► Show Spoiler
נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 21, 2024 7:40 pm רבי נחמן בידערמאן איז א צדיק פון א איד, איך קען אים, איך האב שוין געהערט אויסרימען יעדע איד מיט אלע סארט שבחים, אבי צו געבן א גוטע געפיל פאר א איד.
די שטיקל דא דערמאנט מיך פון די ספר שבחו של צדיק ווי מען שטיקלט ארויס האלבע ווערטער, און מען דרייט דאס אזוי אז יעדער זאל האבן געווען א ברעסלאווער, דא אויך ברענגט מען נאך כאילו די אויסזעהן זאל זיין אז אלעס איז פון זיין זיידע, און מען זאל ווערן אינגאנצן צומישט וואס איז פונעם זיידן און וואס איז פון זיך.
און נאכאמאל, איך האב אמאל געהערט פון א דערהויבענע קארלינע חסיד (אויף די פארנעם פון רבי נחמן בידערמאן) אויך אזעלכע ווערטער ווי אז אלעס טרעפט מען אין בית אהרן, ממש אזא רופא נפשות די בית אהרן, שוין 200 יאר און דאך זענען זיינע עצות אזוי רעלאוואנט ממש ווי עס וואלט געזאגט געווארן פאר היינטיגע צייטן. און די שפראך קען מען ניצן אויף הונדערטער ספרים. (גראדע אין די קונטרס אויבן ברענגט מען גראדע אפאר דוגמאות פון זאכן וואס שטייט אין ליקוטי מוהר"ן און רבי נתן שרייבט אז בדורינו דארף מען זיך פירן אביסל אנדערש, סאו איז אלע עצות אלעמאל נוגע אדער אסאך מאל דארף מען פרעגן א רבי'ן וועלכע עצה יעצט צו ניצן און וועלכע נישט, די תירוץ איז נוגע פונקט אזוי ביי ספרי ברעסלאוו ווי ביי אנדערע ספרים).
און פארשטייט זיך אז ברבים שרייבט מען נאר די שבחים, מה שאין כן די שארפע ווערטער וואס אסאך צדיקים האבן זיך אויסגעדריקט אויף די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג [וואס א יסוד און עיקר נקודה פון די באוועגונג איז אז יעדער איז משועבד צו רבי נחמן און די אלע אנדערע זענען גארנישט ווייל זיי האבן נישט זוכה געווען צו די אור פון ננמ"ח] וואלט מען געקענט פון דעם אליינס מאכן א קונטרס.
די צדיקים, רבי מאטל סלאנימער, די בעלזא רב רבי ישכר דוב, רבי הערשעלע ספינקא'ר, די טאשער רבי, די טשערנאבלע צדיקים און נאך און נאך, איז דא פון זיי אסאך מימרות אנטקעגן די גאנצע באוועגונג, נאר דאס ברענגט מען נישט אראפ דא ברבים, אבער עס איז דא אסאך מימרות ווי מען זעט אז זיי האבן בכלל נישט גורס געווען די גאנצע באוועגונג פון ברעסלאוו.
איי מען קען טרעפן אין זייערע ספרים אויך גוטע זאכן? האבן זיי געהאלטן אז וויבאלד מען טרעפט דארט אין ברעסלאוו אויך דברים תמוהים והמ"י, זאל מען בעסער בכלל נישט גיין אויף דעם דרך, און די גוטע זאכן קען מען פונקט אזוי טרעפן אין אנדערע ספרים, און נאך סאך מער.
אפשר טאקע איז צייט צו אויף צו מאכען אשכולות לפי דיין טעיסט, ברענג אראפ די דברים קדושים וואס ס’רעדט צו דיר, אפשר קענען נאך אידן הנאה האבען. (עס לאנג ס’נישט אקעגען צדיקים.)
אבער ביטע, אפשר לאז פריי די אשכול פאר די אידען וואס האלטען אנדערשט ווי אייך.
והכול על מקומו יבוא בשלום.