"נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

שומרים-פלעטבוש העלפט ארעסטירן טלית-ותפילין גנב
2efea232-7788-a9ae-a994-19ca5e5e8537.jpg
2efea232-7788-a9ae-a994-19ca5e5e8537.jpg (70.47 KiB) געזען געווארן 548 מאל
ברוקלין — אדאנק די געניטשאפט פון חברה שומרים פלעטבוש איז א שווארצע פרוי ארעסטירט געווארן נאכ’ן זיך ארומדרייען א שעה צייט ביי עוועניו L ביי אושען פּארקוועי און פּרובירן זיך איינברעכן אין קארס דורך ציען די קאר הענטלעך ביז וואלונטירן פון חברה שומרים האבן איר באמערקט מינוטן נאכדעם ווי זי האט באוויזן אויפצומאכן א קאר אויף איסט 10’טע סטריט און עוועניו N און ארויס’גנב’נען א טלית-ותפילין בייטל. זי איז אויפ’ן ארט ארעסטירט געווארן.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

חברה הצלה סאוט פלארידע קויפט רעטונגס טרעקל


0cdc4ed1-dd5a-69a4-e09c-11bd5407aafe.jpg
0cdc4ed1-dd5a-69a4-e09c-11bd5407aafe.jpg (151.4 KiB) געזען געווארן 547 מאל
מיאמי — חברה הצלה פון סאוט פלארידע האט אויפגעוויקלט איר ערשטן רעטונגס-אויטמאביל וואס האט די מעגליכקייט צו פארן אין טיפע וואסערן וואס וועט העלפן פארבעסערן די ארבעט ארויסצוראטעווען מענטשן פון סכנה’דיגע מצבים ווי פארפלייצונגען וכד’. דער ספּעציאליזירטער מאטאריזירטער מאשין וואס קומט מיט גרויסע רעדער וועט ערלויבן פאר הצלה וואלונטירן צו קומען גיכער צו הילף אין אויסטערלישע וועטערס ווען עס איז אנדערש שווער ארויסצוראטעווען מענטשן ל”ע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

האנטער ביידען גיט
איין “גילטי פּלי”

fdcc2945-4568-08e5-f8c3-ceb967cf1f52.jpg
fdcc2945-4568-08e5-f8c3-ceb967cf1f52.jpg (43.61 KiB) געזען געווארן 547 מאל

לאס אנדזשעלעס — מינוטן פאר זיין פּראצעס האט זיך געזאלט אנפאנגען נעכטן האט זיך האנטער ביידען אנגעגעבן קרימינאל שולדיג פאר נישט באצאלן שטייערן און נאך קלאגעס.

די “גילטי פּלי” דורך פּרעזידענט ביידען’ס זון איז א דראמאטישע נייע אנטוויקלונג אין א 6 יעריגע אויספארשונג וואס האט אויפגעדעקט פּראבלעמאטישע ביזנעס האנדלונגען און א דראג אדיקשען דורך אים.

אין אן אנדערן קעיס אין דעלעוועיר דעם זומער, אויך געברענגט דורכ’ן זעלבן ספּעשל קאונסעל דעוויד ווייס, איז האנטער געפונען געווארן שולדיג אויף גאן קלאגעס.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1336

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

איך האב נישט געטראפן קיין פאסיגע פלאץ ווי צו באריכטן טוה איך עס דא.

פרעזידענט מילעי פון ארגענטינע האט מצליח געווען אראפ צו ברענגען אינפלאציע פון 25.5 צו 2.7
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 480

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך פעינטיג »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:21 pm איך האב נישט געטראפן קיין פאסיגע פלאץ ווי צו באריכטן טוה איך עס דא.

פרעזידענט מילעי פון ארגענטינע האט מצליח געווען אראפ צו ברענגען אינפלאציע פון 25.5 צו 2.7
דא אפשר?
viewtopic.php?p=4609#p4609
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1336

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

פעינטיג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:02 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:21 pm איך האב נישט געטראפן קיין פאסיגע פלאץ ווי צו באריכטן טוה איך עס דא.

פרעזידענט מילעי פון ארגענטינע האט מצליח געווען אראפ צו ברענגען אינפלאציע פון 25.5 צו 2.7
דא אפשר?
viewtopic.php?p=4609#p4609
אה פארזעהן די טעמע.
יישר כח
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:21 pm איך האב נישט געטראפן קיין פאסיגע פלאץ ווי צו באריכטן טוה איך עס דא.

פרעזידענט מילעי פון ארגענטינע האט מצליח געווען אראפ צו ברענגען אינפלאציע פון 25.5 צו 2.7
יעדער איז וועלקאם

ווי געשריבן viewtopic.php?p=98801#p98801
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

אינזעמיר צוריק!
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

כינע ווערט געווארנט
וועגן גלאבאלע האנדל

download.png
download.png (17.4 KiB) געזען געווארן 396 מאל
פּערו – פּרעזידענט ביידען האט געדרוקט דעם כינעזער פּרעזידענט שי דזשינפּינג ביי א פּריוואטער זיצונג, איבער כינע'ס אומ'יושר'דיגע האנדלס פּאליסיס. ביידען האט געווארנט דזשינפּינג אז פעדעראלע אויטאריטעטן גייען נעמען שריט אפּצושטעלן דעם באנוץ פון סיי וועלכע טעכנאלאגיע וואס כינע שיקט אריין קיין אמעריקע אויב טוט עס אונטערמינעווען אמעריקע'ס נאציאנאלע זיכערהייט. דזשינפּינג האט ווידערהאלט אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט אמעריקע און מיט'ן אריינקומענדיגן פּרעזידענט טראמפּ
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

מאסיווע רוסישע
אטאקע אויף אוקראינע

356ce4fc-c3a5-1e77-a45e-60ecc3579639.jpg
356ce4fc-c3a5-1e77-a45e-60ecc3579639.jpg (47.69 KiB) געזען געווארן 390 מאל
קיעוו – אינמיטן וואס עטליכע אייראפּעאישע לענדער האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אז מען זאל גרייכן א שלום אפּמאך צו ברענגען די מלחמה אין אוקראינע צו אן ענדע, האט דאס רוסישע מיליטער נעכטן דורכגעפירט אן אומגעהויערע מאסיווע אטאקע אויף עטליכע שטעט לענגאויס אוקראינע. דאס אוקראינישע מיליטער זאגט אז די רוסן האבן געשאסן 120 מיסילס און 90 דראונס אויף קיעוו, לבוב און נאך עטליכע געגנטער, צילנדיג ענערגיע איינריכטונגען, און עס האט געברענגט פארצויגענע קורצשלוסן פאר מאסן איינוואוינער
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

ביידען מאכט לעצט-מינוטיגע דראמאטישע אוקראינע פּאליסי טויש
7fdd0595-aaf4-dc71-a25d-f638d323b94e.jpg
7fdd0595-aaf4-dc71-a25d-f638d323b94e.jpg (22.41 KiB) געזען געווארן 390 מאל
וואשינגטאן – דער ארויסגייענדיגער פּרעזידענט דזשאו ביידען האט געמאכט א דראמאטישע פּאליסי טויש און באשלוס איבער דער מלחמה אין אוקראינע, געבנדיג נעכטן ערלויבעניש פאר דעם אוקראינישן מיליטער צו נוצן אמעריקע'ס לאנג-שטרעקיגע וואפנס פאר אטאקעס אויף רוסישער טעריטאריע.

אוקראינע האט שוין לאנג געבעטן און געלייגט דרוק אז אמעריקע זאל ערלויבן צו נוצן אירע "אטאקעמס" טאקטישע מיסילס פאר אטאקעס אויף רוסישער טעריטאריע, אבער די רוסן האבן געסטראשעט און געווארנט אז אזא ערלויבעניש וועלן זיי באטראכטן ווי אן אמעריקאנער מלחמה דעקלעראציע.

שטייענדיג יעצט קנאפּע 2 מאנאטן איידער ער פארלאזט דאס ווייסע הויז, האט ביידען זיך געבראכן פאר אוקראינע'ס דרוק און געגעבן די לאנג-געזוכטע ערלויבעניש – וואס וועט אפעקטירן דעם גאנג פון דער מלחמה הארט בעפאר פּרעזידענט-עלעקט דאנאלד טראמפּ גייט איינגעשוואוירן ווערן
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

אין א אינטערוויו נעכטן אויף א לאקאלע ראדיא סטאנציע אין אוקריינא האט די אוקריינישע פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי דערקלערט: "איך וועל טון וואס נאר מעגליך צו ענדיגן די קריג נאך קומענדיגע יאר, און די נייע אמעריקאנע פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט מיר העלפן עס אויסצופירן".
UAIJrV.jpeg
UAIJrV.jpeg (76.14 KiB) געזען געווארן 382 מאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

די דעמאקראטישע סענאטאר פון פענסילוועניע דזשאן פעטערמאן איז אפיציעל ארויסגעקומען זאגן אז ער גייט שטימען פאר די רעפובליקאנע קאנגרעספרוי עליס סטעפאניק פאר יו ען אמבאסאדאר.

מיט דעם ווערט ער די ערשטע דעמאקראט אפיציעל צו שטיצן א רעפובליקאנער נאמינירטער פאר די טראמפ אדמיניסטראציע.


pRvgjW.jpeg
pRvgjW.jpeg (78.12 KiB) געזען געווארן 381 מאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

כרחם אב כל בנים. הארצרייסנד בילד צייגט ווי א פאטער באשיצט זיינע קינדער דורכאויס א כוואליע פון כיזבאלא אטאקעס אויף שטעטלעך אין צפון ארץ ישראל.
aE1wgKP_wide_m.jpg
aE1wgKP_wide_m.jpg (38.03 KiB) געזען געווארן 378 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6698

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך פופציגער »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:21 pm איך האב נישט געטראפן קיין פאסיגע פלאץ ווי צו באריכטן טוה איך עס דא.

פרעזידענט מילעי פון ארגענטינע האט מצליח געווען אראפ צו ברענגען אינפלאציע פון 25.5 צו 2.7
פונקט יעצט געליינט @מענדל אונגער ’ס ארטיקל אין מאמענט איבער אים’ען

רעדט ער איבער די אינפלאציע.

גראדע א שיינער ארטיקל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

די וועלט שטייט שוין אויפן שוועל פון א נוקלעארע מלחמה, נאך וואס צוזאמען מיט די ביידען אדמיניסטראציע האבן פראנקרייך און ענגלאנד געגעבן רשות פאר אוקריינע צו אטאקירן טיף אריין אין רוסישע טעריטאריע מיט זייערע לאנג שטרעקיגע מיסילס, דאס איז נאך א פרואוו פון די ביידען אדמיניסטראציע צו פירן די מלחמה צו קומענדיגע שטאפלען איידער טראמפ נעמט איבער די פרעזידענטשאפט.

פוטין האט שוין קלאר געמאכט אז סיי וועלכע מיסיל סטרייקס טיף אין רוסישע טעריטאריע וועט צווינגען רוסלאנד צו נוצן טאקטישע נוקלעארע וואפן אנטקעגן אוקריינע, ער האט אויך געזאגט אז די לענדער וועלכע האבן איבערגעגעבן די וואפן פאר אוקריינע וועלן פאררעכנט ווערן פארן דירעקט אנטיילנעמען אין אטאקעס קעגן רוסלאנד.

