אידישע נייעס אין ארץ ישראל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אדם השני האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:56 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm איך ווייס נישט וואס מ'זאגט, איך ווייס וואס מ'טוט...
פארקערט, וואס מ'זאגט ווייסט איר יא, וואס מ'טוט ווייסט איר נישט...
פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm אויך אין א"י זאגען אלע מנהיגים אז מ'מאכט נישט קיין פשרות.
גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.

גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
א פשרה איז ווען מען געבט נאך אביסל
ביזדערווייל איז נאך קיין איינער פון די חסידישע אגודה קרייזן נישט געגאנגען אין מיליטער, סיי איינער וואס לערנט און סיי איינער וואס לערנט נישט
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון פארפוילטע עפלעך וואס גייען מרצונם וואס דאס איז ליידער דא איבעראל
נישט ריכטיג. איך ווייס פאר זיכער פון 2 אדמורי"ם וואס שיקן זייערע חסידים "נאך די חתונה" נעמען א דזשאב צו גיין אין מיליטער, אין די טעכנאלאגיע אפטיילונג.

אודאי וועט מען ענטפערן אז ס'איז נאר אינגעלייט, נאר טעכנאלאגיע, וכו', און איך גיי נישט אריינגיין מסביר צו זיין די שרעקליכע חורבן דערפון וואס די אדמורי"ם ווייסן אוודאי נישט, ווייל די עסקנים זענען חברי כנסת וואס פרייען זיך דערמיט ואכמ"ל.

אבער אויב זוכסטו א פאקטישע שריט פון פשרות, איז דאס א ריינע דוגמא!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:11 pm אין חו"ל הא מען נישט קיין פראבלעם צו לערנען וויפיל מיר האלטן פאר וויכטיג און ריכטיג. נישט וואס די רעגירונג פאדערט צוצולייגן.

למעשה איז יא דא א חרם קעגן לימוד שפות זרות אין ירושלים. וויאזוי גיט מען זיך א עצה דערמיט???
כאילו די אלע סייענס און היסטאריע וואס מ'לערנט אין אסאך היימישע מוסדות אין חו"ל האלט מען פאר וויכטיג צו לערנען... ס'איז קלאר אז מ'שטעלט זיך צו צום רעגירונג, טאקע נישט ביי זאכען וואס זענען די "ציפור הנפש", אבער יא ביי אנדערע זאכען.
נישט ריכטיג, מען לערנט נישט קיין סייענס. (ביי מיידלעך יא, נישט ביי אינגלעך).

מען לערנט נאר שפראך, און רעכענען.

פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm די חרם איז גע'חתמ'עט ביי די מהרי"ל דיסקין זצ"ל, און דוקא נישט דורך הגר"ש סאלאנט זצ"ל (וראיתי שפעם פרסמו החרם ההוא נגד הגרש"ס זצ"ל שהשתתף באיזה מוסד כזה, אינני יודע הפרטים, ואז אמר הגרש"ס זצ"ל שגם יפרסמו ברחובות קריה החרם שכנגד החסידים, להראות שכתוקף זה החרם כן תוקף החרם ההוא), און בכלליות איז דאס א כלליות'דיגע טענה קעגן גאר אסאך מוסדות אין ירושלים.
אויב רבי שמואל סאלאנט זצ"ל האט נישט גע'חתמ'עט איז עס אויס חרם? איך פארשטיי נישט די תשובה.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אדם השני האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:56 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm איך ווייס נישט וואס מ'זאגט, איך ווייס וואס מ'טוט...
פארקערט, וואס מ'זאגט ווייסט איר יא, וואס מ'טוט ווייסט איר נישט...
פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm אויך אין א"י זאגען אלע מנהיגים אז מ'מאכט נישט קיין פשרות.
גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.

גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
א פשרה איז ווען מען געבט נאך אביסל
ביזדערווייל איז נאך קיין איינער פון די חסידישע אגודה קרייזן נישט געגאנגען אין מיליטער, סיי איינער וואס לערנט און סיי איינער וואס לערנט נישט
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון פארפוילטע עפלעך וואס גייען מרצונם וואס דאס איז ליידער דא איבעראל
ליידער נישט אינגאנצן אזוי

אפי' א נישט פארפוילט עפל, אבער נישט א בן ישיבה, פאלט אריין אין גרויסע שוועריקייטן, וואס א שוואכע כאראקטער קען אריין פאלן רח"ל אין מיליטער

א פשרה הייסט ווען מ'איז מוותר אויף א אידיש נפש, יהיה באיזה מצב שיהי' אז ער זאל קענען אנקומען אינעם כור ההיתוך.
--
@דער תהלים איד האקט מיט פאקטן
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:44 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.

גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
אלע יארען איז געווען די מהלך אז די דיחוי איז נאר פאר דער וואס לערענט, אנגעפאנגען פון די צייטען פון די חזו"א, אזוי אז דער ציטאט פון מאיר פרוש ווייזט נישט אויף קיין פשרות.
דאס זאג איך דאך, אז אלע יארן איז מען דארט געגאנגען מיט פשרות, און דאס גייט אזוי אן אלע יארן.

און יעצט איז א נייע פרעצעדענט מיטן נעמען הונדערט פראצענט.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1982

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך יום טוב »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:43 pm
אדם השני האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:56 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
פארקערט, וואס מ'זאגט ווייסט איר יא, וואס מ'טוט ווייסט איר נישט...

גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?

ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
א פשרה איז ווען מען געבט נאך אביסל
ביזדערווייל איז נאך קיין איינער פון די חסידישע אגודה קרייזן נישט געגאנגען אין מיליטער, סיי איינער וואס לערנט און סיי איינער וואס לערנט נישט
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון פארפוילטע עפלעך וואס גייען מרצונם וואס דאס איז ליידער דא איבעראל
ליידער נישט אינגאנצן אזוי

אפי' א נישט פארפוילט עפל, אבער נישט א בן ישיבה, פאלט אריין אין גרויסע שוועריקייטן, וואס א שוואכע כאראקטער קען אריין פאלן רח"ל אין מיליטער

א פשרה הייסט ווען מ'איז מוותר אויף א אידיש נפש, יהיה באיזה מצב שיהי' אז ער זאל קענען אנקומען אינעם כור ההיתוך.
מה הגדר של פארפוילט עפל?
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:46 pm

איינער וואס גייט מרצונו הרע אין מיליטער
אדם השני
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:58 pm
x 4

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אדם השני »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:39 pm
אדם השני האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:56 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
פארקערט, וואס מ'זאגט ווייסט איר יא, וואס מ'טוט ווייסט איר נישט...

גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?

ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
א פשרה איז ווען מען געבט נאך אביסל
ביזדערווייל איז נאך קיין איינער פון די חסידישע אגודה קרייזן נישט געגאנגען אין מיליטער, סיי איינער וואס לערנט און סיי איינער וואס לערנט נישט
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון פארפוילטע עפלעך וואס גייען מרצונם וואס דאס איז ליידער דא איבעראל
ליידער נישט אינגאנצן אזוי

אפי' א נישט פארפוילט עפל, אבער נישט א בן ישיבה, פאלט אריין אין גרויסע שוועריקייטן, וואס א שוואכע כאראקטער קען אריין פאלן רח"ל אין מיליטער

א פשרה הייסט ווען מ'איז מוותר אויף א אידיש נפש, יהיה באיזה מצב שיהי' אז ער זאל קענען אנקומען אינעם כור ההיתוך.
--
@דער תהלים איד האקט מיט פאקטן
דאס האט נישט מיט גזירת הגיוס
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 218

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך פנים חדשות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm
פנים חדשות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:49 pm דא איז די שמועס וועלעכע לימודים מען גייט יעצט אנהייבן צו לערנען אדאנק זיין אינגאנצען אינטערגעווארפן אונטער די רעגירונג?
מ'רעדט נישט פון זיין אינגאנצען אונטערגעווארפען די רעגירונג (אזויווי די ממלכתי שטרעמונג), נאר פון זיין אונטער די ספרדישע חרדישע שטרעמונג "בני יוסף", און פון לערנען ליב"ה/לימודי חול, כעין וואס אין אמעריקע דארפען די לימודים זיין איקוועלענט (כ'האף איך האף עס גוט געשריבען) צו די לימודים אין פאבליק סקול.

נו, אין אמעריקא שרייט מען דאך אפן אז מען גייט זיך "נישט" צושטעלן! אט דאס רופט מען דא "גזירת החינוך". ניין?
און איך האב געמיינט אז דא איז מען פארנומען צו מסביר זיין פארוואס די לימודים הייסען איקוועלענט.

