נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6081

נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך פופציגער »

זעמיר שוין פעסט אין די ערשטע ווינטער וואכן, די צייט ווען דער ציבור הייבט אן שלינגען קעלט, און די צולייגערס טוען נאכנישט אן קיינע מאנטלען ביז ווען ס’שוין ממש פריזינג.

העי, ער איז א טאטע. ער דארף נישט קיין קאוט.

באלד וועסטו אים נאך הייסן צובינדן הענטשוך צו זיין ערמל מיט אזעכע קליפערס און א צוקנייטשטע לעיבל. הא?

סא, יע, מ’ווערט פארקילט, מ’היסט, מ’סניזט, און ס’דרייט זיך א וועלט פון טישוס.

איז אינטערסאנט צו באטראכטן די פארשידענע ערליי כאראקטערס וואס שיילן זיך אפיר ווען ס’קומט צו סניזן.

כ’וואלט זיך געטרויעט צו זאגן, אז פונקט ווי מ’איז דן מענטשן לויט זייערע חדשים, קאלירן, נומערן, און אזוי נאך אומצאליגע וועגן צו קאטעגאריזירן א מענטש’ס כאראקטער, קען מען עס אפשר זיין אויפ’ן סניזן אויך. ווי איר וועט שוין ליינען.

דיסקלעימער: היבש גראָפּפיש, נישט פאר שוואכע נעזער.

געגאנגען:

דער ערשטער איז דער טראדיציאנאלער סניזער. ער ווען אנהייבן צעשפרייטן די נאז מויערן, פארקנייטשן זיינע אויגן, צאמציען דעם געזיכט, און ארויסשליידערן א "האַאַאַאַטטשששאָאָאָאָ!!" אריין אין א סערוועטל וועלכע וועט דערנאך שיין געקנייטשט ווערן אין צווייען.

דער איז א טראדיציאנאלער מענטש און אויף זיין נאמען רופן מאנכע דעם פענאמען "האטשו". ער גייט נאך מיט די זעלבע סארט ברילן פון אלס בחור, און האלט עס אויף די פאות וואס ער קרייזלט יעדן טאג אויף די זעלבע וועג ווי זיין מאמע פלעגט אים עס מאכן אלס קינד. אויך קויפט ער יעדע וואך אויף שבת פאר זיינע קינדער די טיפיקל פרומע נאש, פאטעטא טשיפ, פרעצלס, און פאפ-קארן.

דער צווייטער איז מער דער איבערגעקלוגטער. ער פרובירט צו איינהאלטן דעם סניז, צומאל געלונגט אים עס, און פון אונטער זיין שטייף פארמאכטע מויל און פינגער צוקנעטענער פארמאכטער נאז לאך הערט זיך ארויס א בלויזער "טטררפּפּררמממטטררפּפּםםם..." אן קיין קול, און אין צייטן ווען ס’מער לויזער און ער קען נישט האלטן שטייף פארמאכט ס’מויל, עפנט זיך א זייטיג לעכל און ס’הערט זיך מער וואסעריג מיט אפאר פ'ס אין צוגאב צו די דערמאנטע פּ'ס.

דער איז אזא איבערגעקלוגטער, ער גלייכט צו זיין אנדערש. ער פארט נישט וואקאציע, א שאד די געלט, ער לעשט פלעין אויס זיין טעלעפאון און דאוונט אין אן אנדערן ביהמ"ד. אויך ביי כפרות האלט ער די טשיקן פון די פיס וועגן צער בעלי חיים אבער ער נעמט נישט די נייע כפרות האלטער ווייל "נע, די היינטיגע עמפפינדליכע אינגווארג".

דער דריטער איז דער ברייטער טראכטער, ער טוט עס מיטן גאנצן קראפט און אייפער-בלאטער, מיט זאפט און שפאנונג. ער הייבט אן מיט א צערעמאניאלע "האַאַאַ... האַאַאַאַ.... האָאָ..." און קוקט אויף די לעקטערס, אויסברייטערנדיג די מורמלערייען צו "המממ.... Wאַאַאַ... אַאַההה..." ביז נאך אפאר מינוט הערט מען א פאטאס אינספירירטער ארכי אויסרוף פון "האַאַככרכרראַאַאַפּטששאכראַטשאָאָ-האָ-האָו!!!!".... בּום! ביי יענעם מאמענט קוקט ער אויס ווי ער האט נארוואס געלאנדעט פון ספעיס... ער וועט שוויצן, זיין אפגעשוואכט, און אויסקוקן צומישט ווי א באטערפליי.

דער יעניגער איז דער ברייטער און רואיגער. יא, ער מאכט דעם סניז אן א טישו אין די האנט... ער איז דער אינגערמאן וואס זיצט שבת ביים סעודה מיט אן אפיס בענקל מיט רעדער און דוקא אין די לענג פון די טיש, און ווען ער טוט אן זיין גארטל וועט ער זיך נישט מיען עס צו דרייען אז די קניפן זאלן אנקומען אין די בעק כנהוג, נאר דארט ווי עס געלונגט בלייבט עס.

און אזוי קען מען זאגן און פארציילן, און מאריך זיין.

כ’בין פשוט נישט גענוג משוגע צו מאריך זיין דערוועגן, סא זייטס מיר געזונטאגט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 399
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 678

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך וואלף »

:lol: :lol: :lol:
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ביסט נישט משוגע זאגסטו. אהא. דער ארטיקל זאגט אנדערש. דו ביסט זייער פיין. דיין כח הדמיון איז גאר גוט, הגם ס'איז מער זכרון ווי דמיון.....
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 982

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

וואלט געוואלט מיטהאלטן לעבעדיג דאס שרייבן פון דעם ארטיקל
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3209
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3705

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך שמח »

:lol:

@פופצי דאס האסטו אלעס געזעהן דורך ''פופצי'ס ברילן''?...

דא האמער בתוכינו דער וואס קוקט אויפן לייט צו קענען ארויסברענגען זיין... :roll:
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6081

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך פופציגער »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 5:02 pm וואלט געוואלט מיטהאלטן לעבעדיג דאס שרייבן פון דעם ארטיקל
חחח...

קודם האמיר דא דער וואס נוצט א "פעיק נאז", אויך א מין מענטש.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 926

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

🤣🤣🤣
@פופצי ווי אלעמאל
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך וואוילער »

:lol:
:o
👃
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 926

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 5:44 pm 🤣🤣🤣
@פופצי ווי אלעמאל
ווער געדענקט נאך ווען מען פלעגט דיר רופן פופצי?
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 150

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 4:04 pm און אזוי קען מען זאגן און פארציילן, און מאריך זיין.

כ’בין פשוט נישט גענוג משוגע צו מאריך זיין דערוועגן, סא זייטס מיר געזונטאגט.
רוף מיך צוריק ווען ביסט אין די גוסטע..
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1209
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1577

Re: נוסחאות אין נפילת אפים - נישט פאר שוואכע נעזער!

פאוסט דורך טיפע טאשן »

:lol: :lol: :lol:

זאל איך דיר זאגן אז די ביסט קאקא? ניין נאר מיין בויך טוט וויי פון לאכן...
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט