף", און זיי טשידן פיין ארום.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 218

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך פנים חדשות »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:30 am א בומבאסטישע נייעס אין ארץ ישראל: בעלזא מוסדות לאזן גענצליך אפ די חינוך עצמאי (אגודת ישראל) אדער ממלכתי חרדי (אזוי ווי קלויזנבורג),
צאנז איז אונטער ממלכתי דתי, נאך פון די צייטען פון די פריערדיגע רבי זצ"ל, נישט ממלכתי חרדי וואס איז א נייע זאך.

דאכט זיך אז עטליכע ליובאוויטשע מוסדות זענען אונטער ממלכתי חרדי, איך ווייס נישט פון נאך א חסידות וואס האט מוסדות דארט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 902

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:32 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:30 am א בומבאסטישע נייעס אין ארץ ישראל: בעלזא מוסדות לאזן גענצליך אפ די חינוך עצמאי (אגודת ישראל) אדער ממלכתי חרדי (אזוי ווי קלויזנבורג),
צאנז איז אונטער ממלכתי דתי, נאך פון די צייטען פון די פריערדיגע רבי זצ"ל, נישט ממלכתי חרדי וואס איז א נייע זאך.

דאכט זיך אז עטליכע ליובאוויטשע מוסדות זענען אונטער ממלכתי חרדי, איך ווייס נישט פון נאך א חסידות וואס האט מוסדות דארט.
גערעכט, מיינע ווערטער "ממלכתי חרדי" זענען געווען א טעות. ס'איז ממלכתי דתי.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1583
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1700

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שבת קודש »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:30 pm קודם כל איז קלאר אז מיט אלע מעשיות גייט מען לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי דאס וואס מ'לערנט אין (כמעט) אלע מוסדות אין חו"ל, אזוי אז איינער וואס וואוינט אין חו"ל, אדער איינער וואס האט נישט א פראבלעם מיט די סדרי הלימודים אין די מוסדות אין חו"ל, האט לכאו' נישט וואס אריינצורעדן דא בכלל.

צווייטנס איז דא נאך חסידישע מוסדות וואס זענען אונטער "בני יוסף", און זיי טשידן פיין ארום.

[[/size]
וואס איז יעצט געשעהן? פארוואס האט מען עס נישט געטועהן ביז היינט?
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:30 pm קודם כל איז קלאר אז מיט אלע מעשיות גייט מען לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי דאס וואס מ'לערנט אין (כמעט) אלע מוסדות אין חו"ל, אזוי אז איינער וואס וואוינט אין חו"ל, אדער איינער וואס האט נישט א פראבלעם מיט די סדרי הלימודים אין די מוסדות אין חו"ל, האט לכאו' נישט וואס אריינצורעדן דא בכלל.

צווייטנס איז דא נאך חסידישע מוסדות וואס זענען אונטער "בני יוסף", און זיי טשידן פיין ארום.
אה האמיר שוין דער ענטפער פון בעלזא.. מקען יא ארומטשידן און מ'גייט נאך לערנען ווייניגער לימודי חול ווי אין חו"ל

אגב, וואסערע 'סעקולארע' לימודים לערנט מען דען אין חו"ל? איך ווייס פון שפראך, חשבון, אפשר אביסעלע היסטערי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9749

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:30 pm קודם כל איז קלאר אז מיט אלע מעשיות גייט מען לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי דאס וואס מ'לערנט אין (כמעט) אלע מוסדות אין חו"ל, אזוי אז איינער וואס וואוינט אין חו"ל, אדער איינער וואס האט נישט א פראבלעם מיט די סדרי הלימודים אין די מוסדות אין חו"ל, האט לכאו' נישט וואס אריינצורעדן דא בכלל.
מהיכן דנתנו?

דו קענסט די תוכן פון תוכנית הליבה? דו קענסט די לימודים פון חו"ל?

איך ווייס נישט דעם אמת, קען זיין אז ליבה איז א סקעם ווי אלע סקעמס, אבער איך גלייב נישט אזוי.
שרייב פאוסט