"נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

"נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

נייע אויספארשונג קעגן
3 טעכנאלאגיע פירמעס

64459054-d93a-3c70-3e74-56480b0a63d9.jpg
64459054-d93a-3c70-3e74-56480b0a63d9.jpg (113.93 KiB) געזען געווארן 487 מאל
וואשינגטאן – די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געעפנט א ברייטע אנטי-טראסט אויספארשונג קעגן "מיקראסאפט", "נעווידיע" און "אפין עי-איי", איבער זייער ראלע אין דער שנעל-וואקסנדער אינדוסטריע פון עי-איי טעכנאלאגיע. די אויספארשונג קאנצענטרירט זיך אויף די דריי פירמעס און די מעגליכקייט אז זיי באגייען שריט מיט'ן ציל צו אונטערדרוקן קלענערע קאמפאניס וועלכע ווילן אויך אריינקומען אין דער עי-איי אינדוסטריע.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

סיטי קאונסיל שטערט
אפיס געביידעס פלאן

b58dfb3f-3cee-5d19-ba01-071297872cb2.jpg
b58dfb3f-3cee-5d19-ba01-071297872cb2.jpg (57.37 KiB) געזען געווארן 477 מאל
ניו יארק – נייע מאסנאמען ווערן פאראויסגערוקט צו לעזן סיי דעם האוזינג קריזיס און סיי דעם אפיס קריזיס אין ניו יארק סיטי, אבער עס ווענדט זיך צי מעיאר עריק עדעמס קען דורכשטופן די זאכן אינעם סיטי קאונסיל. מעיאר עדעמס האט א פלאן וואס וועט פארגרינגערן און פארשנעלערן די זאונינג טוישונגען פון ליידיגע אפיס געביידעס, אז מען זאל עס קענען פארוואנדלען אין אפארטמענטס, אבער אינעם סיטי קאונסיל זענען דא א גרויסע צאל קעגנער וואס ווילן שטערן דעם פלאן
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

איבערזיכט אויף געלטער
פאַר שולעס וועגן האַס

c4ef0505-74fc-f278-b42c-c1ba85aa6bab.jpg
c4ef0505-74fc-f278-b42c-c1ba85aa6bab.jpg (30.74 KiB) געזען געווארן 472 מאל
וואַשינגטאָן – די ספּעציעלע "סייענס, ספּעיס און טעכנאָלאָגיע" קאָמיטע פון קאָנגרעס האָט געשריבן צו די פירער פון פינף פעדעראַלע רעגירונג דעפּאַרטמענטס און אַגענטורן, אַז זיי זענען באַזאָרגט וועגן רעגירונג פאָנדינג וואָס גייט פאַר שולעס וואו עס איז שטאַרק פאַרשפּרייט אַנטיסעמיטישע האַס. די פינף פעדעראַלע אַגענטורן וואָס האָבן באַקומען די בריוון זענען די ענערגיע דעפּאַרטמענט, קאַמערץ דעפּאַרטמענט, נאַציאָנאַלע סייענס פאַונדעישאָן, ענווייראָמענטאַל פּראָטעקשאָן אַגענטור און נאַסאַ
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

טראָמפּ'ס פרישע
פאָנדרעיזינג דערגרייכונג

download (2) (4).jpeg
download (2) (4).jpeg (5.12 KiB) געזען געווארן 466 מאל
קאַליפאָרניע – עטליכע טעג נאָכ'ן מעלדן א רעקאָרד פאָנדרעיזינג ציפער פאַר'ן מאָנאַט מאַי, האָט דער טראָמפּ קאַמפּיין באַוויזן א פרישן דורכברוך אין זייער פאָנדרעיזינג. טראָמפּ האָט אויפגעטריבן צענדליגער מיליאָנען דאָלאַרן די געציילטע טעג נאָך וואָס ער איז געוואָרן געפונען שולדיג אין א ניו יאָרק געריכט, און יעצט האָט ער באַוויזן אויפצוטרייבן צוועלף מיליאָן דאָלער ביי א פאָנדרעיזינג פאַרזאַמלונג וואָס איז פאָרגעקומען אין סאַן פראַנציסקאָ – א צענטער פאַר ליבעראַלע עליטע איינוואוינער
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פאַרמעסט צו ערזעצן
סענאַט פירער מעקאַנעל

