"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 158

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

איינער מיט דיטעילס וועגן דעי מארגעדש?
פיילס
09-15-24-היום-יום-זונטאג-תבא_4.jpg
09-15-24-היום-יום-זונטאג-תבא_4.jpg (134.1 KiB) געזען געווארן 1365 מאל
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע די דעפאזיטס, די לעצטע פאר יאר האט דער עולם געבעטן 150 דעפאזיט פאר א גרויסע דירה, יעצט מיט די נייע ביליגע פרייז פער ס"פ קוקט אויס ווי די דאון פעימענט גייט ארויף צו 200 פאר א גרויסע און 150 פאר א קליינע דירה (כמובן צו שפארן קאנסטראקשן לאונס).

ס'איז אבער גוט צו וויסן א ידיעה וואס קען אפשר גרינגער מאכן צו טרעפן אן הלואה:

ווען ס'קומט צום קלאוזן קענסטו צוריק באקומען דאס געלט. אויב ווערסטו אפראווד פאר א מארטגעדזש פון די גאנצע פרייז מיינוס 50 אלפים (סתם א משל), קענסטו נעמען אזא מארטגעדזש און באקומסט צוריק פונעם דעוועלאפער 150 פון דיין 200 דעפאזיט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:35 pm
האקט א טאג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:08 pm ק/פ פון אלד מאנרא



די לעצטערע יארן האט די ווילעדזש ארויפגעווארפן די אינפעסטראקטשער ארום אויף די דעוועלאופערס. אין פרידנס צייטן איז דאס א נארמאלע בקשה, דו בויסט א דעוועלאפמענט באצאל די קאסטן ארום.

אבער מיט די יעצטיגע אינטערעסט ראטעס פון 13-15% האט דאס ממש אויסגעטרינקן די דעוועלאפערס. און אפגערעדט אז די ועד הקריה/קאנעקשאן פי וואס מ'דארף באצאלן פון פאראויס באצאלט מען שוין אינטערעסט פון דעי וואן.

ווער באצאלט עס? די ענדגילטיגער קויפער, און אפילו אזוי זענען עטליכע דעוועלאפמענטס ארויס כמעט נקי מכל וויבאלד די דעפאזיטס איז נאך גענומען געווארן פאר די אינטערעסט ראטעס.

יעצט רעדט מען אבער אז די ווילעדזש וועט פארהאנדלען אויף די ועד הקריה אפצאל אז עס זאל קענען זיין מער שפעטער, און אזוי אויך וועלן זיי איבערנעמען די אינפעסטראקטשער פון אלע דעוועלאפמענטס וואס שרייבן אונטער די דיעל, אנשטאט דעם וועלן זיי ארויסנעמען ביליגע לאונס אדער באנדס וואס וועט ווערן צעטיילט פאר אלע איינוואוינער אויפן טעקס ביל.

לויט די יעצטיגע פלאן וועלן די דעוועלאופערס נאך מאכן מער געלט ווי ביז יעצט!

טיפיקל אייווע.....

להד"ם, נישט די רישא, נישט די סיפא, נישט די מציעתא.

אבער עס איז ערב שבת, אי"ה נאך שבת וועל איך ענטפערן מער ספעציפיש.

לאמיר גיין צו אלע נקודות וואס ווערן דא דערמאנט, און געבן די פאקטן:




ועד הקרי' FEE מיט אינטערעסט פון דעי וואן = נישטא אזא זאך

עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א ועד הקרי' FEE. קיין איין בילדער גיבט ליידער נישט קיין דאלאר פאר די מוסדות פון די שטאט... להד"ם. (די תקנה פון ברך משה זי"ע איז נאר געווארן אויסגעפירט די 10 יאר ווען קרית יואל איז געווען אונטער א מאראטאריום מטעם די קאונטי, ואכמ"ל).




יעצט פארהאנדלט די ווילעדזש אז די ועד הקרי' FEE זאל זיין שפעטער, צו שפארן די אינטערעסט = ווידער להד"ם

די ווילעדזש פירט נישט די ועד הקרי', נאר די מוסדות. אבער איך שיהי' איז די גאנצע זאך א אויפגעטראכטע געשיכטע ווי שוין געזאגט.




די אינפראסרוקטור און טרעפיק קאסטן גייט ארויפגיין אויף יעדנס טעקס ביל אנשטאט די דעוועלאפער = נישט יושר, און נישט אמת

ער שרייבט אז ביז היינט האט דער ווילעדזש "ארויפגעווארפן" די אינפראסטרוקטור אויף די דעוועלאפער. וואס מיינט ארויפגעווארפן? ס'איז פאקטיש דעם דעוועלאפערס ארבעט, פארוואס זאל עס א צווייטער באצאלן? פארוואס זאל ר' יוזפא לאנדא, אדער ר' עקיבא הערש קליין, אדער ר' חיים נחום ווערצבערגער, בויען א פראדזשעקט, און די טרעפיק וואס דער פראדזשעקט ברענגט זאל באצאלט ווערן דורך מיר און דיר מיט א טייערערע טעקס ביל? אפשר זאל אונזער טעקס אויך דארפן באצאלן די לאונס פון די דעוועלאפער?...

וויאזוי ארבעט עס טאקע יא?

יעדער וואס בויט א גרעסערע פראיעקט, דארף דורכפירן א "סיקרע" שטודיע. א חלק פון די שטודיע איז "טרעפיק", און דער אינדזשעניר דארף פארשלאגן וויאזוי די צוגעלייגטע טרעפיק גייט ווערן מסודר.

דער ווילעדזש נעמט אויף דעם שטודיע, און זיי אפראוון עס, באגלייטן עס, ארבעטן עס אויס, באשליסן אויב צו מאכן תיקונים, אא"וו.

יעצט, אלע טרעפיק פארשלאגן וואס זענען דירעקט פארבינדן מיט'ן דעוועלאפעמנט, און דער דעוועלאפערס אינדזשעניר האט עס פארגעשלאגן, דארף דער דעוועלאפער אויספירן כדי צו קענען באקומען פערמיטס. דאס איז דער נארמאלער סדר.

ווען די דירות קאמיטע האט גערעכנט די קאסט פער ס"פ, און ס'איז אויסגעקומען פאר די ביז היינטיגע סטענדערד צו קאסטן ערגעץ נאנט צו $300, האט עס טאקע אריינגערעכנט אויך דאס. ס'איז א חלק פון די הוצאות פון יעדע גרויסע פראיעקט, א טייל פון די אינפראסטרוקטור וואס א דירה און א בילדינג דארף האבן.

סוי די ווילעדזש "ווארפט נישט" ארויף, נאר ס'איז נאטורליך דעם דעוועלאפערס אחריות און פליכט ער קען נישט אראפלייגן אפאר בילדינגס און איבערלאזן א מעסס ארום און ארום, און נאכדעם זאל מען העכערן טעקס פאר די גאנצע שטאט עס צו באצאלן. עס ארבעט נישט אין ערגעץ אזוי, און ס'איז נישט מן היושר.



עס איז געווארן א טויש אין די פארלאנגען פונעם דעוועלאפער = נישט ריכטיג

לאור הנ"ל איז פארשטענדליך אז ס'איז נישט געווארן קיין שום טויש, יעדע דעוועלאפער דארף אליינס באצאלן זיין פראיעקט...

אויב עפעס קען זיין אז ער בויט אויפ'ן פאקט אז ס'איז דא געוויסע פרטים וואס ר' יוזפא לאנדא גייט נישט דארפן באצאלן, און ער מיינט אז ס'האט מיט דעם. וועל איך עס מסביר זיין לויט ווי איך האב עס פארשטאנען:

אין טרעפיק איז דא 2 חלקים. ס'איז דא "דריקטע רעזולטאט" טרעפיק, און ס'איז דא "אומדירעקטע".

למשל. ביי בעיקערטאון, וואו ר' חיים נחום גייט בויען, איז יענע חלק בעיקערטאון ראוד אויף זיין פלען, און ווערט "דירעקט" אפעקטירט פון זיין פראיעקט, פון זיינע צוגעלייגטע דרייוו-וועיס, וכדומה:
לענדמארק שעטויס - בעיקערטאון.jpg
לענדמארק שעטויס - בעיקערטאון.jpg (182.32 KiB) געזען געווארן 1320 מאל
אין אזא פאל איז עס אינגאנצן דעם דעוועלאפערס הוצאה.

ווידער ווען ס'איז "אומדירעקט", למשל ביי חברון, וואו ר' יוזפא לאנדא בויט, איז דא חלקים פון קאונטי רוט 44 (מאונטעין) וואס דארף צובאקומען לעינס ועוד:
פאלם טרי עסטעיטס - חברון.jpg
פאלם טרי עסטעיטס - חברון.jpg (261.26 KiB) געזען געווארן 1320 מאל
אבער נישט אלעס איז ממש קאנעקטעד צו זיין דעוועלאפמענט, נאר ס'איז א אומדירעקטע גורם. אזא פאל פארהאנדלט מען, מען בעט נישט ממש אלעס פונעם דעוועלאפער, און דער ווילעדזש נעמט אויף זיך די קאסטן פון די איבריגע, אדער דורך טעקסעס אדער דורך שאפן גרענטס, ווייל ס'האט פארט א גבול ביז ווי ווייט מ'קען פארלאנגען פונעם דעוועלאפער, ווען ס'איז נישט ממש דירעקט.

למשל טאקע דא אינעם חברון פלען, קען מען זען אז ס'איז דא א נייע רויט לייט ביים וועג אריין צו ניקלשבורג. דאס האט די ווילידזש זיך נישט געשטעלט אז יוזפא זאל עס פינאנצירן, כאטש אנדערע חלקים דארף ער יא.

עכ"פ דאס איז דער נארמאלער פראצעדור, כאז כן עתה, און אלעס גייט מיט'ן גרעסטן דרך הישר, און מ'גייט בע"ה 'נישט' דארפן העכערן קיין טעקסעס וועגן די נייע דירות פרייזן.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 158

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:39 pm בנוגע די דעפאזיטס, די לעצטע פאר יאר האט דער עולם געבעטן 150 דעפאזיט פאר א גרויסע דירה, יעצט מיט די נייע ביליגע פרייז פער ס"פ קוקט אויס ווי די דאון פעימענט גייט ארויף צו 200 פאר א גרויסע און 150 פאר א קליינע דירה (כמובן צו שפארן קאנסטראקשן לאונס).

ס'איז אבער גוט צו וויסן א ידיעה וואס קען אפשר גרינגער מאכן צו טרעפן אן הלואה:

ווען ס'קומט צום קלאוזן קענסטו צוריק באקומען דאס געלט. אויב ווערסטו אפראווד פאר א מארטגעדזש פון די גאנצע פרייז מיינוס 50 אלפים (סתם א משל), קענסטו נעמען אזא מארטגעדזש און באקומסט צוריק פונעם דעוועלאפער 150 פון דיין 200 דעפאזיט.
די לעצטע פאר יאר האט מען געבעטן 100k ביים סיינען און נאך 50k ביים גיסען די פאנדעשען
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 340
פארבינד זיך:

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך הימל »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:39 pm בנוגע די דעפאזיטס, די לעצטע פאר יאר האט דער עולם געבעטן 150 דעפאזיט פאר א גרויסע דירה, יעצט מיט די נייע ביליגע פרייז פער ס"פ קוקט אויס ווי די דאון פעימענט גייט ארויף צו 200 פאר א גרויסע און 150 פאר א קליינע דירה (כמובן צו שפארן קאנסטראקשן לאונס).

ס'איז אבער גוט צו וויסן א ידיעה וואס קען אפשר גרינגער מאכן צו טרעפן אן הלואה:

ווען ס'קומט צום קלאוזן קענסטו צוריק באקומען דאס געלט. אויב ווערסטו אפראווד פאר א מארטגעדזש פון די גאנצע פרייז מיינוס 50 אלפים (סתם א משל), קענסטו נעמען אזא מארטגעדזש און באקומסט צוריק פונעם דעוועלאפער 150 פון דיין 200 דעפאזיט.
אראפלייגן צוויי הונדערט טויזענט דאלער איז עפארדעבאל??
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

איך וויל פרעג עפעס אויב איינער ווייסט די ענפער
סגייט בלייבן אז יעדער מיז בעטן 300 ניש קיין חילוק עני דיטעלס ארום?
סמאכט סענץ?

כווייס פשוט פין אפאר אינוועסטערס וואס האבן געהאלטן אינמיטן פלענס צי בויען אויף אפאר לאטס איבער די שטעטל
יעצט האבן זיי זיך ארויסגעצויגן ווייל לויט וויפול זיי האבן געצאלט פאר די לאט וועלן זיי ענדיגן מיט א מיינעס טאמער סגייט פאר 300
סאו סהאט זעך עקשולי אגעשטעלט
זיי גייען ניש בויען
איך האלט סנישט שכלדיג מדארף מאכן א חיליק פון גרויסע שטחים צי קלענערע און ווייטע אדער נאנטע
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

Monroe On Scene האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:10 am איך וויל פרעג עפעס אויב איינער ווייסט די ענפער
סגייט בלייבן אז יעדער מיז בעטן 300 ניש קיין חילוק עני דיטעלס ארום?
סמאכט סענץ?

כווייס פשוט פין אפאר אינוועסטערס וואס האבן געהאלטן אינמיטן פלענס צי בויען אויף אפאר לאטס איבער די שטעטל
יעצט האבן זיי זיך ארויסגעצויגן ווייל לויט וויפול זיי האבן געצאלט פאר די לאט וועלן זיי ענדיגן מיט א מיינעס טאמער סגייט פאר 300
סאו סהאט זעך עקשולי אגעשטעלט
זיי גייען ניש בויען
איך האלט סנישט שכלדיג מדארף מאכן א חיליק פון גרויסע שטחים צי קלענערע און ווייטע אדער נאנטע
לויט ווי איך האב פארשטאנען מעג מען בעטן מער פאר אפגרעידס, אבער עס מוז זיין א אפשאן צו האבן דעם זעלבן דירה פאר $300 א ס"פ אויב דער קונה וויל, אזוי זאגט ר' יוזפא לאנדא אין זיין באקאנטע וואויסנאוט. סאו פאר איינעם וואס עס לוינט נישט צו בויען פאר 300 לוינט זיך נישט צו בויען פאר טייערער מיט אפגרעידס לכאורה.

בכלליות האט מען אריינגערעכנט אינעם קאסט די נארמאלע פרייז וואס א לאט דארף צו קאסטן, נישט 10M פאר אן עיקער, און איינס פון די אויפטוען איז טאקע אז די פרייזן פאר שטחים וועלן מוזן זיין רעאליסטיש. וויפיל מען האט יא גערעכנט ווייס איך נישט (@דער תהילים איד?)

און דו ביסט גערעכט אז בויען איינצלנע בנינים נאכן אראפווארפן אלטע ווערט אסאך שווערער און אסאך טענהן אז עס לוינט זיך מער נישט, אלס תקנה מאכט עס סענס, אז מען לאזט בעטן טייערער פאר איינעם פארוואס זאל נישט יעדער מעגן בעטן? אויב דארף איך קוקן לויט די קאסט פון יעדעם בילדער באזונדער וויאזוי קען מען בכלל מאכן תקנות? אין יעדע אזא פאל פון תקנות איז דא וואס דערלייגן לטובת הכלל, און דאס דארף א דעת תורה וואס אונז האב מיר ב"ה.
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

יאנטשי זאגסט גוט אבער כגיי מסביר זיין
איך מיין אז סעט נישט זיין א טובה אז אלע לאטס אין צענטער גייען מיזן בלייבן ליידיג
און דעיס געשעט יעצט איך ווייס פין כאטשיג איינער וואס האט געמאכט די קאלקעלעשן און זיך ארויסגעצויגן פון אפאר פלענער

נאר וואס איז א עצה
ביי די עפארדעבל געזעץ אפאר יאר צוריק איז געווען עפעס א מינימים פין דירות צי ווערן מחוייב ציצישטעלן עפארדעבל
כמיין מקען דא מאכן די זעלבע
למשל אז אינטער 20 דירות זאל זיין עקספעלד אדער עטליסט האבן א דיפרענט פרייז

אויך קען מען מאכן א חיליק פין געגנטער למשל וועם גייט אן אז אויף גארפילד זאלן נאר קויפן עשירים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 9:45 am איינס פון די אויפטוען איז טאקע אז די פרייזן פאר שטחים וועלן מוזן זיין רעאליסטיש. וויפיל מען האט יא גערעכנט ווייס איך נישט (@דער תהילים איד?)
רייט, מ'קען זאגן אז ס'איז איינס פון די הויפט צילן. די שטחים פרייזן און דירות פרייזן זענען געגאנגען ווי די קאקאש קעיק מיט מילעך... איינס האט געהויבן די צווייטע ווי משוגע. ס'איז דא א באקאנטע לאט אויפ'ן מארקעט וואס האט שוין געהאלטן ביי 150 א בילדעבל סקווער פיס רח"ל... און דאס קען מער נישט פאסירן יעצט בע"ה.

וויפיל די ועד האט יא גערעכנט איז די פרייז וואס די יעצטיגע בילדערס האבן געצאלט, עכ"פ די עוורידזש פון צווישן זיי. די האפענונג איז טאקע אז די וואס וועלן קויפן לאטס בעתיד וועלן שוין קענען צאלן ווייניגער, און דעמאלס וועט מען קענען מאכן באקוועמע ריוח פון $300 ווי דער רבי מהר"א האט געזאגט כ"ו אב (עכ"פ מיט די רעדוצירטע סטאנדארטן און אויסגאבן).
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

מארק מיי ווארס, אין א שטיק צייט וועט זיך צוריק אנהייבן לוינען צו בויען אזאלכע פראיעקטן, צו ווייל דער ועד וועט טאקע מאכן א אויסנאם, צו וועלן זיך די בילדער צולערנען וויאזוי צו בויען און יא מאכן געלט. צו אנדערע וועגן וויאזוי זיי וועלן מאכן געלט.

למשל, ביז היינט האט מען געבויט די מערסטע ס"פ מעגליך, אפגעזען די קאסט פער ס"פ, פון היינט וועט מען פרעפערן עס זאל קאסטן ווייניגער פער סקווער פוס.
ווערווייס
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 126

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך ווערווייס »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 7:11 pm

ועד הקרי' FEE מיט אינטערעסט פון דעי וואן = נישטא אזא זאך

עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א ועד הקרי' FEE. קיין איין בילדער גיבט ליידער נישט קיין דאלאר פאר די מוסדות פון די שטאט... להד"ם. (די תקנה פון ברך משה זי"ע איז נאר געווארן אויסגעפירט די 10 יאר ווען קרית יואל איז געווען אונטער א מאראטאריום מטעם די קאונטי, ואכמ"ל).
אפשר ביסטו מער מסביר מיט דעטאלן, אישי איז אויך גוט
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 577
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1040

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

@Monroe On Scene, יעדע תקנה קומט מיט פעלער ווי די תקנה מאכט שאדן. אנגעהויבן ביי תקנות פון א מוסד און געענדיגט ביי סטאר פאליסיס. דאס איז די מציאות.
דארפסט משלים? נישט אננעמען קינדער אין מוסד פון א פרוי וואס דרייווט, קען זיין אז א וואוילע אומשילדיגע אינגל פון א צובראכענע משפחה גייט נישט האבן ווי צו לערנען און ער גייט מוזן גיין אין א שוואכע מוסד. די סטאר וואס האט נישט צוריקגענומען א ריטערן אויף א סיזענאל אייטעם וואס האט געקאסט צוויי הונדערט דאלער האט פארלוירן א קאסטומער וואס סווייפט אראפ אפאר אלפים א יאר.

