אידישע נייעס ארום די וועלט

נייעס אין אונזער קווארטאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

איראן - אין די שטאט איספאהאן איז היינט פארגעקומען א ברית מילה פאר א ניי געבוירן קינד אין די געמיינדע וואו דער הויפט רב הרב יהודה גארמי האט געדינט אלס סנדק, דאס קומט נאך א וואך וואס די אידישע קהילה האט זיך צוריקגעהאלטן פון אפהאלטן מעמדים צו נישט ארויסווייזן קיין פרייד נאך די מדינת ישראל קאנטער אטאקע.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

דייטשלאנד - דריי טערקיש אפשטאמיגע דייטשע בירגער זענען אנגעקלאגט געווארן אין א געריכט אין שטאטגארט אויף טעראר און קאנפעראנציע צו מארד קלאגעס פאר פלענער צו דורכפירן א טעראר אטאקע אויף א אידישע צענטער אין די שטעט היידלבערג אדער מאנהיים.

דער פירער פון די גרופע, א 25 יעריגער פארשוין, האט אין חודש מאי גערייזט קיין טערקיי און זיך דארט פארבינדן מיט טעראר אקטיוויסטן, זייענדיג דארט האט ער דיסקוסירט פלענער צו פארן קיין סיריע און זיך אנשליסן אין אייסיס, נאכן צוריקקומען האט ער געארבעט אויף זיינע ווייטערדיגע טעראר פלענער, וואס זענען באצייטנס אויפגעדעקט דעווארן, אינאיינעם מיט נאך צוויי אנדערע פארשוינען.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ווארשא - פאר 10 יאר צוריק איז אויפגעשטעלט געווארן אין לאנד די גרויסע האלאקאוסט מאזעאום צו געדענקען די זעקס מיליאן אידן וואס זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ"ש און פארציילן די 1,000 יאר געשיכטע פון אידישע היסטאריע אין לאנד, אין די לעצטערע טעג איז דערפאר פארגעקומען א ספעציעלע צערעמאניע מיט איבער 10,000 באטייליגטע, די צערעמאניע איז באשיינט געווארן מיט די אנוועזנהייט פון דער הויפט רב הרב מיכאל שודריך און א צאל קריגס איבערלעבער.

די פלאן צו עפענען די מאזעאום איז ערשט געקומען נאך די קאמוניסטישע רעגירונג אין לאנד וואס איז געפאלן פאר 35 יאר צוריק, וואס ביז דאן איז נישט געווען קיין געהעריגע אידישע לעבן אין לאנד, די רעגירונג פארוואלטונג האט די לעצטע צייט אויך געהאט עטליכע אמפערנישן מיט די רעכטע רעגירונג וואס וויל פארווישן די בלוטיגע היסטאריע פון די פאלאקן ביים קריג.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מודיעית עילית - די איינהארן פאמיליע איז היינט באשאנקן געווארן מיט זייער 20׳טע קינד קע"ה למזל טוב, די עלטסטע קינד פון די פאמיליע איז פונקט 20 יאר און קיינע פון די קינדער זענען נישט קיין צווילינג.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לאנדאן - הבה"ח חיזקי טורנהיים וואס רייזט ארום איבער די וועלט צו געבן דרשות חיזוק אינדערצייט וואס ער זעלבסט דינט אלס דוגמא צו דינען דעם באשעפער טראץ זיינע באגרעניצונגען, האלט זיך אויף אין די טעג אין לאנדאן הבירה וואו ער איז מחזק די ארטיגע אידן, צווישן איין דרשה און צווייטן איז ער ארויף צום שטוב פון הגאון רבי אהרן דוד הלוי דונר שליט"א ראב"ד התאחדות קהילות החרדים אין לאנדאן.

דער ראב"ד איז אריין אין א שיינע שמועס מיט חיזקי איבער זיין נאנטקייט מיט גדולי ישראל און נאך, ווען חיזקי האט אנגעפרעגט וויאזוי ער דארף לייגן תפילין לויט די הלכה צוליב וואס זיינע הענט זענען אנדערש ווי געווענדליך האט דער ראב"ד ארויסגענומען א סקעלאטאן פון שאפע און אים געצייגט פונקטליך וויאזוי צו לייגן די תפילין.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פוילן - א רירענדע צערעמאניע איז פארגעקומען אינדרויסן פון ווארשא ביים די געוועזענע אדאמפאל נאצי ארבעטס לאגער וואו עס איז צום ערשטן מאל אויפגעשטעלט געווארן א מאנומענט מיט 73 נעמען פון די איבער 600 אידן וואס זענען דארט אומגעקומען דורך די נאציס ימ"ש ביים צווייטן וועלטס קריג.