79abdb23-8945-77c7-1205-b23e420c237f.jpg
79abdb23-8945-77c7-1205-b23e420c237f.jpg (55.7 KiB) געזען געווארן 460 מאל
וואַשינגטאָן – צווישן רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן האָט זיך אָנגעהויבן קאָכן אַן ערנסטער פאַרמעסט איבער ווער עס זאָל ערזעצן דעם לאַנגיעריגער רעפּובליקאַנער סענאַט פירער מיטש מעקאַנעל, וועלכער האָט געמאָלדן אַז ער וועט אָפּטרעטן פון דעם אַמט נאָך די וואַלן היי-יאָר, אין בעפאָרברייטונג צו זיין פולקאָמע סענאַט רעטייערמענט אין יאָר 27'. צווישן די קאַנדידאַטן וואָס לויפן פאַר מעקאַנעל'ס אַמט איז זיין נומער צוויי פיגור, סענאַטאָר דזשאַן טאהן פון סאַוט דעקאָטע, און סענאַטאָר ריק סקאַט פון פלאָרידע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פלאָרידע רעדל געשעפט
פלאַטערט נאַצי פאָן

51cb3c92-aeda-b126-71e9-8deffdfcf1f6.jpg
51cb3c92-aeda-b126-71e9-8deffdfcf1f6.jpg (52.97 KiB) געזען געווארן 459 מאל
[/b][/color][/size]

פלאָרידע – ראדי אַכמעד, וועלכער איז דער אייגענטומער פון א רעדל געשעפט אין דזשעקסאָנוויל, פלאָרידע זאָגט אַז ער איז נישט קיין אַנטיסעמיט, טראָץ וואָס ער האָט אַרויסגעשטעלט א נאַצי פאָן צו פלאַטערן פאָרנט פון זיין געשעפט. אַכמעד'ס געשעפט געפינט זיך אין א געגנט וואו עס וואוינען אַסאַך אידן, און ער האָט אַרויסגעשטעלט די פאָן אויף דער גאַס וואו אַסאַך אידישע איינוואוינער גייען טעגליך אַריבער. אַכמעד זאָגט אַז ער איז נישט קיין אַנטיסעמיט, נאָר ער זאָגט אַז ער וויל דערמאַנען די ליידן פון עזה איינוואוינער
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

יו-ען: מדינת ישראל
אויף שוואַרצע ליסטע

31df5c05-340b-cb83-1de5-c96dd2720cd5.jpg
31df5c05-340b-cb83-1de5-c96dd2720cd5.jpg (38.3 KiB) געזען געווארן 447 מאל
וואַשינגטאָן – דער יונייטעד נעישאָנס סעקרעטאַר-גענעראַל אַנטאָניאָ גוטערעז האָט געלאָזט וויסן פאַר מדינת ישראל מיליטער'ס שליח אין וואַשינגטאָן אַז ער האָט באַשלאָסן ארויפצושטעלן מדינת ישראל אויף א שוואַרצער ליסטע פון לענדער און אָרגאַניזאַציעס וועלכע שעדיגן קינדער אין קאָנפליקט זאנעס. א נייע איבערגעמאַכטע ווערסיע פון דער ליסטע וועט ערשיינען קומענדיגע וואָך, און צווישן די וועלכע זענען שוין אויף דער ליסטע איז רוסלאַנד, אייסיס, על קאַידאַ און באקא-האראם
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

עקספּארטן פון כינע
שטאַרק געוואַקסן אין מאַי

8643039e-c4c5-dc54-301a-4a6fda020fe8.jpg
8643039e-c4c5-dc54-301a-4a6fda020fe8.jpg (106.96 KiB) געזען געווארן 446 מאל
בעיזשינג – עקספּאָרטן אַרויס פון כינע זענען געוואַקסן אין מאָנאַט מאַי שנעלער ווי געראָכטן, אַדאַנק גלאָבאַלע פאַרלאַנג, און אין דער זעלבער צייט איז אימפּאָרט וואוקס פון אַנדערע לענדער אַריין קיין כינע געפאַלן. עקספּאָרטן זענען געווען אין מאַי מיט 7.6 פּראָצענט העכער ווי פאַראַיאָר מאַי, און העכער מיט 1.5 פּראָצענט פון א מאָנאַט פריער. דאָס איז געווען העכער ווי די עקאָנאָמיסטן האָבן געהאַט ערוואַרטעט, שאצנדיג אַז ס'וועט זיין 4.8 פּראָצענט העכער די עקספּאָרטן ווי מיט א יאָר צוריק
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

שטארקע זארג וועגן
מילך סופּליי געזונטהייט

c37a11e1-97ec-7cc2-a0a0-6cf1e90529a1.jpg
c37a11e1-97ec-7cc2-a0a0-6cf1e90529a1.jpg (43.24 KiB) געזען געווארן 415 מאל
וואשינגטאן – פילע אמעריקאנער זענען באזארגט איבער דער געזונטהייט פון דעם מילך סופּליי אין לאנד, אין שאטן פון דער פארשפּרייטונג פון פייגל פלו ווירוס צווישן מילך-פּראדוצירנדע קיען, טראץ וואס די באאמטע פארזיכערן אז די פּעסטשורייזעישאן פּראצעדורן טוען אויסראטן סיי וועלכע שפּורן פונעם ווירוס. אין אן אפּדעיט נעכטן האבן די באאמטע געזאגט אז מילך-פּראדוצירנדע קיען זענען שוין געשטארבן אין פינף סטעיטס נאכ'ן ווערן אינפעקטירט מיט די פייגל פלא
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: ס'קען זיין אז-נייעס בלאט

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

ערשטע שטאפּל רענאוואציע פון טרענטשין שוהל
2f1dff65-f9b4-719f-fd31-70731a05a72d.jpg
2f1dff65-f9b4-719f-fd31-70731a05a72d.jpg (133.53 KiB) געזען געווארן 410 מאל
סלאוואקיע – די ערשטע שטאפּל פון דער געפּלאנטער פולקאמער רענאוואציע פון דעם פּראכטפולן קופּאל שוהל אין טרענטשין, סלאוואקיע איז שוין געענדיגט געווארן, און עס אנטהאלט א פּערמאנענטן מוזעאום אויסלייג איבער דער לאקאלער אידישער היסטאריע. די רענאוואציע איז א פּראיעקט וואס קאסט אפּ מער ווי צוויי מיליאן יורא, און ווען עס וועט זיין פארטיג וועט עס גענוצט ווערן ווידעראמאל אלס א שוהל און אויך פאר לעקציעס און אנדערע פארזאמלונגען
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

נאציאנאלע פארברעכן ראטע געפאלן אין ערשטע פערטל
bee4d247-2dbf-1962-3647-3ef160f8af23.jpg
bee4d247-2dbf-1962-3647-3ef160f8af23.jpg (48.27 KiB) געזען געווארן 339 מאל
וואשינגטאן – נארוואס פארעפנטליכע "עף-בי-איי" סטאטיסטיקס צייגן אז די צאל ערנסטע פארברעכנס און מארדן זענען געפאלן אין די ערשטע דריי מאנאטן פון יאר, וואס אטורני דזשענעראל גארלענד האט באצייכנט אלס היסטאריש. די סטאטיסטיקס האבן געצייגט אז ערנסטע פארברעכנס זענען געפאלן מיט 15 פּראצענט צווישן יאנואר און מערץ אין פארגלייך צו דער זעלבער צייט פאראיאר, און אז די צאל מארדן זענען געפאלן מיט 26 פּראצענט אין דער זעלבער צייט אפּשניט. די מעלדונג איז גוטע נייעס פאר פּרעזידענט ביידען אין א וואל יאר ווען פארברעכנס שפּילט אין אלגעמיין א ראלע פאר די וויילער. דער פּרעזידענט האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט איבער די גינסטיגע נייעס אז פארברעכנס פאלן אין רעקארד שטאפּלען, וואס איז וויכטיג פאר אים אפּצושלאגן די זארגן פון איבער דריי-פערטל אמעריקאנער וועלכע האלטן אז פארברעכנס זענען געשטיגן אין די לעצטע אנדערהאלבן יאר לויט א לעצטערע אנקעטע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

טראמפּ פארלאנג איבער דאקומענטן קעיס אפּגעווארפן
42f0b362-d3dc-d7bf-856a-27d0100578dc.jpg
42f0b362-d3dc-d7bf-856a-27d0100578dc.jpg (57.3 KiB) געזען געווארן 338 מאל
פלארידע – די פעדעראלע ריכטערין וועלכע פארפיגט איבער די קלאסיפייד דאקומענטן קעיס קעגן דאנאלד טראמפּ אינאיינעם מיט צוויי אנדערע מיט-באשולדיגטע האט אפּגעווארפן זייער פארזוך אפּצואווארפן טייל פון די 41 קלאגעס וועלכע האט באשולדיגט דעם געוועזענעם פּרעזידענט פון אומלעגאל האלטן קלאסיפיצירטע דאקומענטן פון זיין פּרעזידענטשאפט און קאנספּירירן מיט אנדערע צו באהאלטן די סענסיטיווע פיילס פון דער פעדעראלער רעגירונג. ריכטערין קענאן האט געזאגט אז זייערע טענות ארויסצוווארפן קלאגעס איבער שטערן די אויספארשונג און מאכן פאלשע סטעיטמענטס זענען נישט גענוג שטארק צו קענען ארויסווארפן די קלאגעס באצייכענענדיג זיי אלס בלויז טעכנישע פעלערן וועלכע קענען אנגעצייגט ווערן פאר די דזשורי ביים פּראצעס
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

בלינקן נאכאמאל אין מיטל-מזרח פאר געשפּרעכן
ae523343-c655-395d-a028-a0fdad62887f.jpg
ae523343-c655-395d-a028-a0fdad62887f.jpg (31.69 KiB) געזען געווארן 338 מאל
קאירא - דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט אנטאני בלינקן האט נעכטן אפּגעשטאט זיין 9'טע באזוך אינעם מיטל מזרח זינט דער עזה קריג האט זיך אנגעהויבן נאך די כאמאס אטאקעס אין מדינת ישראל פארגאנגענעם שמחת תורה.

ער האט ערשט באזוכט עגיפּטן וואו ער האט פארלאנגט פון פּרעזידענט על-סיסי צו לייגן דרוק אויף כאמאס צו אקצעפּטירן דעם פייער-אפּשטעל פארשלאג וואס פּרעזידענט ביידן האט פארגעשלאגן פארגאנגענעם מאנאט, זאגנדיג אז מדינת ישראל האט עס שוין אנגענומען און אז מען קען היינט אפּשטעלן די קריג אויב כאמאס וועט איינגיין דערויף.

ער איז דערנאך אפּגעפארן קיין מדינת ישראל וואו ער האט זיך געטראפן מיט פּרעמיער נתניהו און קריגס מיניסטער גאלאנט ארויסהייבנדיג די וויכטיגקייט פון א פּלאן פאר עזה נאכדעם וואס די קריג וועט זיך ענדיגן און ווי וויכטיג ס'איז צו פארזיכערן אז דער קאנפליקט שפּרייט זיך נישט אויס צו אנדערע ערטער.

זינט פארגאנגענע וואך האט מדינת ישראל דורכגעפירט פילצאליגע אטאקעס אין עזה, אריינגערעכנט ביי דער אבלאווע צו ראטעווען די משכונות ביי וועלכן 274 פּאלעסטינער זענען אומגעקומען
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פארמיטן ב“ה א טעראר
אטאקע איבער יו“ט

36a79a5b-bc7b-ad7f-9b03-56a81a7696ea.jpg
36a79a5b-bc7b-ad7f-9b03-56a81a7696ea.jpg (51.22 KiB) געזען געווארן 286 מאל
ניו יארק — די שטאטישע פּאליציי דעפּארטמענט האט דערציילט מוצאי יו“ט אז זיי האבן איבער שבועות צעשטערט א מעגליכע טעראר אטאקע ה“י. זיי האבן צייטליך ארעסטירט דעם ערשטן טאג יו“ט אינדערפרי א ראדיקאלן פּארשוין דזשאד סענסאן, 29 יאר אלט, ביי א טראפיק-סטאפּ וואו זייי האבן אריינקוקנדיג אין זיין קאר געפונען אז ער האט געהאט אין זיין קאר אומצאליגע שטיקלעך וואפן, עטליכע שווערדן, מעסערס און קוילן. אויך האט ער געהאט א פאלשן אראנדזשן טראנזיט כאלאטל און א מאסקע זיך צו פארמאסקירן ביים דורכפירן זיין טייוולאנישן פּלאן און א גרויסן שטעקן אויף וועלכן ער האט געהאט אויפגעשריבן פארשידענע צעטרייסלנדע אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

עקסטרעם רעכטע
פּארטייען
שאקירן די אי-יו

c82e9809-5e97-23f3-b7d5-634f3309bd5a.jpg
c82e9809-5e97-23f3-b7d5-634f3309bd5a.jpg (32.38 KiB) געזען געווארן 286 מאל
בריסל — עקסטרעם רעכטע פּארטייען האבן אפּגעהאלטן גרויסע זיגן אין פּארלאמענטארע וואלן פאר‘ן אייראפּעאישן יוניאן צו דערלאנגען שטארקע נידערלאגעס פאר צוויי פונעם בלאק‘ס וויכטיגסטע פירער: פראנקרייכ‘ס פּרעזידענט עמאנועל מעקראן און דייטשלאנד‘ס קאנצלער אלעף שאלץ. אין פראנקרייך האט די נאציאנאלע ראלי פּארטיי פון מארינע לע פּען אנגעצויגן אזוי שטארק פאראויס אז מעקראן האט באלד אויפגעלעזט דעם אייגענעם פּארלאמענט און פאררופן נייע וואלן. אין דייטשלאנד, זענען די פּראדזשעקשאנס געווען אז די אלטערנאטיוו פאר דייטשלאנד פּארטיי איז בייגעקומען א קייט פון סקאנדאלן צו כאפּן 16.5 פּראצענט ארויף פון 11 פּראצענט אין 19’. דערקעגן האבן די דריי הויפּט פּארטייען אין דייטשלאנד‘ס איצטיגע קאאליציע אנגעצויגן קוים 30 פּראצענט
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

האנטער ביידען
געפונען שולדיג

f3fb870f-9f6f-f487-deda-0b6237509b94.jpg
f3fb870f-9f6f-f487-deda-0b6237509b94.jpg (30.59 KiB) געזען געווארן 286 מאל
דעלאוועיר — האנטער ביידען, זון פון פּרעזידענט ביידען, איז געפונען געווארן שולדיג אויף אלע דריי פעלאני קלאגעס אין א משפט אז ער האט איינגעקויפט א גאן בשעת ער איז געווען אויף דראגס. די דזשורי איז געקומען צו דעם באשלוס נאך דריי שעה פארהאנדלען איבער צוויי טעג.