יעדער פארשטייט אבער אז די מוסד דארף האבן תקנות און די סטאר דארף האבן פאליסיס, ווייל אז נישט פארן זאכן אוט אוו קאנטראל. און פארשטייט זיך אז פון איין זייט איז דאס די שליסל צו סוקסעס און פון די אנדערע זייט דארף מען טאקע אראפשלינגען די קאנסעקווענצן וואס דאס ברענגט.

די תקנה פון 300 א סק. פיס איז נישט קיין שאלה בכלל צו סאיז א טובה. נאך פארן אנהייבן פארקויפן פאר די פרייז האט עס שוין געגעבן א שאקל דעם גאנצן דירות מארקעט. לאטס גייען זיך שוין נישט קענען פארקויפן פון 5 מיליאן א האלבע עיקער, פליפערס גייען נישט קענען קויפן און פארקויפן א יאר שפעטער פאר 200 טויזענט מער, והעיקר אז מענטשן וואס זוכן ווי צו וואוינען זאל קענען קויפן פאר זיך א דירה וואס איז מעגליך צו באצאלן.
איי אין געוויסע פעלער גייט זיך נישט לוינען פאר די אינוועסטאר צו בויען? דאס איז די פרייז וואס די תקנה קאסט. פארפאלן.
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 156

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך האקט א טאג »

@דער תהלים איד דעיס איז יא אמת? שטייט אויף אייוועלט

שמעתי אז מ'האט מוותר געווען פאר ליוולענד די 6000 דאלער פער דירה פאר די קאמיוניטי רום ביי די חברון דירות כדי זיי צו שפארן געלט כדי צו קענען בעטן 300 דאלעראון אויך ווייל זיי האבן געבויט בית כהנא
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:09 am יאנטשי זאגסט גוט אבער כגיי מסביר זיין
איך מיין אז סעט נישט זיין א טובה אז אלע לאטס אין צענטער גייען מיזן בלייבן ליידיג
און דעיס געשעט יעצט איך ווייס פין כאטשיג איינער וואס האט געמאכט די קאלקעלעשן און זיך ארויסגעצויגן פון אפאר פלענער

נאר וואס איז א עצה
ביי די עפארדעבל געזעץ אפאר יאר צוריק איז געווען עפעס א מינימים פין דירות צי ווערן מחוייב ציצישטעלן עפארדעבל
כמיין מקען דא מאכן די זעלבע
למשל אז אינטער 20 דירות זאל זיין עקספעלד אדער עטליסט האבן א דיפרענט פרייז

אויך קען מען מאכן א חיליק פין געגנטער למשל וועם גייט אן אז אויף גארפילד זאלן נאר קויפן עשירים
איין מאל מהייבט אן געבן אויסוועגן איז אין לדבר סוף.

מיר אלע, פשוטע קרית יואלע אינגעלייט, האבן געבלוטיגט ווען מיר האבן געהערט פאר וויפיל מיליאנען עס פארקויפן זיך לאטס אין קרית יואל. דאן האבן מיר אלע דערלייגט די מעגליכקייט צו קויפן א דירה.

די איינציגסטע וועג עס צוריקצודרייען איז, אנפארטשענעטלי, אריבערפארן די מייקרי השער.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

האקט א טאג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:27 am @דער תהלים איד דעיס איז יא אמת? שטייט אויף אייוועלט

שמעתי אז מ'האט מוותר געווען פאר ליוולענד די 6000 דאלער פער דירה פאר די קאמיוניטי רום ביי די חברון דירות כדי זיי צו שפארן געלט כדי צו קענען בעטן 300 דאלעראון אויך ווייל זיי האבן געבויט בית כהנא
כרגיל איז דער ענטפער... להד"ם.

יוזפא לאנדא מוז געבן א קאמיונעטי רום פונקט ווי יעדן. דאס יא, די וואס האבן אים פארקויפט די לאט, משפחת בערקאוויטש, האבן זיך אויסגענומען אז די שול גייען זיי מענעדזשן, זיי ווילן דארט אפקויפן נאך זכותים על שם זייער טאטן.