לאמיר קלארשטעלן אז איך רעד נישט פון אלע היימישע מוסדות אין אמעריקע, און ס'קען זיין ס'דא מוסדות ווי מ'לערנט טאקע בלויז חשבון און שפראך, און ס'קען אפילו זיין אז די גרויסע רוב אידטיש ליינער/שרייבער זענען געגאנגען צו אזעלכע מוסדות, איך רעד אבער פון אנדערע היימישע מוסדות ווי מ'לערנט אויך נאך זאכען, צוליב די רעגירונג פארלאנגען און/אדער צו קענען באקומען א דעגרי (וואס העלפט צו באקומען ארבעט, פאר אזעלכע וואס זענען נישט אויסגעשטעלט אויף צו עפענען אייגענע ביזנעסער אד"ג), און איך שטעל בלויז צו אז אזויווי מ'שרייט נישט אויף יענע מוסדות, און מ'פארשטייט אז זיי זענען נישט אפגעפארען פונעם דרך צוליב'ן זיך פירען אזוי, די זעלבע זאל מען אויך פארשטיין דא, און איך מיין אז מיט דעם פאלען אוועק פיל פון די הערות אויף מיינע תגובות.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 218

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך פנים חדשות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:35 pmאויב רבי שמואל סאלאנט זצ"ל האט נישט גע'חתמ'עט איז עס אויס חרם? איך פארשטיי נישט די תשובה.
איך האב דאך געברענגט א מעשה ווי מ'זעט אז הגר"ש סאלאנט האט נישט חושש געווען צום חרם, קען זיין ווייל די ציבור האט עס נישט מקבל געווען, אדער היות ס'איז געווען א תקנה אין ירושלים אז בלויז א חרם אויף וואס סיי מהרי"ל דיסקין און סיי הגרש"ס חתמ'ענען ווערט אנגענומען (אזוי געדענק איך זען אין א ספר וואס האט געברענגט אזא תקנה).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך ווייס נישט פון וועלכע מאדערענע אדער אמעריקאנישע מוסדות דו רעדסט.

אבער אויב א חסידישע מוסד דאהי זאל פאלן צו די דרגא פון יענע, וועט מען זיכער יא זאגן די זעלבע.

און דאס איז דא די רעדע. בעלזא איז א חסידישע מוסד, דערפאר דרוקט מען אויס די פליאות.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

השר פרוש ל'כיכר': "טעינו, היינו צריכים לפני הקמת הממשלה להעביר את חוק הגיוס. אנחנו דורשים חוק שלא יהיה פגיעה בבג"צ. יש לי הסכם שנתניהו חתום עליו, חוק גיוס וחוק יסוד לימוד תורה ופסקת התגברות. יש לנו הסכם חתום, וכך צריך להיות. לא מכיר חוק שיכול לעמוד בבג"צ בלי פסקת התגברות" .

אויף אידיש: פרוש שרייט אז ער איז נישט צופרידן פון נתניהו'ס פארשלאג מזאל קודם מאכן א פשוטע חוק, און נאר אויב די בג"ץ וועט זיך אריינמישן וועט מען מאכן א געזעץ קעגן די בג"ץ. ער זאגט אז ס'נישטא קיין ספק צו די בג"ץ וועט זיך אריינמישן סוי ס'איז אבי גערעדט אז "אויב זיי וועלן"... מאך עס יעצט.

ער זאגט אז ער האט חרטה (חחח) פאר'ן אריינגיין אין די ממשלה אויף הבטחות, מ'וואלט געדארפט פאדערן צו דורכפירן די געזעץ בעפאר.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א אויסווארף פון קלאזענבורג (הנקרא לאחרונה צאנז) אין מיליטער :oops: :oops: :oops: זיינע חברים קומען אים כסדר באזוכן.
פיילס
Screenshot 2023-08-30 090126.jpg
Screenshot 2023-08-30 090126.jpg (110.16 KiB) געזען געווארן 852 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אוי מיי... זאג מיר נישט אז די חברה זענען רעדי אנצוהייבן נאכאמאל פון כיתה א'.

קובי בורנשטיין חושף ב׳משפחה׳: בדגל התורה העבירו לליכוד מסר לפיו הם מוכנים ליעדי גיוס וסנקציות כלכליות. ההחלטה התקבלה לאחר שהגר״ד לנדו הורה ״לנהוג בגיוס כמו מרן ראש הישיבה הגראי״ל שטיינמן זצ״ל לקולא וכמו מרן הגראי״ל שטיינמן לחומרא״.
אדם השני
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:58 pm
x 4

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך אדם השני »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:03 am א אויסווארף פון קלאזענבורג (הנקרא לאחרונה צאנז) אין מיליטער :oops: :oops: :oops: זיינע חברים קומען אים כסדר באזוכן.
נישט קיין אוסגעהאלטענע זאך ארויסצולייגן אזא זאך ברבים
וויסט באשמיצן א חסידות, מילא
אבער א פריוואטע מענטש וואס האט עלטערן און משפחה, כזאת לא ייעשה!
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3564

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ווער »

