יורה דעות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 26, 2024 1:21 pm
מענין לענין, ס'דא א באוואוסטע חקירה פון ר' ישראל שניאור (ס'דא א באזונדערע אשכול אויף אים),
אויב מ'זעט איינער וויל זיך נעמען די לעבן צו מ'מעג אים הרג'נען מדין רודף.
ס'איז תלוי צו די דין פון הרג'נען א רודף איז ווייל מ'וויל ראטעווען די רודף פון א עבירה, אדער ראטעווען די נרדף פון מיתה.
קודם כל, עס איז כלל נישט קלאר אז א מאבד עצמו לדעת דארף מען בכלל מציל זיין. דער מנחת חינוך אין מצוה רל"ז קומץ מנחה האלט אז ס'איז נישטא קיין חיוב פון לא תעמוד און נישט פון והשבותו.
נאר וואס, דער מהר"ם מרוטנבורג (ד"פ ל"ט) שרייבט אז עס איז יא דא א חיוב. אבער עכ"פ, א חיוב מדין רודף האמיר נישט, בסך הכל לויטן מהר"ם איז דא א חיוב פון לא תעמוד, און לויט'ן מנחת חינוך דאס אויך נישט. אבער מדין רודף? מאן דכר שמיה? איז דא א מקור אז עס איז דא א חיוב מדין רודף? (ובאמת דנחלקו הפוסקים אם מחללין שבת להציל מאבד לדעת, ודעת הגאון רבי משה דמחללין)
צווייטענס, ביסטו שוין קלאר אז א מאבד עצמו לדעת האט בכלל א דין רוצח? דער מנחת חינוך אין מצוה ל"ד האלט נישט אזוי. עס האט נישט קיין שייכות מיט די איסור רציחה, נאר א לאו בפני עצמו, וכפשטות לשון חז"ל והרמב"ם. מהיכי תיתי אז ביי די איסור איז דא דיני רודף?
פון רש"י איז נישט קיין שום ראיה, די גמרא זאגט דאך קלאר אפגמה קפיד רחמנא. טאקע ווייל ביי בהמה און עבודה זרה איז נישט דא די דין. דאס וואס ער זאגט אויף די משנה מן העבירה איז נישט פשט מציל צו זיין פון די עבירה, נאר מציל זיין פון טוהן די עבירה. אויפן רודף גייט מיך נישט אן, איך וויל נישט ער זאל טוהן אן עבירה מיט'ן נרדף. (אולם צ"ע בהגהות בן הנודע ביהודה חושן משפט מהדו"ת סימן ס')
דאס וואס דו ברענגסט פון מנחת חינוך איבער גרמא, פארשטיי איך בכלל נישט די צושטעל. וואס האט דאס מיט נידן דידן? על צד מאבד עצמו לדעת האט א דין רוצח, איז ער דאך מחיוב מיתה. איי מען הרג'עט אים נישט? דאס איז נאר ווייל ער איז שוין טויט, מען קען נישט הרג'ענען איינמאל ער איז שוין טויט. אבער באמת איז ער מחויב מיתה. משא"כ כופתו לפני ארי איז ער דאך באמת פטור ממיתה. ממילא וויל דער מנחת חינוך קלערן אז אפשר הייסט ער נישט קיין רוצח, און אויב אזוי איז נישט דא דיני רודף. און אויף דעם בלייבט ער אז נישט, ווייל עס איז פיקוח נפש.
נאר וואס דען? ווי איך האב געשריבן פריער איז כלל נישט פשוט אז ער האט א דין רוצח, און אויב אזוי איז כלל נישט נוגע די דין רודף.