(ס'איז נאך מוטל בספק צו עס וועט זיין א קאמיונעטי רום אינעם בנין, אדער געלט וואס וועט העלפן בויען א אנדערע גרעסערע שול אין די געגנט)

ועל הכלל כולו יצא, אויף אלע שמועות פורחות. מ'האט נישט געמאכט א תקנה צו צוברעכן אלע פריערדיגע, ווייל די פריערדיגע איז אויך געמאכט געווארן בלויז ווייל ס'איז וויכטיג. ס'נישטא קיין שום ארומיגע שינויים יעצט, נאר דאס אז מען קען נישט יעצט באקומען א סייט פלען אפראוועל נאר אויב מען בויט פאר ביליג.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

הימל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 11:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:39 pm בנוגע די דעפאזיטס, די לעצטע פאר יאר האט דער עולם געבעטן 150 דעפאזיט פאר א גרויסע דירה, יעצט מיט די נייע ביליגע פרייז פער ס"פ קוקט אויס ווי די דאון פעימענט גייט ארויף צו 200 פאר א גרויסע און 150 פאר א קליינע דירה (כמובן צו שפארן קאנסטראקשן לאונס).

ס'איז אבער גוט צו וויסן א ידיעה וואס קען אפשר גרינגער מאכן צו טרעפן אן הלואה:

ווען ס'קומט צום קלאוזן קענסטו צוריק באקומען דאס געלט. אויב ווערסטו אפראווד פאר א מארטגעדזש פון די גאנצע פרייז מיינוס 50 אלפים (סתם א משל), קענסטו נעמען אזא מארטגעדזש און באקומסט צוריק פונעם דעוועלאפער 150 פון דיין 200 דעפאזיט.
אראפלייגן צוויי הונדערט טויזענט דאלער איז עפארדעבאל??
איך האב די זעלבע שאלה, 200K איז נישט נארמאל. רוב אינגעלייט קענען זיך דאס נישט עפארדן.

ביז יעצט איז נישט געווען 150K עס איז געווען 100K אדער פאר וויפיהל דו ביסט געווארן אפראוועד פאר א מארטגעדזש.

ווען די רבי האט גערעדט פון קאסט פרייז דירות, האט מען גערעדט פון אראפ נעמען אלע אפגרעדס, יעצט גייען די דירות ווערן געבויעט אויפן רבין'ס סטאנדארט פאר ביליגער
אבער נישט פאר קאסט פרייז. וואס איז זייער גוט, אבער פארוואס נעמען מער פון 125/150.

די אלע וואס האבן געהאט 200K דאון האבן בדרך כלל נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן קויפן ביז יעצט.
אברהם העיברי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
x 7

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אברהם העיברי »

קען איינער קאנפירמען אויב דאס איז אמת?
דאס איז א שטארקע חסרון. רוב יונגעלייט קענען דאס נישט צאמקראצן.

הגם, סאיז יתכן אז דאס אליינס העט גורם זיין אז די בילדערס העלן מוזן אראפגיין.
ד.ה. פארקויפן פאר אינוועסטארס טאר מען דאך נישט, און בעטן 2 מאות פונעם עמך איד קען מען דאך נישט...

כווייס נישט.
אברהם העיברי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
x 7

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אברהם העיברי »

@פארנומען האקט.
נאכאמאל... 300 איז נישט ביליג. מקען מאכן אסאך געלט. נישט אזוי זאך ווי פארדעים. אבער אסאך קען מען נאך.
סאו פאר דעי וואס לייגט עס אראפ כאילו מהאט פשוט נישט קיין ברירה.. קאם אן...
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

אברהם העיברי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:02 pm
ד.ה. פארקויפן פאר אינוועסטארס טאר מען דאך נישט, און בעטן 2 מאות פונעם עמך איד קען מען דאך נישט...

כווייס נישט.
דערווייל האט נאר עקיבא הערש געזאגט אז ער וועט נישט געבן פאר אינוועסטערס, לויט די דרשה כו אב

מעגליך אנדערע וועלן יא געבן
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 577
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1040

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

אברהם העיברי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:04 pm @פארנומען האקט.
נאכאמאל... 300 איז נישט ביליג. מקען מאכן אסאך געלט. נישט אזוי זאך ווי פארדעים. אבער אסאך קען מען נאך.
סאו פאר דעי וואס לייגט עס אראפ כאילו מהאט פשוט נישט קיין ברירה.. קאם אן...
דו האסט שוין געבויעט אמאל אז דו ווייסט? דעמאלטס קען מען דאך די תקנה אז מטאר נישט בעטן מער ווי 250 א ספ?
אברהם העיברי
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
x 7

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אברהם העיברי »

גראסערי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:11 pm
אברהם העיברי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:02 pm
ד.ה. פארקויפן פאר אינוועסטארס טאר מען דאך נישט, און בעטן 2 מאות פונעם עמך איד קען מען דאך נישט...

כווייס נישט.
דערווייל האט נאר עקיבא הערש געזאגט אז ער וועט נישט געבן פאר אינוועסטערס, לויט די דרשה כו אב

מעגליך אנדערע וועלן יא געבן
איז דאס נישט א חלק פון די תקנות?
אם לא כן מה הועילו חכמים בתקנתן
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הימל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 11:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:39 pm בנוגע די דעפאזיטס, די לעצטע פאר יאר האט דער עולם געבעטן 150 דעפאזיט פאר א גרויסע דירה, יעצט מיט די נייע ביליגע פרייז פער ס"פ קוקט אויס ווי די דאון פעימענט גייט ארויף צו 200 פאר א גרויסע און 150 פאר א קליינע דירה (כמובן צו שפארן קאנסטראקשן לאונס).

ס'איז אבער גוט צו וויסן א ידיעה וואס קען אפשר גרינגער מאכן צו טרעפן אן הלואה:

ווען ס'קומט צום קלאוזן קענסטו צוריק באקומען דאס געלט. אויב ווערסטו אפראווד פאר א מארטגעדזש פון די גאנצע פרייז מיינוס 50 אלפים (סתם א משל), קענסטו נעמען אזא מארטגעדזש און באקומסט צוריק פונעם דעוועלאפער 150 פון דיין 200 דעפאזיט.
אראפלייגן צוויי הונדערט טויזענט דאלער איז עפארדעבאל??
די שאלה דערפון איז נישט די ווארט עפארדעבל, די שאלה איז מעגליך אדער אוממעגליך. אז די דירה איז ביליג איז עס עפארדעבל, נאר אז די דעפאזיט איז צו הויעך ווערט עס אוממעגליך צוצוקומען דערצו. אפשר וועלן די גמ"חן אנהייבן בארגן מער? איך טראכט נאר. ווען מען האט גערעדט פון די פלאן צי באצאלן צוביסלעך ביזן ענדיגן בויען האט מען געשמועסט פון אזא פלאן. איין זאך אבער יא, דאס וואס ער שרייבט אז מ'קען עס צוריק באקומען ביים קלאוזן מאכט עס טאקע אסאך גרינגער. מען קען בארגן פון א קרוב אויף 2-3 יאר מיט א היפשע פארזיכערטע וועג צוריק.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

אברהם העיברי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:13 pm
גראסערי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:11 pm
אברהם העיברי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:02 pm
ד.ה. פארקויפן פאר אינוועסטארס טאר מען דאך נישט, און בעטן 2 מאות פונעם עמך איד קען מען דאך נישט...

כווייס נישט.
דערווייל האט נאר עקיבא הערש געזאגט אז ער וועט נישט געבן פאר אינוועסטערס, לויט די דרשה כו אב

מעגליך אנדערע וועלן יא געבן
איז דאס נישט א חלק פון די תקנות?
אם לא כן מה הועילו חכמים בתקנתן
איך ווייס נישט וואס די תקנה מיט אינוועסטערס וועט זיין, אבער איך גלייב נישט אז מען גייט דאס בלאקן אינגאנצען ווייל עס איז אייבוג דא מענטשן וואס דארפן דינגן

מעגליך מען וועט מאכן א געפ אויף די רענט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

image.png
image.png (50.58 KiB) געזען געווארן 672 מאל
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 158

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:27 pm image.png
ב”ה
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
שרייב פאוסט