פּרעזידענט ביידען האט געזאגט נאכ‘ן הערן דעם דזשורי אורטייל: ’איך נעם אן דעם אויסגאנג פון די קעיס און כ‘וועל ווייטער רעספּעקטירן דעם יורידישן פּראצעדור בשעת האנטער באטראכט אן אפּיעל“. ער האט געענדיגט מיט דעם אז ער וועט אלץ זיין צו הילף פאר זיין זון און גארנישט דערפון גייט זיך טוישן.

ביידען האט ביי א געלעגנהייט פריער געזאגט אז ער וועט נישט פּארדאנירן זיין זון אויב די דזשורי זאל אים טרעפן שולדיג. עס איז נאכנישט באשטימט דער טאג פון פאראורטיילונג. לויט די שטראף-געזעצן קען ער באקומען 25 יאר טורמע פאר די דריי קלאגעס אבער ס‘איז גערישט אז ער זאל אפּקומען לייכטער אלס אן ערשטמאליגער פארלעצער
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך פופציגער »

יישר כח @ס'קען זיין אז..
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3529

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א פרישע אור שיינט אויפן טישל!
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 6:51 pm א פרישע אור שיינט אויפן טישל!
שכח...
אוועיטער
פייל און בויגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 439
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 625

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך פייל און בויגן »

פיינעלי.....

איזראעליס שטויבן אפּ דעם 'פייל און בויגן'
1027.gif
1027.gif (76.1 KiB) געזען געווארן 186 מאל
נגב — נישט זעענדיג קיין סוקסעס מיט זייער מאסיוון מיליטערישן כוח זענען די איזראעליס צוריקגעגאנגען צו אלטע מלחמה געצייג ארויסצונעמען דעם ”פייל און בויגן“ — וואס פלעגט גענוצט צו ווערן אין אמאליגע מלחמות — זיי צו העלפן אין דער יעצטיגער מערכה מיט כאמאס. בילדער ווייזן ווי איזראעלי טרופּן שטעלן זיך ביים מויער פון עזה און שליידערן אריבער פייער-ראדן אפּגעשאסן דורך פייל און בויגנס. דער פייל און בויגן איז שוין נישט אין באנוץ פאר מלחמה זינט דעם 16‘טן יארהונדערט. די ישראלים זאגן אז ס‘איז עמיצן איינגעפאלן אבער עס ווערט נישט געטאן אין ברייטפארשפּרייטן באנוץ.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3529

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:03 pm פיינעלי.....

העי, דו האסט געהייזשעקט זיין בלאט, אדער דאס איז דיין אנדערע ניק?
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
פייל און בויגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 439
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 625

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך פייל און בויגן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:51 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:03 pm פיינעלי.....

איזראעליס שטויבן אפּ דעם 'פייל און בויגן'

1027.gif
נגב — נישט זעענדיג קיין סוקסעס מיט זייער מאסיוון מיליטערישן כוח זענען די איזראעליס צוריקגעגאנגען צו אלטע מלחמה געצייג ארויסצונעמען דעם ”פייל און בויגן“ — וואס פלעגט גענוצט צו ווערן אין אמאליגע מלחמות — זיי צו העלפן אין דער יעצטיגער מערכה מיט כאמאס. בילדער ווייזן ווי איזראעלי טרופּן שטעלן זיך ביים מויער פון עזה און שליידערן אריבער פייער-ראדן אפּגעשאסן דורך פייל און בויגנס. דער פייל און בויגן איז שוין נישט אין באנוץ פאר מלחמה זינט דעם 16‘טן יארהונדערט. די ישראלים זאגן אז ס‘איז עמיצן איינגעפאלן אבער עס ווערט נישט געטאן אין ברייטפארשפּרייטן באנוץ.
העי, דו האסט געהייזשעקט זיין בלאט, אדער דאס איז דיין אנדערע ניק?
אדער געהיידזשעקט זיין נייעס קוואל.... :oops:

איך האב פשוט נישט געוואוסט וואו עס צו לייגן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3529

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:01 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:51 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:03 pm פיינעלי.....

