"נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1263
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2333

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

שומרים-פלעטבוש העלפט ארעסטירן טלית-ותפילין גנב
2efea232-7788-a9ae-a994-19ca5e5e8537.jpg
2efea232-7788-a9ae-a994-19ca5e5e8537.jpg (70.47 KiB) געזען געווארן 60 מאל
ברוקלין — אדאנק די געניטשאפט פון חברה שומרים פלעטבוש איז א שווארצע פרוי ארעסטירט געווארן נאכ’ן זיך ארומדרייען א שעה צייט ביי עוועניו L ביי אושען פּארקוועי און פּרובירן זיך איינברעכן אין קארס דורך ציען די קאר הענטלעך ביז וואלונטירן פון חברה שומרים האבן איר באמערקט מינוטן נאכדעם ווי זי האט באוויזן אויפצומאכן א קאר אויף איסט 10’טע סטריט און עוועניו N און ארויס’גנב’נען א טלית-ותפילין בייטל. זי איז אויפ’ן ארט ארעסטירט געווארן.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1263
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2333

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

חברה הצלה סאוט פלארידע קויפט רעטונגס טרעקל


0cdc4ed1-dd5a-69a4-e09c-11bd5407aafe.jpg
0cdc4ed1-dd5a-69a4-e09c-11bd5407aafe.jpg (151.4 KiB) געזען געווארן 59 מאל
מיאמי — חברה הצלה פון סאוט פלארידע האט אויפגעוויקלט איר ערשטן רעטונגס-אויטמאביל וואס האט די מעגליכקייט צו פארן אין טיפע וואסערן וואס וועט העלפן פארבעסערן די ארבעט ארויסצוראטעווען מענטשן פון סכנה’דיגע מצבים ווי פארפלייצונגען וכד’. דער ספּעציאליזירטער מאטאריזירטער מאשין וואס קומט מיט גרויסע רעדער וועט ערלויבן פאר הצלה וואלונטירן צו קומען גיכער צו הילף אין אויסטערלישע וועטערס ווען עס איז אנדערש שווער ארויסצוראטעווען מענטשן ל”ע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1263
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2333

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

האנטער ביידען גיט
איין “גילטי פּלי”

fdcc2945-4568-08e5-f8c3-ceb967cf1f52.jpg
fdcc2945-4568-08e5-f8c3-ceb967cf1f52.jpg (43.61 KiB) געזען געווארן 59 מאל

לאס אנדזשעלעס — מינוטן פאר זיין פּראצעס האט זיך געזאלט אנפאנגען נעכטן האט זיך האנטער ביידען אנגעגעבן קרימינאל שולדיג פאר נישט באצאלן שטייערן און נאך קלאגעס.

די “גילטי פּלי” דורך פּרעזידענט ביידען’ס זון איז א דראמאטישע נייע אנטוויקלונג אין א 6 יעריגע אויספארשונג וואס האט אויפגעדעקט פּראבלעמאטישע ביזנעס האנדלונגען און א דראג אדיקשען דורך אים.

אין אן אנדערן קעיס אין דעלעוועיר דעם זומער, אויך געברענגט דורכ’ן זעלבן ספּעשל קאונסעל דעוויד ווייס, איז האנטער געפונען געווארן שולדיג אויף גאן קלאגעס.
שרייב פאוסט