download (1).jpeg
download (1).jpeg (7.55 KiB) געזען געווארן 290 מאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ האט באשטעטיגט אז ער וועט דערקלערן ווען ער גייט אריין אין אפיס א נאציאנאלע עמוירדזשענסי איבער די גרעניץ קריזיס ביי די מעקסיקאנער גרעניץ און וועט אריינברענגן די מיליטער ארויס צו העלפן מיט די מאסן דעפארטאציעס קעגן די אומלעגאלע אימיגראנטן
ywXy6v.jpeg
ywXy6v.jpeg (108.2 KiB) געזען געווארן 290 מאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

אין ליכט פון די שרעקליכע אינצידענט אין אבו דאבי וואו א חב"ד שליח איז פארכאפט געווארן, האבן די ניו יארקער פאליציי פארשטערקערט די וואך אין קראון הייטס
..
..
SmartSelect_20241123_220329_Yiddish24.jpg (94.56 KiB) געזען געווארן 227 מאל
די פאליציי זאגן אז מען גייט אנזען די וואך מער וואך אין קראון הייטס ווי עס געפונט זיך די חב"ד הויפטקוואטיר, אזוי אויך וועט זיין מער וואך אין אלע אידישע געגענטער איבער ניו יארק סיטי. אין די זעלבע צייט האט די חב"ד הויפטקוואטיר ארויסגעשטעלט אן אפיציעלע מעלדונג איבער די שרעקליכע פאל אין אבו דאבי, זאגנדיג אז זיי ארבייטן מיט די ארטיגע באאמטע צו טאן וואס מעגליך צו געפונען דעם פארלוירענעם איד, און אפעלירן צום ציבור אז מען זאל מתפלל זיין פארן וואוילזיין פון ר' צבי קאגאן, צבי הכהן בן עטל זאל געפונען ווערן וואס שנעלער געזונטערהייט
-קרעדיט אידיש 24


האלט מיט ווייטער אפדעיטס דורך קליקן דא
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1336

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 23, 2024 10:06 pm אין ליכט פון די שרעקליכע אינצידענט אין אבו דאבי וואו א חב"ד שליח איז פארכאפט געווארן, האבן די ניו יארקער פאליציי פארשטערקערט די וואך אין קראון הייטס

SmartSelect_20241123_220329_Yiddish24.jpg

די פאליציי זאגן אז מען גייט אנזען די וואך מער וואך אין קראון הייטס ווי עס געפונט זיך די חב"ד הויפטקוואטיר, אזוי אויך וועט זיין מער וואך אין אלע אידישע געגענטער איבער ניו יארק סיטי. אין די זעלבע צייט האט די חב"ד הויפטקוואטיר ארויסגעשטעלט אן אפיציעלע מעלדונג איבער די שרעקליכע פאל אין אבו דאבי, זאגנדיג אז זיי ארבייטן מיט די ארטיגע באאמטע צו טאן וואס מעגליך צו געפונען דעם פארלוירענעם איד, און אפעלירן צום ציבור אז מען זאל מתפלל זיין פארן וואוילזיין פון ר' צבי קאגאן, צבי הכהן בן עטל זאל געפונען ווערן וואס שנעלער געזונטערהייט
-קרעדיט אידיש 24
viewtopic.php?p=136758#p136758
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

מעגליכקייט פאר א פרישע שניי ענדע היינטיגע וואך, און אין לויף פון די וואך וועלן טעמפעראטורן זיין געמישט‎
SmartSelect_20241123_220259_Yiddish24.jpg
SmartSelect_20241123_220259_Yiddish24.jpg (121.73 KiB) געזען געווארן 220 מאל
די פרעסטן וועלן אנהאלטן זונטאג מיט קעלט און שטארקע ווינטן פון 25 מייל פער שעה, און מאנטאג וועט ווייטער זיין קאלט און אביסל מילדער, ביי די מיטעלע פופציגער. דינסטאג וועט זיין נאך ווארימער מיט א מעגליכקייט פון זעכציג דעגרי אין טיילן פון ניו יארק, אבער מיטוואך וועט זיין קעלטער, און פרייטאג קען מען ערווארטן שטארקע פראסט און א ווינטערדיגע געמיש פון רעגן און שניי.
קרעדיט אידיש 24
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