בלויז עטליכע אידן האבן באוויזן צו אנטלויפן פון די קליינע לאגער דורכאויס די צוויי יאר וואס זיי זענען געהאלטן געווארן דארט, צווישן זיי איז געווען יענקל פאמעראנץ וואס האט זיך דערנאך אנגעשלאסן אין די אידישע פארטיזאנער גרופעס.

זיין זוהן מייקל האט באזוכט דעם ארט אינאיינעם מיט זיין פאטער פאר 25 יאר צוריק און האט זיך אונטערגענומען צו טוהן אלעס צו געדענקען די קדושים וואס זענען דארט אומגעברענגט געווארן עקה"ש, אצינד האט ער ערפילט זיין צוזאג מיטן אויפשטעלן דאס געדענקמאל.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פוילן - א איד פון לאנדאן וואס איז פארלאפענע ענדע וואך געווען אויפן וועג צום לופטפעלד אין ווארשא מאכנדיג די וועג צוריק פון די שטאט פשיסחא וואו ער האט מתפלל געווען אויף די ציונים הקדושים פון דער יהודי הקדוש און רבי שמחה בונים פון פשיסחא זצ"ל, איז אריבער א עקסידענט פון וואס ער איז ב"ה בלויז לייכט פארוואונדעט געווארן.

עס האט פאסירט ווען דער יונגערמאן איז געפארן אויפן שטראז אינדרויסן פון דער שטאט פשיסחא ווען פלוצלינג איז ארויס געטאנצן א הערש, ער האט פארלוירן קאנטראל אין אריינגעהאקט אין א קעגן- קומענדע קאר פון וואס ער האט געליטן וואונדן אויפן האנט, נאכן עס באנדאזשירן אין לופטפעלד האט ער זיך בשלום אומגעקערט קיין ענגלאנד.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

קאבול - נאך זיינע רייזעס צו איבער הונדערט לענדער צווישן זיי סאודיע אראביע און איראק, האט דער אידישע רייזענדע פון ארץ ישראל בעני וועקסלער זיך לעצטנס ארויסגעלאזט אויף א נאך מער געפארפולער רייזע, דאסמאל קיין אפגאניסטאן וואס געפינט זיך היינט צוטאגס גענצליך אונטער די הערשאפט פון די טאליבאן טעראר גרופע.

די רייזע פון מדינת ישראל קיין אפגאניסטאן האט אריינגענומען גאר אסאך ארבעט צו אויסארבעטן וועלכע לופטפעלדער צו נוצן און באקומען ערלויבעניש פון די טאליבאן אוטעריטעטן צו קענען אריינקומען ביי זיי אין לאנד מיט א אויסלענדישע פאספארט, ער האט ווי פארשטענדליך זיך אנגעטוהן מיט קליידער צו זיך צוגלייכן צו די ארטיגע באפעלקערונג צו נישט ציען קיין איבריגע אויפמערקזאמקייט.

זיין תפילין האט ער באהאלטן אין א זעקל פון א געשעפט אין די אראבישע עמיראטן מיט אראבישע אויפשריפטן דערויף, און געטראכט אז אויב וואלט מען אים אפגעשטעלט דערמיט וואלט ער געזאגט אז ער האט זיך עס איינגעהאנדלט ביי אן א אראבישע אנטיק געשעפט.

ווי ער זאגט איז ער עטליכע מאל דורכאויס די רייזע שיער נישט ארעסטירט געווארן, סיי ביי די פילע טעשקפוינטס און ביי איין פאל ווען ער האט זיך געפונען אין א האטעל קעגן איבער די איראנער אמבאסאדאר אין לאנד און דער האטעל אייגענטומער האט געהערט ווי ער רעדט א פליסיגע עברית.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

בערלין - דייטשע פארלאמענט מיטגלידער אינעם בונדסטאג וועלן אריבערפירן א געזעץ וואס וועט אפיציעל אננעמען די אויסטייטש פון די אינטערנאציאנאלע האלאקאוסט געדענק אלייענס אויף אנטיסעמיטיזם, די נייע געזעץ וועט קלארער מאכן וואס אנטיסעמיטיזם מיינט און ארייננעמען בויקאטירן אידישע ארגעניזאציעס און מדינת ישראל אלס אנטיסעמיטיזם.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

בד"ה: טראגעדיע אין מאנטריאל - 11 יעריג אינגל ל"ע נפטר געווארן אין טראגישע עקסידענט

קאנאדע - פון מאנטריאל קומט אהן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הילד יעקב אוסטערליץ ע"ה וואס איז ליידער נפטר געווארן אין א טראגישע קאר עקסידענט היינט אויפדערנאכט אין יונגן עלטער פון 11 יאר, דער קינד איז איז א זוהן פון הרה"ג ר׳ יוסף אויסטערליץ שליט"א מראשי הכולל פון קהילת בעלזא אין שטאט.