איזראעליס שטויבן אפּ דעם 'פייל און בויגן'

1027.gif
נגב — נישט זעענדיג קיין סוקסעס מיט זייער מאסיוון מיליטערישן כוח זענען די איזראעליס צוריקגעגאנגען צו אלטע מלחמה געצייג ארויסצונעמען דעם ”פייל און בויגן“ — וואס פלעגט גענוצט צו ווערן אין אמאליגע מלחמות — זיי צו העלפן אין דער יעצטיגער מערכה מיט כאמאס. בילדער ווייזן ווי איזראעלי טרופּן שטעלן זיך ביים מויער פון עזה און שליידערן אריבער פייער-ראדן אפּגעשאסן דורך פייל און בויגנס. דער פייל און בויגן איז שוין נישט אין באנוץ פאר מלחמה זינט דעם 16‘טן יארהונדערט. די ישראלים זאגן אז ס‘איז עמיצן איינגעפאלן אבער עס ווערט נישט געטאן אין ברייטפארשפּרייטן באנוץ.
העי, דו האסט געהייזשעקט זיין בלאט, אדער דאס איז דיין אנדערע ניק?
אדער געהיידזשעקט זיין נייעס קוואל.... :oops:

איך האב פשוט נישט געוואוסט וואו עס צו לייגן.
viewtopic.php?t=806&start=8150
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:51 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:03 pm פיינעלי.....

איזראעליס שטויבן אפּ דעם 'פייל און בויגן'

1027.gif
נגב — נישט זעענדיג קיין סוקסעס מיט זייער מאסיוון מיליטערישן כוח זענען די איזראעליס צוריקגעגאנגען צו אלטע מלחמה געצייג ארויסצונעמען דעם ”פייל און בויגן“ — וואס פלעגט גענוצט צו ווערן אין אמאליגע מלחמות — זיי צו העלפן אין דער יעצטיגער מערכה מיט כאמאס. בילדער ווייזן ווי איזראעלי טרופּן שטעלן זיך ביים מויער פון עזה און שליידערן אריבער פייער-ראדן אפּגעשאסן דורך פייל און בויגנס. דער פייל און בויגן איז שוין נישט אין באנוץ פאר מלחמה זינט דעם 16‘טן יארהונדערט. די ישראלים זאגן אז ס‘איז עמיצן איינגעפאלן אבער עס ווערט נישט געטאן אין ברייטפארשפּרייטן באנוץ.
העי, דו האסט געהייזשעקט זיין בלאט, אדער דאס איז דיין אנדערע ניק?
יעדער איז וועלקאום!
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 1812

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

בער אטאקירט
הייקערס אין קאנאדע

78a9dcf6-454d-076f-e232-13b14df7deec.jpg
78a9dcf6-454d-076f-e232-13b14df7deec.jpg (67.34 KiB) געזען געווארן 111 מאל
אלבערטא — מערערע פּארקס אין קאנאדע האבן זיך פארמאכט נאכדעם ווי צוויי הייקערס זענען אטאקירט געווארן דורך א בער אין אלבערטא‘ס וואטערטאן לעיקס נאציאנאלע פּארק. דער בער איז נאכגעלאפן ביידע הייקערס און האט זיי פארוואונדעט. די הייקערס האבן באוויזן צו שפּריצן א ספּרעי וואס האט איינגעשלעפט דעם בער און זיי האבן געקענט פארלאזן דעם פּארק אויף די אייגענע פיס. זיי זענען אפּגעפירט געווארן אין שפּיטאל פאר באהאנדלונג און געפונען זיך אין א סטאבילן צושטאנד
שרייב פאוסט