די מדינת ישראל נאציאנאלא זיכערהייט קאנסול האט ארויס געשטעלט אן אלערט פאר אידן איבער קידנעפינג פרואוון דורך כאמאס און איסלאמיק דזשיהאד
די קאנסול זאגט אז די צוויי גרופעס זיכן צו פארכאפן מדינת ישראל בירגער און אידן סיי אינערהאלב ארץ ישראל און סיי אין אנדערע לענדער איבער די וועלט כדי זיי צו נוצן ביים פארהאנדלונגס טיש. די קאנסול זאגט אז כאמאס מיט איסלאמיק דזשיהאד זענען יעצט מער אנגערייצט דערפאר וויבאלד געשפרעכן איבער אן אויסטויש פאר צוויי מדינת ישראל געפאנגענע האבן נישט געפירט צו קיין שום רעזולטאטן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28668

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ניקל »

הרה״צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן איז פריער מוצש״ק אינמיטען טאנצען אומגעפאלן פונעם פלאטפארמע מיט צוויי פאקלען אין די הענט. ער האט ב"ה נישט געליטן קיין ערנסטע וואונדן און האט ממשיך געווען טאנצן דערנאך.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12690
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28668

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ניקל »

אן על-אל פליגער פליענדיג פון גריכנלאנד קיין ארץ ישראל האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדונג אין רהאודעס, לאזנדיג 200 אידישע פאסאזשירן געשטראנדעט אויפ'ן אינזל, די לאקאלע חב"ד הויז האט זיי אויפגענומען און אקאמאדירט פאר שבת.
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך כרוספדין »

אדם השני האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:03 am א אויסווארף פון קלאזענבורג (הנקרא לאחרונה צאנז) אין מיליטער :oops: :oops: :oops: זיינע חברים קומען אים כסדר באזוכן.
נישט קיין אוסגעהאלטענע זאך ארויסצולייגן אזא זאך ברבים
וויסט באשמיצן א חסידות, מילא
אבער א פריוואטע מענטש וואס האט עלטערן און משפחה, כזאת לא ייעשה!
גא”מ, טראכט ווען איינער אין דיין משפחה זאל ח”ו טוהן אזע זאך, וויאזוי וואלסטו געוואלט מ’זאל דאס מפרסם זיין?
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 925

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך איטשע »

וואס האט פארגעגאנגן שבת אין תל אביב?
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך חוט של חסד »

איטשע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:00 am וואס האט פארגעגאנגן שבת אין תל אביב?
אויפן שפיץ גאפל:

פלטים פון א געוויסע דיקטאטארישע מדינה "אריטריע" וואס געפינט זיך אין צפון מזרח אפריקע האבן דורכגעפירט ווילדע ראיאטן, אין ליכט פון א אווענט וואס האט געזאלט פארקומען אין תל אביב אויסצודריקן שטיצע פאר די "אריטריע" רעגירונג.

די ראיאטירער האבן צעשטערט דעם אווענט און אנגעזייעט א שרעקליכער כאאס אינעם גאנצן געגנט ארום. 176 מענטשן זענען פארוואנדעט געווארן צווישן זיי 49 פאליציילייט, מיינסטנס פון זיי מיט מילדע און נישט ערנסטע וואונדן.

היינטיגן זונטאג האט דער ראש ממשלה נתניהו צאמגענומען זיינע מיניסטארן אויף א עמערדזשענסי אסיפה לאור המצב.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1017
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2988

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך עדיטאריעל »

ניקל האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 02, 2023 11:45 pm הרה״צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן איז פריער מוצש״ק אינמיטען טאנצען אומגעפאלן פונעם פלאטפארמע מיט צוויי פאקלען אין די הענט. ער האט ב"ה נישט געליטן קיין ערנסטע וואונדן און האט ממשיך געווען טאנצן דערנאך.
https://drive.google.com/file/d/1DnikFa ... p=drivesdk
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1833
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3564

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ווער »

30 בחורים פון ישיבת פאנעוויטש אין ב"ב זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן זיין אויסגעשטעלט צו רויעך פון א פייער אין די דארמעטארי בנין
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

א אפדעיט איבער די יעצטיגע נאך-אומקלארע מצב פון גזירת גיוס פון גליון 'משנתו'
1.PNG
1.PNG (159.35 KiB) געזען געווארן 646 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ק/פ

עפעס גייט פאהר מיט א גאז-אטאקע אין די גאסן פון ירושלים ר"ל

אויף געוויסע גאסן שפירט מען גאז און ס'ציפט די אויגן,

האפענטליך נאר אן איינרעדעניש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9748

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לירן תמרי:

ירושלים: עשרות פניות למוקדי מד״א וכבאות על צריבות בעיניים בשכונות החרדיות בעיר: מלכי ישראל, בית ישראל, שמואל הנביא. מבדיקה ראשונית עולה שמדובר בשרידי גז מדמיע משכונות מזרח העיר
שרייב פאוסט