די טראגישע עקסידענט האט פאסירט ביים ווינקל פון פארק עוועניו און בערנארד וואו דאס קינד איז אריבערגעגאנגען די גאס און א טראק וואס האט זיך איינגעדרייט פון איין גאס צום צווייטן האט צוליב די שווערע רעגנדיגע וועטער ליידער פאטאל אראפגעהאקט דאס קינד, הצלה וואלונטירן אינאיינעם מיט רעטונגס אגענטורן וואס זענען אין איילעניש אנגעקומען אהין האבן שווער געארבעט אים צו צוריקברענגען אבער כבר נגזרה הגזירה און ער האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה.

יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנשמע ונשבשר בשורות טובות.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ארגענטינע - ביים איינשווערונג צערעמאניע פון דער נייער אידישע אויסערן מיניסטער פון לאנד גערארדא ווערטהיין האט ער געשווארן לאיאליטעט אויף א חומש, דערנאך האט דער אידן ליבהאבער פרעזידענט האוויער מילעי פארגעזאגט א ווארט אויפן פרשה און צוגעגליכן די רייזעס פונעם אויסערן מיניסטער צו די לך לך מארצך וואס די אויבישטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

קיעוו - אין די בית מנחם אידישע צענטער אין שטאט איז פארגעקומען א רירענדע מעמד ברית מילה פאר עטליכע חברי הקהילה וואס זענען אריינגעקומען בבריתו של אברהם אבינו, אראנזשירט געווארן דורך דער חב"ד רב אין שטאט הרב יונתן מארקאוויטש.

די ערשטע ברית איז געווען פאר א זיבן יעריגער יתום וואס לערנט אין די אור אבנר אידישע שולע, נאך דריי געמיינדע מיטגלידער האבן זיך מיטגעכאפט מיט די גרויסע מצוה צווישן זיי דער געוועזענער דעפיוטי מעיאר פון קיעוו און א פראמינענטע ביזנעסמאן.

הרב מארקאוויטש האט ספעציעל געברענגט דער באקאנטער מוהל פון ארץ ישראל ר׳ יואל געלבער צו דורכפירן די ברית׳ן, דערנאך איז פארגעקומען א סעודת ברית מיט די באטייליגונג פון צענדליגע געמיינדע מיטגלידער וואס האבן זיך מיטגעפרייט מיט די גרויסע שמחה של מצוה.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אזערבידזשאן - א דעלעגאציע פון רבנים פון פראנקרייך און איטאליע זענען אין די טעג אנגעקומען קיין אזערבידזשאן צו אנטייל נעמען אין א פארזאמלונג פון רעליגיעזע פירער וואס וועט ווערן אפגעהאלטן אין די הויפטשטאט באקו אלס טייל פון א יו. ען. פארזאמלונג איבער גלאבאלע אנווארעמונג, די דעלעגאציע באשטייט פון ר׳ משה לעווין וואס דינט אלס רב פון די נאציאנאלע זשאנדארמיע קרעפטן אין פראנקרייך, און דער רב פון סאלוניקי אין איטאליע הרב יצחק דיין שליט"א.

זיי זענען אין די טעג אנגעקומען אויף א באזוך צום שטעטל קראסניא סלאוואדא וואס איז די איינציגע שטאט אין אייראפע וואס פארמאגט א געמיינדע וואס באשטייט בלויז פון אידן, די שטאט איז אמאל אנגערופן געווארן די ׳אידישע שטאט׳ און בלויז אידן וואוינען שוין דארט פאר הונדערטער יארן נאכן ווערן פארטריבן פון אנדערע שטעט.

די רבנים האבן באזוכט אין די ארטיגע שוהל און מאזעאום וואס פארציילט איבער די אידישע היסטאריע פון די שטאט, אויך האבן זיי באזוכט אין די מוסדות התורה אין די הויפטשטאט באקו וואו זיי זענען באגלייט געווארן דורכן הויפט רב הרב זמיר איסייב.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

דייטשלאנד - אוטעריטעטן אין די שטאט אושאסלעבן האבן געעפנט אן אויספארשונג און זוכן ארום א אנטיסעמיטישע פארברעכער וואס האט גערויבט א געדענק שטיין וואס איז געלעגן פארנט פון די היים פון געוועזענע אידישע איינוואינער אין שטאט וואס זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ"ש ביים צווייטן וועלטס קריג.

