דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:35 pm
האקט א טאג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:08 pm
ק/פ פון אלד מאנרא
די לעצטערע יארן האט די ווילעדזש ארויפגעווארפן די אינפעסטראקטשער ארום אויף די דעוועלאופערס. אין פרידנס צייטן איז דאס א נארמאלע בקשה, דו בויסט א דעוועלאפמענט באצאל די קאסטן ארום.
אבער מיט די יעצטיגע אינטערעסט ראטעס פון 13-15% האט דאס ממש אויסגעטרינקן די דעוועלאפערס. און אפגערעדט אז די ועד הקריה/קאנעקשאן פי וואס מ'דארף באצאלן פון פאראויס באצאלט מען שוין אינטערעסט פון דעי וואן.
ווער באצאלט עס? די ענדגילטיגער קויפער, און אפילו אזוי זענען עטליכע דעוועלאפמענטס ארויס כמעט נקי מכל וויבאלד די דעפאזיטס איז נאך גענומען געווארן פאר די אינטערעסט ראטעס.
יעצט רעדט מען אבער אז די ווילעדזש וועט פארהאנדלען אויף די ועד הקריה אפצאל אז עס זאל קענען זיין מער שפעטער, און אזוי אויך וועלן זיי איבערנעמען די אינפעסטראקטשער פון אלע דעוועלאפמענטס וואס שרייבן אונטער די דיעל, אנשטאט דעם וועלן זיי ארויסנעמען ביליגע לאונס אדער באנדס וואס וועט ווערן צעטיילט פאר אלע איינוואוינער אויפן טעקס ביל.
לויט די יעצטיגע פלאן וועלן די דעוועלאופערס נאך מאכן מער געלט ווי ביז יעצט!
טיפיקל אייווע.....
להד"ם, נישט די רישא, נישט די סיפא, נישט די מציעתא.
אבער עס איז ערב שבת, אי"ה נאך שבת וועל איך ענטפערן מער ספעציפיש.
לאמיר גיין צו אלע נקודות וואס ווערן דא דערמאנט, און געבן די פאקטן:
ועד הקרי' FEE מיט אינטערעסט פון דעי וואן = נישטא אזא זאך
עס עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א ועד הקרי' FEE. קיין איין בילדער גיבט ליידער נישט קיין דאלאר פאר די מוסדות פון די שטאט... להד"ם. (די תקנה פון ברך משה זי"ע איז נאר געווארן אויסגעפירט די 10 יאר ווען קרית יואל איז געווען אונטער א מאראטאריום מטעם די קאונטי, ואכמ"ל).
יעצט פארהאנדלט די ווילעדזש אז די ועד הקרי' FEE זאל זיין שפעטער, צו שפארן די אינטערעסט = ווידער להד"ם
די ווילעדזש פירט נישט די ועד הקרי', נאר די מוסדות. אבער איך שיהי' איז די גאנצע זאך א אויפגעטראכטע געשיכטע ווי שוין געזאגט.
די אינפראסרוקטור און טרעפיק קאסטן גייט ארויפגיין אויף יעדנס טעקס ביל אנשטאט די דעוועלאפער = נישט יושר, און נישט אמת
ער שרייבט אז ביז היינט האט דער ווילעדזש "ארויפגעווארפן" די אינפראסטרוקטור אויף די דעוועלאפער. וואס מיינט ארויפגעווארפן? ס'איז פאקטיש דעם דעוועלאפערס ארבעט, פארוואס זאל עס א צווייטער באצאלן? פארוואס זאל ר' יוזפא לאנדא, אדער ר' עקיבא הערש קליין, אדער ר' חיים נחום ווערצבערגער, בויען א פראדזשעקט, און די טרעפיק וואס דער פראדזשעקט ברענגט זאל באצאלט ווערן דורך מיר און דיר מיט א טייערערע טעקס ביל? אפשר זאל אונזער טעקס אויך דארפן באצאלן די לאונס פון די דעוועלאפער?...
וויאזוי ארבעט עס טאקע יא?
יעדער וואס בויט א גרעסערע פראיעקט, דארף דורכפירן א "סיקרע" שטודיע. א חלק פון די שטודיע איז "טרעפיק", און דער אינדזשעניר דארף פארשלאגן וויאזוי די צוגעלייגטע טרעפיק גייט ווערן מסודר.
דער ווילעדזש נעמט אויף דעם שטודיע, און זיי אפראוון עס, באגלייטן עס, ארבעטן עס אויס, באשליסן אויב צו מאכן תיקונים, אא"וו.
יעצט, אלע טרעפיק פארשלאגן וואס זענען דירעקט פארבינדן מיט'ן דעוועלאפעמנט, און דער דעוועלאפערס אינדזשעניר האט עס פארגעשלאגן, דארף דער דעוועלאפער אויספירן כדי צו קענען באקומען פערמיטס. דאס איז דער נארמאלער סדר.
ווען די דירות קאמיטע האט גערעכנט די קאסט פער ס"פ, און ס'איז אויסגעקומען פאר די ביז היינטיגע סטענדערד צו קאסטן ערגעץ נאנט צו $300, האט עס טאקע אריינגערעכנט אויך דאס. ס'איז א חלק פון די הוצאות פון יעדע גרויסע פראיעקט, א טייל פון די אינפראסטרוקטור וואס א דירה און א בילדינג דארף האבן.
סוי די ווילעדזש "ווארפט נישט" ארויף, נאר ס'איז נאטורליך דעם דעוועלאפערס אחריות און פליכט ער קען נישט אראפלייגן אפאר בילדינגס און איבערלאזן א מעסס ארום און ארום, און נאכדעם זאל מען העכערן טעקס פאר די גאנצע שטאט עס צו באצאלן. עס ארבעט נישט אין ערגעץ אזוי, און ס'איז נישט מן היושר.
עס איז געווארן א טויש אין די פארלאנגען פונעם דעוועלאפער = נישט ריכטיג
לאור הנ"ל איז פארשטענדליך אז ס'איז נישט געווארן קיין שום טויש, יעדע דעוועלאפער דארף אליינס באצאלן זיין פראיעקט...
אויב עפעס קען זיין אז ער בויט אויפ'ן פאקט אז ס'איז דא געוויסע פרטים וואס ר' יוזפא לאנדא גייט נישט דארפן באצאלן, און ער מיינט אז ס'האט מיט דעם. וועל איך עס מסביר זיין לויט ווי איך האב עס פארשטאנען:
אין טרעפיק איז דא 2 חלקים. ס'איז דא "דריקטע רעזולטאט" טרעפיק, און ס'איז דא "אומדירעקטע".
למשל. ביי בעיקערטאון, וואו ר' חיים נחום גייט בויען, איז יענע חלק בעיקערטאון ראוד אויף זיין פלען, און ווערט "דירעקט" אפעקטירט פון זיין פראיעקט, פון זיינע צוגעלייגטע דרייוו-וועיס, וכדומה:
- לענדמארק שעטויס - בעיקערטאון.jpg (182.32 KiB) געזען געווארן 1353 מאל
אין אזא פאל איז עס אינגאנצן דעם דעוועלאפערס הוצאה.
ווידער ווען ס'איז "אומדירעקט", למשל ביי חברון, וואו ר' יוזפא לאנדא בויט, איז דא חלקים פון קאונטי רוט 44 (מאונטעין) וואס דארף צובאקומען לעינס ועוד:
- פאלם טרי עסטעיטס - חברון.jpg (261.26 KiB) געזען געווארן 1353 מאל
אבער נישט אלעס איז ממש קאנעקטעד צו זיין דעוועלאפמענט, נאר ס'איז א אומדירעקטע גורם. אזא פאל פארהאנדלט מען, מען בעט נישט ממש אלעס פונעם דעוועלאפער, און דער ווילעדזש נעמט אויף זיך די קאסטן פון די איבריגע, אדער דורך טעקסעס אדער דורך שאפן גרענטס, ווייל ס'האט פארט א גבול ביז ווי ווייט מ'קען פארלאנגען פונעם דעוועלאפער, ווען ס'איז נישט ממש דירעקט.
למשל טאקע דא אינעם חברון פלען, קען מען זען אז ס'איז דא א נייע רויט לייט ביים וועג אריין צו ניקלשבורג. דאס האט די ווילידזש זיך נישט געשטעלט אז יוזפא זאל עס פינאנצירן, כאטש אנדערע חלקים דארף ער יא.
עכ"פ דאס איז דער נארמאלער פראצעדור, כאז כן עתה, און אלעס גייט מיט'ן גרעסטן דרך הישר, און מ'גייט בע"ה 'נישט' דארפן העכערן קיין טעקסעס וועגן די נייע דירות פרייזן.