רוסלאנד טעסט נייע מיסיל אויף אוקראינע
78b55178-9b73-ccae-4cdd-e2232485902f.jpg
78b55178-9b73-ccae-4cdd-e2232485902f.jpg (77.69 KiB) געזען געווארן 205 מאל
קיעוו – רוסלאנד האט געטעסט איר נייע מיטלגאטיג-שטרעקיגע באליסטישע מיסיל ביים נאמען "ארעשניק" וועלכע איז דעזיינט צו קענען טראגן א נוקלעארע שפּיץ, אין א באמבארדירונג אויף דער שטאט דעניפּרא אין אוקראינע נעכטן. דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז די באמבארדירונג איז געווען מיט אן ארעשניק מיסיל און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס. די באמבארדירונג איז געווען אין רעאקציע צו אוקראינע'ס נוצן אמעריקאנער לאנגע מיסילס.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

טויט-פעלשער דערציילט פאר פּאליציי זיינע שטיק
6f9a266a-9bb7-7b77-da1e-49399677a3f9.jpg
6f9a266a-9bb7-7b77-da1e-49399677a3f9.jpg (59.96 KiB) געזען געווארן 205 מאל
וויסקאנסין – א פּארשוין פון וויסקאנסין וועלכער האט געפעלשט זיין טויט דורכ'ן זיך כלומר'שט דערטרענקען פארלאפענעם זומער, איז אין קאנטאקט מיט די לאקאלע אויטאריטעטן און האט זיי אפילו דערציילט וויאזוי ער האט דאס געטאן. די פּאליציי אין גרין לעיק, וויסקאנסין זאגן אז דער פּארשוין האט זיי דערציילט אז ער האט געפעלשט זיין טויט וועלנדיג אנטלויפן פון זיין פאמיליע, און ער געפינט זיך יעצט אין אייראפּע, אנע פּלאן זיך צוריקצוקערן אהיים קיין אמעריקע.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

דזשעקסאן בתי חינוך קאמפּלעקס באשטעטיגט
782f21f6-fee5-a55d-8b3c-3a6d84085938 (1).jpg
782f21f6-fee5-a55d-8b3c-3a6d84085938 (1).jpg (97.85 KiB) געזען געווארן 202 מאל
ניו דזשערסי – נאך צוויי יאר פון ראנגלען און לעגאלע בלאקאדעס, האט דער פּלענינג באורד פונעם טאון אוו דזשעקסאן אין ניו דזשערסי געגעבן זייער באשטעטיגונג צו בויען א קאמפּלעקס פון פיר באזונדערע געביידעס פאר א בית חינוך, מיט דער קאפּאציטעט צו האלטן צוויי אהאלב טויזנט תלמידים און תלמידות. די לאקאלע באאמטע האבן דאס בלאקירט מיט אויסריידן וועגן א געפעכט איבער א לאקאלע ראוד וואס פירט אריין צו דעם שטח, אבער אצינד האבן זיי געגעבן באשטעטיגונג.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

די ESO (אייראפעישער סאוטהערן אבסערוואטארי) האט געמאלדן אז
אסטראנאמערס האבן גענומען א נאענטע פיקטשער פון א שטערן אינדרויסן פון אונזער אייגענע געלעקסי, די מילקי וועג, צום ערשטען מאל.

SqBdfi.jpeg
SqBdfi.jpeg (100.45 KiB) געזען געווארן 114 מאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1529
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2973

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

תתחדש!
1733371298903.png
1733371298903.png (299.57 KiB) געזען געווארן 27 מאל
שרייב פאוסט