לענגאויס דייטשלאנד זענען אויסגעלייגט געווארן אין די לעצטערע יארן איבער 112,000 גאלדענע געדענק שטיינער מיט די נעמען און אינפארמאציע פון אידן וואס זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס, די פארלאפענע פאר מאנאטן איז דא שטארקע פארמערונג אין רויבערייען פון די סארט שטיינער און עס האלט שוין ביי איבער 900, די פאליציי גלייבט אז די וואס טוען דאס זענען אנטיסעמיטיש געשטימט און ווילן אפמעקן די שאנדע פון די לאנדס היסטאריע.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

בד”ה: לאנדאן - היינט איז נפטר געווארן דער באקאנטער מוהל מומחה הרה"ח ר׳ שמואל גבריאל גליק ע”ה אין עלטער פון 83 יאר.
דורכאויס צענדליגער יארן האט ער געדינט אלס מוהל מומחה אין שטאט און דאס געטוהן שלא על מנת לקבל פרס.

יהא זכרו ברוך.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לאנדאן - די בריטישע פינאנץ מיניסטאר פרוי ריווס געמאלדן א גרענט פון 2 מיליאן פונט וואס וועט גענוצט ווערן פאר עדיוקאציע איבער די האלאקאוסט, ביים פארשטעלן די נייע בודזשעט פלאן פאר יאר 2025 אינעם פארלאמענט, זי האט דערמאנט ביי איר רעדע די אידישע קריגס איבערלעבער פרוי עבארט וואס איז נפטר געווארן פאר עטליכע וואכן צוריק אין עלטער פון 100 יאר.

א מערהייט פון די געלט וועט גיין פאר די ׳האלאקאוסט עדיוקאציע טראסט׳ וואס לערנט אויס די ענגלישע יונגווארג אין ארטיגע שולעס איבער די היסטאריע פון די האלאקאוסט.

די פרישע גרענט קומט נאך א פראגראם וואס די רעגירונג פון פרעמיער מיניסטער קיער סטארמער האט אריינגעשטעל אין אלע שולעס אין לאנד צו לערנען מער איבער די האלאקאוסט.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אוקריינע - גרויס אויפברויז הערשט ביי די אידישע געמיינדע אין אוקריינע נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז א גרופע יוגענטליכע האבן אין די טעג גענוצט די היסטארישע אידישע בית החיים אין שטאט בראד צו פאטאגראפירן פראוואקירענדע בילדער.

די בית החיים איז די לעצט געבליבענע עדות צו די הערליכע אידישע קהילה אין בראד וואס האט געשיינט איבער גאנץ גאליציע פאר הונדערטער יארן, די בית החיים פארמאגט איבער 8,000 מצבות און אזוי אויך ליגן דארט באערדיגט אסאך קדושים פון די צווייטע וועלט מלחמה.

די אידישע געמיינדע האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט ווי זיי שרייבן מיט ווייטאג איבער די בזיון פון די בית החיים און דערביי גערופן צו אונטערנעמען שריט אז דאס זאל מער נישט פאסירן.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

יעצט אין שווייץ זענען 2 אידן אריין געווארפן געווארן אין וואסער פארן האבן א מ''י פאן.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס ארום די וועלט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מאסקווע - הונדערטער אידן האבן זיך דעם ערב שבת נאכמיטאג פארזאמלט אין די גרויסע שוהל אין מאסקווע זיך צו מיטפרייען מיט די שמחת התורה פון אריינברענגען א נייע ספר תורה אין זכות פון די שנעלע באפרייאונג פון די פארכאפטע משכונות וואס געפונען זיך אין כאמאס געפענגעניש אין עזה, די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן דורך ר׳ עקיבא ניסן וואלף אסטרוב וואס איז איינע פון די מתפללים אין שוהל פאר לאנגע יארן.

פארן זמן כניסת השבת איז פארגעקומען די מעמד כתיבת האותיות וואו דער הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט"א האט געשריבן די לעצטע אות, דערנאך איז מען ארויס אין פרייליכע טענץ און באגלייט דעם ספר תורה ביזן ארון הקודש.
שרייב פאוסט